העלפט ארויס א נשמה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 776 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל

העלפט ארויס א נשמה

שליחה דורך ודי למבין »

אין היכל הנשמות ערגעץ וואו אין עולם הבריאה, איז דא א אוצר פון טייערע הייליגע נשמות, דארט אין די אוצר זיצן די נשמות, טאקע די הייליגע נשמות פון כנסת ישראל, חלקי אלו-ה ממעל, און שעפן לעכטיגקייט און תענוג פונעם אור אין סוף ב"ה וב"ש, הערן זיך צו די שירת המלאכים, און גייען ארויף יעדען חצות צו היכל קן צפור הערן תורה פון משה רבינו און מלך המשיח, און זענען דבוק אינעם אוא"ס כגמול עלי אמו.
פלוצלינג קומט אריין א מלאך, גרויס מסוף העולם ועד סופו, און ווינקט פאר א נשמה'לע, דארט אין א ווינקל, זאל מיטקומען מיט אים. די נשמה אונגאנצן פארוואונדערט, נישט וויסנדיג וואס און ווען, גייט נאך די מלאך. מ'גייט און מ'גייט ביז זיי קומען אן צו א גרויסע היכל. די מלאך ווייזט פארן נשמה זיך אראפזעצן, און קומט צוגיין מיט א גרויסע צעטל, אויף דעם שטייט 'בעל כרחך אתה נולד'. אויף די form גייט מען אויפשרייבן אלע אינפארמעישן פון די נייע געבוירענע נשמה.
די מלאך זאגט פארן נשמה, 'הער זיך צו נשמה טייערער, און אפאר חדשים ארום גייסטו אראפ צו א נייער וועלט, וואס ווערט אנגערופן 'עולם העשיה דעשיה'. דאס איז די רצון הבורא אין די דארפסט זיין גליקליך און צופרידן צו קענען טוהן זיין רצון. יעצט באקומסטו די מעגליכקייט אויסצוועהלן אין וועלעכע קרייז פון כלל ישראל דו וויסט געבוירן ווערן, און פארברענגען די מאה ועשרים שנה אויף יענע וועלט'.
די נשמה אינגאנצן צומישט און צוטימלט פרעגט די מלאך צו עס איז דא א מעגליכקייט כאפן א בליק אויף די פארשידענע קרייזן און כלל ישראל, כדי צו קענען מאכן די ריכטיגע באשלוס. די מלאך ענטפערט אים, 'אדרבה, גיט א קוק אויפן גרויסן סקרין אויפן וואנט'.
די נשמה הייבט אויף די אויגן און זעהט אויפן סקרין א ליסט פון פארשידענע קרייזן אונעם כלל ישראל. בני תורה, ספרדים, חסידים, מאדרענע ארטאדאקסן, מזרחיסט'ן, קנאים, תימענע, די עשרת השבטים און אפגאניסטאן, סתם עמך, אא"ו. און יעדע קרייז פאר זיך איז צוטיילט אויף פארשידענע פראקציעס, כל עוף כנף למינהו.
ער קוקט און קוקט, און זיינע אויגן ווערן נישט זייט פון קיקן, אזא קאלירבאר אויסוואל פון אידן, דא כאפט ער א בליק און די לייקואווד ישיבה און זעהט וואו טויזענטע בני תורה זיצן און זענען עוסק אין תורת ה', די קול תורה דונערט, מקולת מים רבים אדירים... דא זעהט ער ספרידשע יודן זינגען קדושה צוזאמן אה א מחיה ממש ווי די שירת המלאכים, דא זעהט א חסידישע יונגערמאן נאך א א מקוה מיט נאסע פיאות זיצט לעבן א ברענעדיגע חסידישע ספר און איז עוסק אין די העכסטע בחינות און ספירות, די מאדערנע יודל זוצט אויפן באן מיט א ענגלישע גמרא און איז מגלה כבוד שמים בעולם און די גרעסטע חושך, און אזוי ווייטער או ווייטער.
זוצנדיג אזוי פארגאפט קומט צו די מלאך צו אים און פרעגט אים, נו וואס האט איר מחליט געווען, וואו ווילט איר געבוירן ווערן, וואס געפעלט אייך דאס מעסטע. די נשמה אינגאנצן א צומישטע און צוטומלטע ווייסט נישט וואס צו ענטפערן...
אפשר קען אים איינער דא און קאווע שטיבל, וואס האבן שוין אביסל מער experience אין די געביט העלפן די צומישטע נשמה וואס צו דיסיידן ---
און אנדערע ווערטער געפרעגט אויב באקומסטו היינט די choice מחליט זיין צו וועלעכע קרייז צו באלאנגען וואס וואלט איר געטוהן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ודי למבין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 71 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר