בלאט 1 פון 1

פרויען רעכטען

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:53 am
דורך ידען
די שערי מדע האט געהאט די וואך א לאנגע שטיקעל וועגען פרויען רעכטען און האט דארט געשריבען א סאך אינטערעסאנטע זאכען וועגען דעם.

איך וועל שרייבען וואס איך געדענק פון דארט און איך וועל אויך פרעגען אביסעל פון מיינע שאלות אזוי ווי אלע מאל.

קודם ווילעך וויסען פארוואס אוןווען האט זיך אנגעהויבען אזא זאך אז מענער זענען מער פון פרויען? סע איז וועגען אזוי האט די באשעפער באשאפען די וועלט אדער סע האט זיך אנגעהויבען די זעלבע נאר ווייל די מענער זענען שטערקער האבען זיי געקענט גובר זיין די שוואכע פרויען?

ער שרייבט דארט אז ביי אידען זענען פרויען נאך העכער ווי ביי די גוים, ווייל ביי די אידען לאזט מען נישט פרויען שטימען ווייל סע כל כבודה בת מלך פנימה, אבער ביי די גוים האט מען נישט געלאזט זיי שטימען וועגען אנדערע סיבות.

איך שרייב נאר בערך וואס איך געדענק פון א צעטעל וואס כאב געזעהן, אויב מע קען עס ברענגען וועט מע זעהן קלארער.

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:59 am
דורך ודי למבין
לענ"ד איז די תירוצים ווי כל כבודה וכו' און ענדליך צו דעם, סתם תירוצים וואס מען האט אויסגעטראפן, אזוי ווי מ'האט אויסגעטראפן תירוצים אויף יעדע זאך וואס מ'האט מורא געהאט צו טוישן.
למעשה, האט דיך די וועלט, און אויך די יידישע וועלט אסאך געטוישט אין דע געביט.
אבער עס איז נאך דא אסאך וואס צו טוהן אין דעם

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 11:08 am
דורך גנדי
כל כבודה... איז די סיבה פארוואס מען לאזט נישט פרויען האבן שררה.

שטימען איז נישט קיין פראבלעם פון צניעות, די תירוץ איז ווייל "נשים דעתן קלות".

אויב איז אמת אז "ביי אידען זענען פרויען נאך העכער ווי ביי די גוים" - דאן פארוואס לאזט מען נישט פרויען מאכן החלטות?

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 11:25 am
דורך מאיר
די גמרא זאגט טאקע נשים דעתן קלות, אבער די גמרא זאגט אויך בינה יתירה באשה יותר מבאיש

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:02 pm
דורך בדחן
לאמיר ענדערש אנהייבען קודם ווי אזוי עס האט אייביג אויסגעזען ביים גוי, און ווי אזוי עס זעט היינט אויס ביים גוי, און וופיל געזעצן עס איז דא ביים גוי - און מען דארף כסדר מאכען נאך - איבערצודרייען די טבע אז זיי זאלן האבן אייניגע רעכטען אפילו ביים גוי.

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:22 pm
דורך elter-zeide
כאב געזען אמאל א טייטש אויף נשים דעתן קלות, "קלות" מיינט לייכט - גרינג, דאס מיינט אז זיי קענען טוישן זייער דעת זייער שנעל, אויב זיי רעדען פין איין סאבדזעקט אין מ'האקט אריין א צווייטע, וועלן זיי שוין קענען ממשיך זיין מיט דע צווייטע סאבדזעקט, וואס א מאנס פערזאהן קען דאס נישט,

Re: פרויען רעכטען

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2019 6:35 pm
דורך גראף
דער רב שליט''א האט ארום גערעדט איבער יושר פאר פרויען, זאגענדיג אז פרויען זענען ארום האלב פון דער באפעלקערונג און זיי צו אונטערדרוקן אדער באקרידיווען איז אזוי ווי מען שפרינגט ארום אויף איין פוס.
פון איין זייט ווייזט עס אז די ערליכע זעהן עס אויך איין אבער מאידך גיסא פון וואו קומט עס אז דער אזוי גערופענע גייסטישע פירער פון יענער צד זאל ר''ל זיין א אן געליינטער (לכאורה) פון קאווע שטיבל?

https://www.bbc.com/news/world-middle-east-47432243

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

בינה יתירה

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2019 8:18 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
האב איך געהערט אמאל פון איינעם אז טאקע די פרויען זענען באשאנקען געווארן מיט א בינה יתירה, אבער נישט מיט א די לחכימא ברמיזא... דעם רמז כאפן זיי נישט...