בלאט 1 פון 1
פון ווי שטאמט די ניגון חד גדיא?
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:44 pm
דורך חד גדיא
איך האב מיך געגעבן די נאמען ״חד גדיא״ אן טראכטן קיין סאך. אבער יעצט קומט די יום טוב פסח האב איך מיך געטראכט: פון ווי שטאמט די ניגון? עס איז דא אסאך שיינע פשטים און רמזים. אבער וואס איז די ערשטע מקור?
עס איז מיר איינגעפאלן א ווילדע געדאנק. אבער אפשר האב איך עס שוין אמאל געהערט אדער געזעהן. אז די ניגון איז א קינדערישע ניגון געמאכט כדי מקיים צו זיין וואס מ׳זאגט אין ״קדש״ כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן. האט מען געמאכט א אינטערסאנטע פאני ניגון... וואס די קינדער זאלן קוים קענען ווארטן ביז די סוף פון די סדר צו הערן און צו זינגען.
Re: פון ווי שטאמט די ניגון חד גדיא?
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 2:55 pm
דורך משה געציל
בהגדה מרבה לספר שנדפס בשנת תקנ"א ע"י הרב ידידי' בן הרב נתנאל ווייל בעל הקרבן נתנאל כתב בזה"ל:
ושמעתי שמצאו זה הפיוט ואחד מי יודע גנוז וכתוב על הקלף בבית המדרש הרוקח בגרמייזא וקבעו אותן לדורות לזמר בליל פסח
Re: פון ווי שטאמט די ניגון חד גדיא?
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 4:10 pm
דורך שמואל הלוי
מענין לענין באותו ענין; וואס האט א תפיסה מיט חד גדיא? פארוואס רופט מען איינזעצן אין תפיסה מיטן נאמען "איינזעצן אין חד גדיא?".
Re: פון ווי שטאמט די ניגון חד גדיא?
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 7:21 pm
דורך חד גדיא
משה געציל האט געשריבן:בהגדה מרבה לספר שנדפס בשנת תקנ"א ע"י הרב ידידי' בן הרב נתנאל ווייל בעל הקרבן נתנאל כתב בזה"ל:
ושמעתי שמצאו זה הפיוט ואחד מי יודע גנח וכתוב על הקלף בבית המדרש הרוקח בגרמייזא וקבעו אותן לדורות לזמר בליל פסח
פירוש המילות? איך פארשטיי נישט די כוונה פון די ווערטער.
Re: פון ווי שטאמט די ניגון חד גדיא?
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:30 pm
דורך משה געציל
חד גדיא האט געשריבן:משה געציל האט געשריבן:בהגדה מרבה לספר שנדפס בשנת תקנ"א ע"י הרב ידידי' בן הרב נתנאל ווייל בעל הקרבן נתנאל כתב בזה"ל:
ושמעתי שמצאו זה הפיוט ואחד מי יודע גנח וכתוב על הקלף בבית המדרש הרוקח בגרמייזא וקבעו אותן לדורות לזמר בליל פסח
פירוש המילות? איך פארשטיי נישט די כוונה פון די ווערטער.
עמיר גיין מסביר זיין פארען חד גדיא איבערן חד גדיא....
איז אזוי, ושמעתי טייטש- איך האב געהערט, (זאג איבער צוויי מאהל אויפען קול מיטן ניגון......)
שמצאו- אז מען האט געפונען
זה הפיוט- דעם דאזיגען פיוט (ביטע פרעג מיך נישט וואס פיוט מיינט....)
ואחד מי יודע- אין (צוזאמען} מיטען (פיוט) אחד מי יודע
גנוז- באהאלטען (בטעות ציטירט פריער גנח שוין פאראכטען)
וכתוב על הקלף- אין געשריבען אויפען פארמעט
בביהמ"ד הרוקח- אינעם שוהל פונעם רוקח
בגרמייזא- אין גרמייזא (וואס דארטען האט זיך געפונען דעם שוהל פונעם רוקח)
וקבעו אותן – אין מען האט זיי באשטימיט
לדורות- אויף גענעראציעס (אין חומש בית יהודה איז דו נוסח לדורות- אויף דורות...)
לומר בליל פסח- צו זאגען אינעם נאכט פון פסח:
יעצט חז'ר שנעל איבער כאטשיג צוויי מאהל..
Re: פון ווי שטאמט די ניגון חד גדיא?
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:55 pm
דורך גלות יוד
Re: פון ווי שטאמט די ניגון חד גדיא?
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 11:39 pm
דורך משה געציל
שמואל הלוי האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין; וואס האט א תפיסה מיט חד גדיא? פארוואס רופט מען איינזעצן אין תפיסה מיטן נאמען "איינזעצן אין חד גדיא?".
הרב וויקיפידיע בערך חד גדיא (בלשה"ק אינעם ספרדישע'ן הבערה....) רעדט שוין ארום פון די נושא אבער קומט נישט צו מיט קיין מסקנות, נאר אזוי פיהל אז דאס איז א געמיש פון אידישע ווערטער, שפעטער האב איך געפינען א בלאג וואס האט יא א שטיקעל הסבר
http://blog.ravmilim.co.il/2011/04/10/chad-gadya/ ותו"ד (נישט צו דארפען נאכאמאהל מסביר זיין פאר חד גדיא...), אז דאס נעמט זיך פון דעם וואס דאס ווארט גדי אין פוילען פלעגט אויך גענוצט ווערען אלטס א ניק ביי די ארעסטאנטען פאר די טורמע.
Re: פון ווי שטאמט די ניגון חד גדיא?
נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2012 7:41 pm
דורך חד גדיא
משה געציל האט געשריבן:חד גדיא האט געשריבן:משה געציל האט געשריבן:בהגדה מרבה לספר שנדפס בשנת תקנ"א ע"י הרב ידידי' בן הרב נתנאל ווייל בעל הקרבן נתנאל כתב בזה"ל:
ושמעתי שמצאו זה הפיוט ואחד מי יודע גנח וכתוב על הקלף בבית המדרש הרוקח בגרמייזא וקבעו אותן לדורות לזמר בליל פסח
פירוש המילות? איך פארשטיי נישט די כוונה פון די ווערטער.
עמיר גיין מסביר זיין פארען חד גדיא איבערן חד גדיא....
איז אזוי, ושמעתי טייטש- איך האב געהערט, (זאג איבער צוויי מאהל אויפען קול מיטן ניגון......)
שמצאו- אז מען האט געפונען
זה הפיוט- דעם דאזיגען פיוט (ביטע פרעג מיך נישט וואס פיוט מיינט....)
ואחד מי יודע- אין (צוזאמען} מיטען (פיוט) אחד מי יודע
גנוז- באהאלטען (בטעות ציטירט פריער גנח שוין פאראכטען)
וכתוב על הקלף- אין געשריבען אויפען פארמעט
בביהמ"ד הרוקח- אינעם שוהל פונעם רוקח
בגרמייזא- אין גרמייזא (וואס דארטען האט זיך געפונען דעם שוהל פונעם רוקח)
וקבעו אותן – אין מען האט זיי באשטימיט
לדורות- אויף גענעראציעס (אין חומש בית יהודה איז דו נוסח לדורות- אויף דורות...)
לומר בליל פסח- צו זאגען אינעם נאכט פון פסח:
יעצט חז'ר שנעל איבער כאטשיג צוויי מאהל..
מאכסט ליצנות אבער כהאב דיר דאך געלייקט....
געסט א וויש אוועק דיין טעות מיט די ווארט גנח כאילו עס מיינט נישט גארנישט. אבער דאס האט מיך צעמישט!!
יעצט איז אלעס זייער קלאר!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 4:26 pm
דורך דולה ומשקה
דעם ניגון "אלמעכטיגער גאט" פון גרשון חייקין געדריקט אין שנת תפ"ז,
שפעטער איז דאס געווארען אריין געדריקט אין סידור השל"ה, זעהט אויס דר של"ה הקדוש האט דאס געזינגען.
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 2:48 am
דורך BAL TSHIVA
Any update?
Re: פון ווי שטאמט די ניגון חד גדיא?
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 7:11 am
דורך נופת צופים
BAL TSHIVA האט געשריבן:Any update?
יא, דער הונט האט געביסן די קעצעלע.
נאך אן אפדעיט, דער שטעקן האט געשלאגן די הונט.
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 2:42 pm
דורך [NAMELESS]
עיין פה-סח בלעטער עמ' 93'