בלאט 1 פון 2
וואס איז דאס חמץ?
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 5:24 pm
דורך היימישער ליטוואק
איז חמץ א מציאות, א לומד'ישער זאך אדער ביידע אינאיינעם?
א. איז עס א מציאות, דהיינו עס געשעהט פיזיאלאגישע ענדערונגען אין דעם טייג, אזוי ארום אז עס ווערט אן אנדערער חפצא וואס הייסט "חמץ".
די פארדינסט פון דעם איז אז מיר קענען פארשטיין פארוואס פארשידענע מינים ווערן נישט חמץ'דיג, למשל, אורז ודוחן, להחולקים על ר"י בן נורי.
אבער נאך אלץ וועלן מיר דארפן קלארשטעלן וואס פונקטליך איז דער שינוי וואס דעפינירט די מציאות פון חמץ.
ב. א לומדישע זאך, מיינט, גזירת הכתוב אז ווען א טייג ליגט באופן כזה, לסכום שעות, וכו' באקומט דאס א "דין" חמץ.
לאור זה וועלן מיר קענען פארשטיין פארשידנע הלכות וועלכע וואלטן לכאורה זיך געדארפן ווענדן לפי המקום והמצב, למשל שיעור חימוץ, מים שלנו, חום התנור וכו'.
און אפילו מיר וועלן ערצייגן א גדר פון חימוץ ביי אורז ודוחן, איז דאס נישט קיין חמץ ווייל נישט פון דעם האט די תורה גערעדט. און עס איז מעגליך צו זאגן אז אין א געוויסע מצה עסזיסטירט די מציאות פון חימוץ, נאר פונדעסטוועגן, אויב האט מען איר ערצייגט כפי כללי ההלכה איז דאס על פי תורה קיין חמץ.
ג. ביידע אינאיינעם. ואם אחת מהנה לא יעשה לה, איז דאס נישט קיין חמץ. אדער קען מען זאגן להיפוך ממש, אז איינס פון די צוויי איז שוין גענוג אויף צו שאפן דעם שם "חמץ".
ביטע זאגט אייערע מיינונגען און ראיות לכאן ולכאן.
א. איז עס א מציאות
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 6:08 pm
דורך היימישער ליטוואק
דארף מען דן זיין איז דאס די מציאות פון 1) ווערן אויפגעבלאזן, אדער 2) ווערן אנגעהייצט אדער גאר 3) דער פאקט אז דער טייג שטעלט זיך נישט אנטקעגן די באצילן וועלכע ווילן איהם אויסצוהען.
זעהט
דא
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:54 pm
דורך מאטי
איז דא א נפ"ק להלכה(חוץ מקדש זיין א אשה על תנאי צדדי החקירה) ווייל אורז ודוחן שטימט לויט ביידע וועגן
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:58 pm
דורך בדחן
קענסט דאך זען מיט די אייגענע אויגן ווי אזוי א טייג יערט און ווערט אויפגעבלאזן,
עס הייבט אן יערן פון 18 מינוט אפילו מען ארבייט דערמיט,
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 7:08 pm
דורך יאיר
ליטוואק, דיין צווייטע צד איז אז די טייג דארף בעצם נישט ווערן אויפגעיורן כדי צו הייסן חמץ, ס'איז נאר א זייטיגע תוצאה?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 7:12 pm
דורך היימישער ליטוואק
יאיר האט געשריבן:ליטוואק, דיין צווייטע צד איז אז די טייג דארף בעצם נישט ווערן אויפגעיורן כדי צו הייסן חמץ, ס'איז נאר א זייטיגע תוצאה?

קאררעקט!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 7:13 pm
דורך יידל
בדחן האט געשריבן:קענסט דאך זען מיט די אייגענע אויגן ווי אזוי א טייג יערט און ווערט אויפגעבלאזן,
עס הייבט אן יערן פון 18 מינוט אפילו מען ארבייט דערמיט,
עס הייבט אן יערן פריער פון 18 מינוט. און אויב ארבעט מען מיט עס אן אויפהער קען מען עס צוריקהאלטן פון יערן אפילו נאך 18 מינוט. כמדומני אז אין איינע פון די ראשונים אדער גדולי האחרונים איז קלאר מבואר אז 18 מינוט איז נישט מער ווי די גדר מיט וועלכע מ'האט מגדיר געווען חמץ - א.א.וו עס איז נישט מער ווי א 'לומד'ישע' מושג (כ'גלייך נישט דעם נאמען, נאר אז דער פותח האשכול האט גענוצט די ווערטער וועל איך סטיקן דערצו).
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 7:13 pm
דורך היימישער ליטוואק
moti107 האט געשריבן:איז דא א נפ"ק להלכה(חוץ מקדש זיין א אשה על תנאי צדדי החקירה) ווייל אורז ודוחן שטימט לויט ביידע וועגן
כמה נפק"מ להלכה. מיר וועלן אי"ה אנקומען דערצו.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 7:36 pm
דורך יאיר
היימישער ליטוואק האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:ליטוואק, דיין צווייטע צד איז אז די טייג דארף בעצם נישט ווערן אויפגעיורן כדי צו הייסן חמץ, ס'איז נאר א זייטיגע תוצאה?

קאררעקט!
און וואס וועט זיין מיט אלע חסידי'שע תורות אויף די שייכות צווישן די אויפגעבלאזענע מצה און דעם שטן-סטרא אחרא-גאוה-כעס?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 7:42 pm
דורך היימישער ליטוואק
יידל - 1. פליז דערמאן זיך, זייער אינטערסאנט פאר מיר. 2. זיי מציע אן אנדערע נאמען פאר די שיטה.
יאיר - פארקערט, עס וועט זיין א לומד'ישע אויפגעבלאזאכטס, גענוי אזויווי דער שטן-סטרא אחרא-גאוה-כעס.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 7:46 pm
דורך יאיר
אויב אזוי קען מען אויך אריינגיין אין דעם עצם לומדות פון א בעל גאוה, איז דאס אן אמת'ע מציאות אדער א לומד'ישע זאך, אדער קען גאר ביידע זיין אמת. עס זענען דא עכטע בעלי גאוה וואס גייען ארום מיט'ן גראדן רוקן און גראבן בייכל, און עס זענען דא לומד'ישע בעלי גאוה וואס גייען ארום מיט א פראק אויף וואס עס הענגט א צעטל "תנו כבוד לתעירע".
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 7:49 pm
דורך [NAMELESS]
יאיר האט געשריבן:היימישער ליטוואק האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:ליטוואק, דיין צווייטע צד איז אז די טייג דארף בעצם נישט ווערן אויפגעיורן כדי צו הייסן חמץ, ס'איז נאר א זייטיגע תוצאה?

קאררעקט!
און וואס וועט זיין מיט אלע חסידי'שע תורות אויף די שייכות צווישן די אויפגעבלאזענע מצה און דעם שטן-סטרא אחרא-גאוה-כעס?
עס איז א מהרש״א און דאכט זיך מיר נאך עלטער פון דעם.
חז״ל רופט שוין דעם ייצר הרע שאור שבעיסה
אין זוהר שטייט שוין חמץ ומצה - דא יצר הרע ודא יצר טוב
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 7:52 pm
דורך יאיר
העי, לויט'ן צווייטן צד פון ליטוואק איז שאור שבעיסה נישט קיין חמץ און חמץ איז נישט קיין שאור שבעיסה, ס'איז צוויי דינים, ס'דא א גברא פון חמץ, און ס'דא א חפצא פון שאור שבעיסה.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:23 pm
דורך היימישער ליטוואק
ביטע האלטן די דזשאוקס פאר א באזונדערן אשכול, מיר זענען אין "תורה און מחשבה" אצינד!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:38 pm
דורך איחוד פעלד
לכאורה איז אכצען מינוט ווען די חכמים האבען געזאגט אז זיי ווייסען אז עס קען ווערען חמץ. נישט אז עס איז זיכער חמץ. וצריך לבדוק בספרים.
כדי דן צו זיין די חקירה, דארפסטו ר' ליטוואק ברענגען דוגמאות פין צוויי אנדערע דינים אין די תורה, איינס וואס איז זיכער א מציאות, און נאך איינס וואס איז זיכער א דן, כדי מען זאל קענען מאריך זיין אין דן זיין דער צוויי צדדים ווי עס דארף צו זיין.
ביטע?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:38 pm
דורך יאיר
אז ליטוואק בעט, האב איך דרך ארץ. אבער א קליין שאלה, מיט וואס איז אנדערש חוקר זיין אויב גאוה איז אן אמת'ער מציאות ווי צו חוקר זיין אויב חמץ איז, ביידע חקירות זעען אויס אין מיינע אויגן ווי א... איך גיי נישט זאגן ווי א דזשאוק, אבער איך האף אז מען וועט פארשטיין.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:44 pm
דורך היימישער ליטוואק
בתולים, למשל, איז באמת א מציאות, אבער איז שייך אויך אין א לומד'ישן אופן, למשל: אחר נשואין אדער ביאה שלכ"ד.
טריפה איז א מציאות, נבילה איז א לומדות.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:56 pm
דורך יאיר
דער לומד'ישער אופן פון בתולים - ווי דו רופסט עס אן - איז טאקע א פאלשע בתולים, די תורה רופט דאס נישט אן א בתולה, און קיינער וועט טאקע נישט זאגן אויף אן ערנסטע אופן - למשל אין קאורט - אז די פרוי וואס האט געהאט ביאה שלא כדרכה איז נישט קיין בתולה. מיט מיין פשוט'ער הבנה פארשטיי איך אז די תורה רעדט אויך אויף א פשוט'ע שפראך, צו פשוט'ע מענטשן, און די איידיע אז די תורה שרייבט כל מחמצת לא תאכלו מיינט נישט קיין זויער טייג נאר עס מיינט באמת עפעס א לומדות וואס די חכמים גייען מגדיר זיין אומקלאר טויזנט יאר שפעטער און ר' חיים גייט קומען עס קלאר מאכן צוויי טויזנט יאר דערנאך קוקט מיר אויס אביסל ווייט. נישקשה, פון די חקירה כשלעצמו האב איך אויך הנאה, און איך בין שוין נייגעריג צו הערן וואס זענען די נפק"מ להלכה, איך ווייס נאר נישט צו ס'איז א באגרינדעטע חקירה.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 9:03 pm
דורך מאראנצןזאפט
כ'האב א נאמען, חמץ איז אזא דין אזא!
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:59 am
דורך מאטי
לכאורה פונעם דין אז מי פירות אינו מחמיץ איז א סימן אז סאיז ממשותדיג חמץ הגם מקען זאגן אז סאיז א גזירות הכתוב אזויווי ליטוואק האט געוואלט ענפערן ביי אורז ודוחן
איז נישט מסתבר אז די תורה זאל סתם אזוי אויסקלייבן נאר וואסער פאר חימוץ אן א סברה, בשלמה אורז ודוחן קען מען זאגן אז סאיז בכלל נישט ממין דגן פונקט ווי פאטעטא סטארטש וואס סאיז נישט קיין הו״מ סזאל מחמיץ זיין
אלא מאי איז חמץ מציאות און חז״ל האבן משער געווען אז ביי מי פירות איז נישט דא דער מציאות.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 1:15 am
דורך נולד מאוחר
מענין לענין, כהאב אמאל געהערט פשט על פי עומק הפשטות ,שבעת ימים שאור 'לא ימצא בבתיכם'. מיינט די תורה אז אין די ברויט באקס זאלסט נישט האבן קיין חמץ. די תורה זאגט דארט ווי די האלטס דיין ברויט ווארף עס ארויס פון דיין הויז. סאיז בכלל נישט די כונה פון בודק זיין די בעד רומס.
סמאכט סענעס?
כ'טראכט א משל די דאקטער זאגט פאר איינעם וואס איז עלערדזשיק צי ניס, גיי אהיים ווארף ארויס ניסלך פון דיין היוז ס'זאל זיך נישט געפינען .גייט נישט די מענטש אהיים און טשעקט אויב אינטער די בעטן איז ניס.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 3:03 am
דורך [NAMELESS]
אונטער וועלכע אות פון בתיכם האסטו פארשטאנען אז מ׳רעדט פונעם ברויט באקס??
וכתבתם על מזוזות ביתך ובשעריך מיינט אז מ׳דארף לייגן א מזוזה ביי די ברויט באקס און נאש באקס?
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:14 am
דורך נולד מאוחר
אזוי ווי וקשרתם לאות על ידך מיינט נישט ליטערל האנט.
רשב''ם