בלאט 1 פון 2

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 11:36 am
דורך גנדי
אפשר זאל מען אריינלייגן אזא טעכנאלאגיע - וואס גייט נאכקוקן די אויגן - אין די חומשים פון די קינדער?

ווען א קינד קוקט אוועק פון ווי די רעבע האלט, וועט עס בלינקן און פייפן פאר א דערמאנונג. די קינדער וועלן מער נישא דארפן טייטלן.

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 2:33 pm
דורך געפילטע פיש
מארטש 14, נישט 15.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:35 pm
דורך שמעקעדיג
גנדי האט געשריבן:אפשר זאל מען אריינלייגן אזא טעכנאלאגיע - וואס גייט נאכקוקן די אויגן - אין די חומשים פון די קינדער?

ווען א קינד קוקט אוועק פון ווי די רעבע האלט, וועט עס בלינקן און פייפן פאר א דערמאנונג. די קינדער וועלן מער נישא דארפן טייטלן.


און אויך איינשטעלן אן אויטאמטישע רצועה קטנה וועלכע וועט א שמייס טאן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 11:16 pm
דורך [NAMELESS]
נישט אים די ייצר הרע

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:50 pm
דורך לאדיך אפ
כאב געזען אויף פעיסבוק אז א קאמפעני אין איזרעיל uMoove הרט דעוועלאפט די זעלבע טעקנאלאדזי פון איי קאנטראל פאר אלע עפל און ענדרויד דיווייסעס, און ס'נוצט די פשוטע פראנט פעיסינג קעמרע.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:14 pm
דורך געפילטע פיש
נייע ארטיקל אין וואל סטריט דזשורנאל ווי עפל איז אויפן דיפענסיוו.
ס'איז א נחת צוצוקוקן ווי די עפל חברה'מאן שיללער דארף זיך פארענטפערן פארוואס זיי האבן נאר א 19% מארקעט שעיר, און אז "עכט" איז עפל אזוי באנטש בעסער. די מערסטע געפעלט מיר זיין לעצטע קוואט, ווי נאכן שרייען פאר יארן אז קיינער איז נישט אינטערעסירט אין א גרעסע סקרין, און ענדליך מיט'ן אייפאון 5 האבן זיי "איינגעזעהן" אז מענטשען ווילן יא א גרעסער סקרין, זאגט ער די פאלגענדע:
[left]Given the iPhone 5 is so thin and light, the reason that people are making their devices bigger is to get up to the battery life the iPhone 5 offers[/left]

נישטא ווער ס'זאל לאכען.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:36 pm
דורך ניו יארק
סעמסאנג האט נארוואס ארויס געלייגט א קאמערשיעל איבער זייער נייע גאלעקסי עס 4

חלק א
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=dIEfNaNCkKM[/youtube]


חלק ב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=YzkfC7--jog[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 8:12 pm
דורך שמעקעדיג
זיי האבן למעשה נישט פארראכטן די אומזעהבארע קנעפלעך אונטן, וועלכע איז אסאך קריטיקירט געווארן אין די מידיא.

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 12:05 am
דורך נייגעריגער
דא האט איר א ווידיאו פונעם לייוו-סטרים פונעם גאנצען מעמד האדיר" אנפעקינג געלעקסי עס פיר":
קליקט דא!

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 3:28 pm
דורך נולד מאוחר
נייגעריגער, די לינק טויג נישט

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 3:49 pm
דורך ידען
250 פאר כמעט א נייע galaxy 3 אן א קאנטרעקט אדער זאלעך ווארטען אויף די 4. סע א סאך בעסער? מיט וואס?

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 3:52 pm
דורך זר זהב
אויב פרעגסטו מיר, איך ווארט אויף די גאלעקסי 78, ס'גייט ארויסקומען אין 54 יאר ארום, ס'גייט איינפאקן אלע מאדעלס ביז דאן. דערווייל בלייב איך מיט מיין פליפ פאון, אשאד יעדע דאלער צו ספענדן

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 5:04 pm
דורך ידען
זר זהב האט געשריבן:אויב פרעגסטו מיר, איך ווארט אויף די גאלעקסי 78, ס'גייט ארויסקומען אין 54 יאר ארום, ס'גייט איינפאקן אלע מאדעלס ביז דאן. דערווייל בלייב איך מיט מיין פליפ פאון, אשאד יעדע דאלער צו ספענדן

סע נישט די זעלבע זאך. יעצט איז שוין ביידע דא

נשלח: מוצ"ש מערץ 16, 2013 9:31 pm
דורך שמעקעדיג
ידען, א גוטע וואך.
נאכן ליינען עטליכע באריכטן איבער דעם נייעם גאלעקסי, זעה איך נישט דעם גרויסן אויפטו. סך הכל וועט עס מער פארדרייען דעם קאפ. רוב נייע זאכן זענען איבערגעטריבענע פיטשעווקעס. די S3 זעהט מיר אויס צו זיין גענוג גוט אויף וואס דו דארפסט.

נשלח: מוצ"ש מערץ 16, 2013 10:31 pm
דורך ניו יארק
ווען וועט עס זיין צו באקומען?

נשלח: מוצ"ש מערץ 16, 2013 11:32 pm
דורך שמעקעדיג
די צווייטע פערטל פונעם ענגלישן קאלענדאר-יאר.

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 12:21 am
דורך געפילטע פיש
די S4 איז נישט אוועקצומאכן, ס'איז געלונגען פאר סעמסאנג צו מאכן די פאון שמאלער, דינער, און לייבטער פונעם S3 און מיט דעם אלעם אריינשטופן א גרעסערע בעסערע סקרין, טאפעלט רע"ם מעמארי, בעסערע פראסעסער, א בעסערע ווייפיי טשיפ, א אינפרארעד בלעסטער, ועוד, און מיט דעם אלעם וועגט עס אפאר גראם ווייניגער.
@שמעקעדיג, די טענות וואס דו האסט אויף די פעיטשערס, איז קודם כל קומען זיי אלע צום S3 ביים נעקסטן אפדעיט, און שנית, טאמער האסטו זיי נישט ליב קענסטו זיי אויסלעשן.

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 10:54 am
דורך דעתי הענייה
ידען האט געשריבן:250 פאר כמעט א נייע galaxy 3 אן א קאנטרעקט אדער זאלעך ווארטען אויף די 4. סע א סאך בעסער? מיט וואס?

איך פערזענליך וואלט פאר די איי קאנטאקט פיטשער אליין עס געקויפט, איך האב יעצט די s3 און איך ליין גאר אסאך, מילא וועט עס מאכן א גרויסער חילוק.
איך בין אבער מילא איינגעזאלצן פאר נאך א יאר מיט א קאנטראקט, ביז דעמאלטס וועט שוין האפענטליך זיין די 5 אדער גאר די 6 (אויב מען וועט עס נאך קענען האלטן אין טאש...)

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 11:10 am
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:די S4 איז נישט אוועקצומאכן, ס'איז געלונגען פאר סעמסאנג צו מאכן די פאון שמאלער, דינער, און לייכטער פונעם S3 און מיט דעם אלעם אריינשטופן א גרעסערע בעסערע סקרין, טאפעלט רע"ם מעמארי, בעסערע פראסעסער, א בעסערע ווייפיי טשיפ, א אינפרארעד בלעסטער, ועוד, און מיט דעם אלעם וועגט עס אפאר גראם ווייניגער.
@שמעקעדיג, די טענות וואס דו האסט אויף די פיעטשערס, איז קודם כל קומען זיי אלע צום S3 ביים נעקסטן אפדעיט, און שנית, טאמער האסטו זיי נישט ליב קענסטו זיי אויסלעשן.


וואס עפעס טענות? לא מיניה ולא מקצתיה. אדרבה, מהם ילמדו וכן יעשו לדורות.
כ'האב נאר געזאגט אז פאר רובא דרובא איז נישטא וואס צו ווארטן, די אלע פרטי-פרטים (פראסעסאר, מעמארי, טשיפס, א.א.וו) וועט מאכן גאר א מינדערוויכטיגן חילוק פארן טאג-טעגליכן באנוץ; און די אלע אבנארמאלע פיטשעס זענען כמעט בבחינת כל המוסיף גורע, ווי מער משוגעת'ן, אלס שווערער איז זיך אויסצוקענען דערמיט און אלס גרינגער זיך צו צוברעכן, וכמשה"כ יוסיף דעת יוסיף מכאוב.

און אפילו די בעסערע 1080p סקרין (וואס איז שוין דא צובאקומען אויף די HTC דרויד DNA) איז נישט אזויפיל בעסער ווי די איצטיגע 720p וואס א מענטשליכע אויג קען קוים זעהן די אינדיווידועלע פיקסעלס, און איך הער גאר אז אסאך עפפס עפענען זיך אויף צו קליין לכבוד דעם צו-שארפן סקרין. הה"ד "צו גוט איז אויך נישט גוט".

נאכאמאל, איך מאך עס נישט אוועק, אבער אז איינער האט א גוטע דיעל אויפן S3, זעה איך נישט פארוואס מען זאל צאלן מער פארן S4, הגם איך וואלט עס מסתמא יא געטון, ווייל איך גלייך די לעיטעסט געדזשעטס און טעכנאלאגיע, און איך גיב מיר ע"פ רוב גרינג א עצה מיט א פראבלעם, העכסטנס גוגל איך (און אין ערגסטן פאל: פרעג איך אן דא אין שטיבל), און יאלא, מ'גייט ווייטער; משא"כ רוב מענטשן וועלכע זענען נישט אויסגעקאכט מיט די היינטיגע טעקנאלעדזשי ווערן שנעל פארלוירן, און פאר זיי איז בעסער ווי מער פשוט, נישט גג על גג טעלעפאנען.

דעתי הענייה האט געשריבן:ביז דעמאלטס וועט שוין האפענטליך זיין די 5 אדער גאר די 6 (אויב מען וועט עס נאך קענען האלטן אין טאש...)

דערווייל איז די נייערע - ווי שוין דערמאנט - דינער און שמאלער ווי די פריערדיגע, טראץ דעם פארגרעסערטן סקרין. ממילא קענסטו דעם חשש ארויסנעמען פון דיין ליסטע (חוץ מזה וואס די היימישע פאבריקאנטן נייען שוין ארויף היינט גרעסערע טאשן).

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 8:10 pm
דורך פידעלע
עס גייט האבען א פיטשער אז די ביסט אין כינע אין די ווילסט עפעס פרעגען א כינעזער וואס קען נישט קיין ענגליש וועסטו קענען פרעגען און ענגליש און די געלעקסי וועט עס איבערזאגען פאר יענעם אויף כינעזיש

שטעלט אייך פאר א געלעקסי ביים דור הפלגה ?

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 8:15 pm
דורך שמעקעדיג
מען קען שוין האבן אזוינס אויפן עפפ פון גוגל טראנסלעיט.

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 12:34 am
דורך העי נאו
די דיוועלפערס פון CM האבן היינט געמאלדן אז זיי גייען נישט דיוועלעפן פאר די S4 ווייל סעמסאנג מאכט עס צו שווער פאר זיי. איז איך פלאן נישט צי קויפן די S4 איך וועל ענדערשט קויפן די HTC ONE וואס איז אסאך מער דיוועלפער פרענדלי.

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 10:58 am
דורך געפילטע פיש
CyanogenMod האט געשריבן:[left]Setting Device Expectations

Let’s start with the simplest form of this: CyanogenMod does not pre-announce support or lack of support for devices. Ever. Even for the Nexus 4, we did not announce support until a nightly build was available. Further, any announcement regarding the ‘dropping’ of device support will be communicated via this Google+ page, Twitter, Facebook, our blog, or a combination of those; it will not be something buried in a forum post.

This morning, a comment from a CM collaborator on XDA was taken to be as an ‘absolute’ in regards to support of the S4. He offered the opinion of four TeamHacksung maintainers, their frustrations and lack of interest in supporting the S4. What’s seemingly lost on those reading this is that his comments as an individual do not speak for CyanogenMod as an organization.

As for the team’s stance on the S4, there isn’t one at this time, and most definitely won’t be one before the device is sold at retail.

-The CyanogenMod Team[/left]