בלאט 1 פון 3

וועלכע מצות עסט איר, און פארוואס?

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 1:07 pm
דורך זר זהב
ס'דא גענוג און נאך פון וואו צו טשוזן, און יעדער קען רואיג זאגן פון וואו ער נעמט און פארוואס ער קויפט פון יענע, אן ארויסגעבן זיין קהילה איידענטיטי. גענוג סאטמארע קויפן פאפא צעלים און פארקערט אויך. אסאך קויפן קערעסטיר צוליב איר דינקייט. איינער זאגט מיר אז מאנטריאלע מצות איז גוט אין טעיסט (יעדער האט זיך זיין טעיסט, איז דאך נישט קיין ראיה)... לעיקוואודע מצות האט פאר אלע סארט דיעטן. -- איז וועלכע מצות עסט איר און פארוואס? און זאל יעדער זאגן זיין מבינות אויף די מצות וואס ער האט שוין אמאל גע'טעיסט.

איך בין אויפגעוואקסן מיט די סאטמארע מצות, איז נאטורליך אז איך בין צוגעוואוינט דערצו און איך האלט ווי גאר אסאך אנדערע אז ס'איז די בעסטע אין טעם. אבער דאס זאג איך נאך בעפאר איך האב געטעיסט 'אלע' ברענדס... איך האב שוין טועם געווען קערעסטיר, פאפא צעלים, און חרדים. סאטמאר פאקט זיי אלע איין, פאפא צעלים גלייך איך נישט, קערעסטיר איז גאנץ גוט, און חרדים איז טאלערירבאר (אויב איך געדענק גוט)

דא איז די ליסטע וואס איך דענק אויפ'ן מינוט, יעדער קען צולייגן.
[center]סאטמאר ברודוויי
פאפא צעלים
קערעסטיר
מאנטריאל
סאטמאר מהר"א
לעיקוואוד
בני יואל
חרדים
קוממיות
היימישע מצה בעקערי
ב.פ. מצות[/center]

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 1:11 pm
דורך matovu
Arizona wheat
own chabira

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 1:13 pm
דורך boxcover
בראדוויי בית רחל, עספעשאלי פאר די סדר (און נישט ער"פ מצות וואס איז פארבינדען מיט כל ערליי שאלות).

ב.ד.וו. פארוואס אין צימעס? ווי איז די דעסטינאציע פון די אשכול?

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 1:16 pm
דורך זר זהב
איך האב אויך קודם געקלערט נישט צו לייגן אין צימעס. איך האב אבער מורא געהאט אז מ'וועט עס מילא אהער פירן דא. איך מיין דא גארנישט צימעס, בלויז פאקטן וואס מ'קויפט און פארוואס. און מבינות אויף אלע אנדערע ברענדס.

די הנהלה זאל עס טאקע אריינפירן אפשר אין קאווע שטיבל פארום.

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 1:20 pm
דורך היסטאריקער
סאטמאר מהר״א, צוליב די אריזאנע ווייץ

כאטש בראדוועי איז לכאורה בעסער אין טעם

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 1:21 pm
דורך [NAMELESS]
פאפא צעלים
סאטמאר מהר"א
קוממיות

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 1:35 pm
דורך פיינע קאווע
סאטמאר ראטלידזש - צוליב די הידור פון אריזאנא

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 1:43 pm
דורך קאווע טרינקער
זר, דו פרעגטס צוויי שאלות.
אויף די ערשטע שאלה: וועלכע מצות עסט איר?
תשובה: וואס כ'טרעף אין KRM. און ווען איך בין סומך על שלחן מורי אבי און חמי מורי (פארוואס דוקא "אבי מורי / מורי חמי"?) עס איך וואס מ'געט מיר.

אויף די צווייטע שאלה "פארוואס", איז נישט מעגליך צו ענטפערען ווייל צאנז'ע רב האט נישט ארויסגעגעבן די טעם כמוס.

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 1:45 pm
דורך זר זהב
קאווע איך האב נישט געפרעגט פארוואס דו עסט נישט מאשין מצות.. און אין KRM קען מען לכאורה טרעפן פון כמעט אלע בעקערייען. אזוי נישט צו ענפערן א פשוטה שאלה?!?!

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 1:47 pm
דורך קרעקער
חול המועד פאר די פוטער מצה נוץ איך בראדוויי
טאקע נאר די דיקע מצות און מבאקט עס איבער בעפאר
דערנאך שפרענקלט מען ארויף די דיקע התאחדות זאלץ און מזאגט כן עשה הלל..... יאכלוהו און א בייס

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 1:50 pm
דורך קאווע טרינקער
זר, אז איך גיי אין KRM פארשטייסטו אז איך זיך דאס ביליגסטע.

איך בין נאך א קליינער אינגערמאנטשיק, צו מיר קומט נישט קיין דעליווערי פון מצות, צו מיר קומט מען נאך נישט ארויף פורים נאך געלט, וכו'.

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 2:48 pm
דורך גאלד
סאטמאר אריזאנע, ווייל "ורגלי מוליכות אותי לר' אהרן" און ב"ה איך בין ציפרידן מיט די טעם, בעיני איז עס א קאפיע פון די בראדוויי מצות, ווער ס'וויל קען זיך דינגען

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 2:53 pm
דורך גאלד
איז מצה מיט פיטער געבראקס? איך האב יעדן פסח די ויכיח מיט געוויסע משפחה, איינער זאגט אז אפי' מצה מיט מילך איז נישט קיין געבראקס, קען דאס זיין?

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 2:59 pm
דורך [NAMELESS]
וואס עפעס? עס איז מי פירות

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 3:04 pm
דורך קאווע טרינקער
מי פרה און מי פירות זענען נישט די זעלבע זאך.

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 3:05 pm
דורך קרעקער
הגה"ק בעל ברך משה זי"ע האט אליינטס געגעסן פוטער מצה און זיך נישט געשעהמט דערמיט

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 3:08 pm
דורך היסטאריקער
גאלד האט געשריבן:איז מצה מיט פיטער געבראקס? איך האב יעדן פסח די ויכיח מיט געוויסע משפחה, איינער זאגט אז אפי' מצה מיט מילך איז נישט קיין געבראקס, קען דאס זיין?



עס איז נישט געבראקט ווייל עס קומט נישׁט אין די פיטער קיין טראפ וואסער

די מחמירים זענן נאר חושש צוליב וואס מ׳ וואשט אויס די כלים מיט וואסער

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 3:08 pm
דורך boxcover
קרעקער האט געשריבן:הגה"ק בעל ברך משה זי"ע האט אליינטס געגעסן פוטער מצה און זיך נישט געשעהמט דערמיט

מקור? (נישט אז כ'קען נישט גלויבן)

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 3:09 pm
דורך קאווע טרינקער
שווער צו טרעפן א מקור, ווייל חול המועד פסח האט מען נישט יעדעם אריינגעלאזט.

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 3:16 pm
דורך היסטאריקער
boxcover האט געשריבן:
קרעקער האט געשריבן:הגה"ק בעל ברך משה זי"ע האט אליינטס געגעסן פוטער מצה און זיך נישט געשעהמט דערמיט

מקור? (נישט אז כ'קען נישט גלויבן)



נישט מסתבר, ער איז אהיימגעקומען פון דאווענען 11.00 11.30האט זיך געוואשן צו א פליישיגע סעודה כמנהג אבותיו

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 3:22 pm
דורך גאלד
ער רעדט מסתמא ווען ער איז געווען סיגעטער רב און ס'נישט אלס געווען פליישיגס גרייט אין שטוב כידוע

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 3:25 pm
דורך קרעקער
געהערט פאר בערך 10 יאהר ציריק אין ראדני פונעם בעל העדות הר"ר מאיר שטערען

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 3:27 pm
דורך קאך_לעפל
קרעקער האט געשריבן:הגה"ק בעל ברך משה זי"ע האט אליינטס געגעסן פוטער מצה און זיך נישט געשעהמט דערמיט


זיכער אזוי! אז איר גלייבט נישט קען איר פרעגען קרעקער, און אז איר גלייבט נאך אלס אלס נישט, קענט ער פרעגן חיים שאולזאהן, און אויב זענט איר אזא געפערליכע אפיקורות, און איר גלייבט נאך אלס נישט אז דער הייליגער ברך משה האט געגסן פיטער-מצה, דאן פרעגט הרב החסיד המפורסם רבי יוסף וואלדמאן שליט''א מח''ס "כאמעיני", ער וועט דאס אייך באשטעדיגען מיט א שבועה בנק''ח, אדער מיט א שבועה אויף די חכמה פון הרה''ג רבי יואליש מארגענשטערן שליט''א