בלאט 1 פון 1
הערשעלע אסטראפאלער
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 4:01 pm
דורך ידען
הערשעלע איז געווען א לץ ביי ר' ברוך מעזשעביש וואס איז געוועזען א לב שבור און האב געדארפט מע זאל איהם פריילעך מאכען פון צייט צו צייט און איז געווען א גרויסע ידען בכל מקצועות התורה און האט אלץ מחזק געווען ר' ברוךל.
מע דערציילט אז ער האט געשיקערט (די בלאט ספעלינג) אבער סע נישט מעגלעך ווייל ער איז געווען חשובע מענטש א ת”ח און ירא שמים.
מע האט געטראפען זיין מצבה וואס שטייט הרה”ק רבי צבי מאסראפאלי זי”ע.
א בדחן מיט אזעלעכע לשונות? אפשר איז געווען צוויי מיט די זעלבע נאמען?
אזוי האבעך געלייענט אין די בלאט א פאר וואכען צוריק, און זיי האבען אבער נישט געהאט עכט ווערטלעך פון איהם.
איך האב אמאל געהערט אז ער האט געהאט אזעלעכע ווערטלעך וואס מע קען נישט שרייבען דא, אדער אפשר האט מען עס ארויף געלייגט אויף זיין נאמען?
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 4:04 pm
דורך קאווע טרינקער
אז ר' ברוך'ל האט געמעגט הערן זיינע ווערטער, מעגן מיר אוודאי.
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 4:04 pm
דורך אוהב דעת
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 4:11 pm
דורך [NAMELESS]
ער איז געווען א גרויסע תלמיד חכם וירא שמים. איך האב אמאל געוואלט שרייבן דא וועגן אים אן אשכול, אפשר וועל איך עס לייגן דא אי"ה.
בדרך אגב, די שמועות זאגט עפעס אז די חסידים האבן אים גע'הרג'ט אדורך אראפווארפן די שטיגן איינמאל צוליב וואס עס האט זיך זיי געדאכט אז ער האט זיך מתחצף געווען צו רבי ר' ברוך (דערמאנט עפעס א מער לעצטעריגע מעשה, נישט אזוי?) און פון דעם איז ער שפעטער נפטר געווארן.
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 4:48 pm
דורך דולה ומשקה
רויזעלע ע"ה אדער להבחל"ח שרוצ'עלע
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 8:05 pm
דורך berlbalaguleh
דולה ומשקה האט געשריבן:רויזעלע ע"ה אדער להבחל"ח שרוצ'עלע
רויזעלע ווייס איך (א יעדער ווייסט(. אבער ווער איז שרוצה'לע? תחי'
סיפורי מעשיות וועגן ר' הערשעלע אסטראפאליער
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 8:08 pm
דורך berlbalaguleh
מ'האט אמאל געפרעגט ר' הערשעלע (וועלכער איז געווען א גרויסער ארימאן( וואו ער האלט מיט'ן פסח. האט ער געענטפערט אז א האלבן9 פסח האט ער שוין. חמץ האט ער שוין נישט!!!
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 8:11 pm
דורך משה געציל
גוט גוט ר׳ בערל!
איר האט נאר בטעות געשריבן דעם קעפל "גיפורי מעשיות וועגן ר׳ הערשעלע אסטראפאליער", לכאו׳ האט איר געוועלט שרייבן א "ענטפער צו רבי׳ הערשלע".
סיפורי מעשיות פון ר' העשעלע אסטראפאליער
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 8:18 pm
דורך berlbalaguleh
אלס יונגל איז ר' הערשעלע אמאל פארוואגלט געווארן צוזאם מיט זיין טאטן אין הויז פון א קארגן גביר וועלכער האט געגעבן גאר קליינע גלעזעלעך פאר די ארבע כוסות. האט זיך ר' הערשעלע אנגערופן בלשון קשיא. "איך פארשטיי נישט. מ'האט יעצט אויסגערעכנט די צען מכות. נאכדעם שטייט ר' יהודה הי' נותן בהם סימנים. פארוואס דארף מען נאך האבן די ראשי תיבות? האט ער אויסגעפיהרט-- ר' יהודה האט געוואוסט מיט רוח הקודש אז ס'וועט זיין א קארגער גביר וואס וועט געבן קליינע גלעזעלעך. אויב מ'וועט דארפן אראפגיסן צען מאל וועט גארנישט בלייבן. דערפאר האט ער עס געזאגט מיט ראשי תיבות דצ"ך עד"ש באח"ב..
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 8:22 pm
דורך berlbalaguleh
משה געציל האט געשריבן:גוט גוט ר׳ בערל!
איר האט נאר בטעות געשריבן דעם קעפל "גיפורי מעשיות וועגן ר׳ הערשעלע אסטראפאליער", לכאו׳ האט איר געוועלט שרייבן א "ענטפער צו רבי׳ הערשלע".
שקויעך פאר'ן מעורר זיין. מיר גייען עס פאררעכטן אי"ה בקרוב. ס'איז נאך תוך ל' יום פון פורים עללן מיר זיך ערלויבן צו זאגן אז דער בעל עגלה קריגט אויף די גמרא וואס זאגט "שבשתא כיון דעל על". נאר מ'קען עס פארענטפערן אז הני מילי אויב מ'מאכט נישט אויפמערקזאם אבער מיט אזעלכע גוטע ידידים ווי מיר האבן דא אין ק"ש ב"ה איז דאס נישט שייך.
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:33 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
ממי_שאמרו האט געשריבן:ער איז געווען א גרויסע תלמיד חכם וירא שמים. איך האב אמאל געוואלט שרייבן דא וועגן אים אן אשכול, אפשר וועל איך עס לייגן דא אי"ה.
בדרך אגב, די שמועות זאגט עפעס אז די חסידים האבן אים גע'הרג'ט אדורך אראפווארפן די שטיגן איינמאל צוליב וואס עס האט זיך זיי געדאכט אז ער האט זיך מתחצף געווען צו רבי ר' ברוך (דערמאנט עפעס א מער לעצטעריגע מעשה, נישט אזוי?) און פון דעם איז ער שפעטער נפטר געווארן.
איציק מאנגער אין זיין בוך נאנטע געשטאלטן, שרייבט פאר א פשטות, אז רבי ברוכ'ל, וואס איז געווען באקאנט פאר א קפדן, איז געווען דער וואס האט אראפגעשטיפט ר' הערשעלע די שטיגן, (און נישט זיינע חסידים וויאזוי דו שרייבסט). אבער גיי גלייב די משכילים.
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:38 pm
דורך [NAMELESS]
ידיעות אחרונות האט אמאל געשריבן איבער הערשל׳ה, פארשטייט זיך זייער מיאוס אויף רבי ר׳ ברוך זצ״ל, אבער אפילו זיי האבן געשריבן אז חסידים האבן אים גע׳הרג׳ט (זיי לייגן צו- ווייל די רבי האט געהייסן, אדער נישט אדער ניין).
http://article.yedioth.co.il/default.as ... cleid=5479
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:45 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
אויב אזוי איז מאנגער'ס גירסא שוין בעסער, לויט זיין גירסא האט ר' ברוכ'ל אים נאר א שטיפ געטאן (שלא בכוונה אראפצוווארפן די טרעפ), נאר ער איז פשוט געפאלען אלע טרעפ. ער שרייבט אז ר' ברוכ'ל איז נישט געגאנגען צו די לויה, אבער ער איז ער געגאנגען שפעטער אים איבערבעטן ביי זיין מציבה. גיי ווייס.
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:59 pm
דורך איחוד פעלד
די ערשטע מעשה אין ביכל איז גאר גוט.
ווען ר' הערשעלע אוסטראפליע (רה"א) איז דער ערשטער מאל געקומען צום רבי ר' ברוכל (רר"ב) איז דער רר"ב געזעצען ביים טיש שטארק פארטראכט, און אראפגעלאזט דעם קאפ. איז רה"א צוגאנגען צום טיש גענומען דער ליכט און אנגעהויבען זוכען אויף דער פאדליגע עפעס. פרעגט אים דער רר"ב ר' קרוב וואס זיכט איר? ענטפערט רה"א איך זיך דער רבינ'ס נאז, דער רבי האט זי אראפגעלאזט זעהט אויס.............