בלאט 1 פון 2
בדחן'ס מחאה אשכול
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:14 pm
דורך [NAMELESS]
אזוי ווי ידידינו בדחן שטיבלינו שענקט אונז כסדר זיינע געשמאקע מחאות פון וואס מ'האט זייער הנאה , אבער דא עקא אז די מחאות זענען צושפרייט אין הונדרעטע אשכולות אין קאווע שטיבעל און מאכט שווער צו ליינען , וויל איך אים מכבד זיין אז פון היינט אין ווייטער זאל בדחן שרייבן זיינע מחאות נאר אין די אשכול אזוי וועט אלעס זיין צוזאמען בפינדק אחד צו יעדעמ'ס הנאה
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:19 pm
דורך טעפל
פארוואס נישט סתם א מחאה אשכול אז ווער ס'וויל אויסגיסען זאל עס מאכען דא??
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:21 pm
דורך ידען
לייג א לינק
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:23 pm
דורך ידען
טעפל האט געשריבן:פארוואס נישט סתם א מחאה אשכול אז ווער ס'וויל אויסגיסען זאל עס מאכען דא??
איך האלט אינמיטען מאכען א מחאה אשכול וואס הייבט זיך אן מיט א געפערלעכע זאך וואס כאב לעצטענס געזעהן,אבער מע קען מיך אויסכאפען אויב מע וויל.
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 1:28 pm
דורך [NAMELESS]
קעניגרייך, ביסט הערצליך געלאדענט צו קומען דא און שיטן דיינע סחורה דא
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 3:56 pm
דורך ידען
קעניגרייך?
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 3:57 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין מוחה
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 3:59 pm
דורך משה געציל
איך אויך.
כ'ווייס נאכנשי פונקטליך אויף וואס, אבער דאס איז קלאר ווי לעמאן דזשוס, אז איך בין מוחה בכל התוקף! פארוואסזשעט דען איז מען אראפגעקומען אויף די וועלט אויב נישט מוחה צו זיין?!
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 4:10 pm
דורך [NAMELESS]
ווי מיר זאגן יעדן אינדערפרי נאכן אנשפריצן די וואסער "מוחה אני לפניך"
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 8:25 pm
דורך אויס מענטש
אזא עולה איך בין ממש "אויס מענטש"
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 8:32 pm
דורך אויס מענטש
מען מוז זיך אויסדרוקן אמשארפסטן, ווי אזוינס האט געקענט צושטאנד קומען, און אין באטראכט נעמען, עס איז פשוט אומדערהעבאר, און אומאקצעפטירבאר, אויפטרייסלנד און האראויפשטעלנד,
הארץ רייסנד, און פארשטאנדלאז, עס קומט פשוט פון כאראקטערלאזיגקייט, הארץלאזיגקייט, און ליידיגקייט, אומדורכגעטראכט און א אומוויסנהייט אויפן העסטן מאס, א קאמבאנאציע פון
געלטגייציקייט און רייפע שיטלאזיגקייט, גרויזאמקייט ביינעזאם מיט צובראכנקייט און אומקוואליפיקאציענערהייט,
די איינציגע לימוד זכות איז די געוואלדיגע נידריגע זעלבסט זיכערהייט, און ווייניג אויפגעהייטערקייט,
ממש איך האב נישט קיין ווערטער...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:46 am
דורך טעפל
אנחנו מזעזועים ובהלם מוחלט מהפגיעה הגדולה, רבם דקרו, פוי געוואלד!!!
נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 12:41 am
דורך לייבעלע
בדחן האט געשריבן:יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:דער שרייבער און דער בלאט איז דעם יודס א משפחה קרוב...
יאסעלע... עס זעט מיר אויס ווי דאס האט א אגענדע דא.. און מעגליך נאר ערגער ווי די בלאט, האלט דיר דיין פיסק.... און זיץ איין..
בשם המשפחה ובשם כלל ישראל.
{איך האב נאך נישט געקויפט די בלאט די וואך}
נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 12:57 am
דורך [NAMELESS]
אפשר טאקע זאל מיר נעמען בדחן, קעניגרייך, און יאסעלע פאר א ווערטער אויסטויש? וואלט געווען געשמאק
נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 10:23 am
דורך sunbar
ממי_שאמרו האט געשריבן:אפשר טאקע זאל מיר נעמען בדחן, קעניגרייך, און יאסעלע פאר א ווערטער אויסטויש? וואלט געווען געשמאק
און זיי קענען שמועסן מיט 'נטורא קרתא עסקן' אויך.
נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 10:31 am
דורך שמעקעדיג
דאס וואלט זיכער געווען גאר געשמאק, און בעיקר וואלט עס געקומען צום קלימאקס ווען קופערניקוס וואלט געעפנט דערנאך א אשכול מיט א קורצע סך הכל פון יעדנס טענות, באשמירט מיט אויל און באגאסן מיט זאלץ און פעפער און חריין...
מיר וואלטן זיך באלעקט די פינגער....
נשלח: מוצ"ש מערץ 09, 2013 11:08 pm
דורך חשבון
ס'איז נישט שיין צו באשמירן א ניק ברבים
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 3:47 am
דורך טעפל
חשבון האט געשריבן:ס'איז נישט שיין צו באשמירן א ניק ברבים
יא יא ספיציעל ווען ער באשמירט יעדעם רעכטס און לינקס!
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 3:24 pm
דורך חשבון
ער האט אן אנדערע מיינונג ווי אסאך דא. אבער קומט זיך נאכנישט א אשכול ספעציעל אים אראפצורייסן
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 6:57 pm
דורך שמעקעדיג
בדחן, איך גלייב אז דו האסט FUN מיט דעם אשכול, ממילא וויל איך פיטערן דעם טראל...
אויב באדערט דיר עס, זאג מיר, און איך וועל פארמעקן!
בדחן האט געשריבן:און פארוואס נאך פיר מאל אנטשולדיגען האסטע נאך נישט געמעקט דיין פערדישקייט?
viewtopic.php?p=95267#p95267
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 11:42 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס ווען איך קליק אויף די לינק קומט ארויף אז איך האב נישט קיין ערלויבעניש צו ליינען די פארום. וואס איז יענע פארום? עס איז דא צוויי מאחורי׳ס?
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 11:43 pm
דורך יאיר
אודאי, ס'איז דא א רעכטע און א לינקע.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 11:46 pm
דורך גנדי
איך אליין קען אויך נישט אהין גיין. פארוואס?