בלאט 1 פון 2

בלומבערג: נייע מלחמה אנטקעגן הויכע מוזיק

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 6:16 pm
דורך ידען
בלומבערג וויל זיין ווי מער אין די נייעס און אז מע זאל געדענקען אז ער האט געמאכט ניו יארק געזונטער. יעצט איז ער זיך גענומען צו די הויכע מוזיק, אז מענטשן לייגן זיך אריין די פיצי עירפאנס און זיי קענען טויב ווערן.

http://www.nypost.com/p/news/local/mayo ... w2vx9bjFVM

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 6:58 pm
דורך ראש המדברים
דאס ערשטע גוטע מלחמה פון בלומבערג וואס איך הער

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 7:04 pm
דורך ידען
ראש המדברים האט געשריבן:דאס ערשטע גוטע מלחמה פון בלומבערג וואס איך הער

דו הערסט?

האסט געמאכט הויעך די וואליום?...

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 7:34 pm
דורך שמעקעדיג
הויכע מוזיק אין די עירפאונס? קאמ-אן!!
ער זאל זיך שטעלן אויף די באמבארדירנדע אויער-פארטייבענדע מוזיק וואס די שחורים (און אסאך לבנים) צינדן אן ביי זיך אין זייער קאר, און די BASS ציטערט אויף די געדערים פון יעדן פארבייגייער. און זייער ספארטס-קאר לאזט ארויס א קול פון זייער מאפפלער ווי 6 מאטארסייקלעך ביינאזאם,

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 12:01 am
דורך יואב
נארוואס ערהאלטן די נייעס אז בלומבערג'ס פריש קאריאזען איניצאטיוו האט באקומען די אינדארסירונג פון די היימישע זיידע אסוסיאציע וועלעכע דעריאגן דעם מענטשהייט ביי יעדע חתונה איבער הויכע מוזיק. און אנדערע נייעס ווערט אויף גענומען מיט פרייד אז דער פאריקטען דריי פארטיי שפיציגען ביליאנער וועט בקרוב פארלירן זיין סטאטוס אלס מעיאר, עס איז צום שטוינען צו צוזעהן זאכן וואס מיר אלס קינדער האבן זיך געוויצלט. וועלענדיג פאנטאזירן זאכן וואס קען אלץ באשעפטיגן ערוועלטע פאליטיקאנטן. ווערן טריקענערהייט רעיאליטיזירט, עס איז בכלל נישט רעלאוואנט די לאגיק וואס דער בהמה שפריצט אריין און זיינע נאכאנאנדע קאפריזישע געזעצליכע פארשלאגן,,,,, אטעמט געמיטלעך ווי לאנג לופט איז "נאך" פריי פון רעגולאציעס

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 12:14 am
דורך יאיר
און די קלאפעדיגע באמבעדיגע זעצעס פון די 'אינסטרומענטן' פון די שחורים אויפ'ן סאבוועי וואלט ער שוין אויך געמעגט מתקן זיין.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 12:17 am
דורך [NAMELESS]
אזוי ווי איך פאר פון מאהל צו מאהל אין שפיטאל באזיכן איינעם, און צו פארן מיט׳ן קאר איז סתם א שאד, אויב מיינסטו אז ביי הופער איז שווער צו טרעפן פארקינג, גיי קיין מענהעטן נעבן די שפיטעלער. פארנדיג מיטן סאבוועי באדערט מיר זייער דאס אז די עלטערן וועלכע ווילן גיין שנארן אויפן סאבוועי, אנטשטאט שיקן די קינדער אין שולע נעמען זיי אים/איר מיט און מאכן איר פאר א שנארער. דאס רעגט אזוי אויף, שוין געוואלט שרייבן אן אשכול דערוועגן עטליכע מאהל.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 12:20 am
דורך יאיר
ממי שאמרו, און דאס אז א"י עלטערן שיקן ארויס פופצן יעריגע בחורים קיין אמעריקע זיך אליין חתונה מאכן?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 12:21 am
דורך [NAMELESS]
2 wrongs doesn't make 1 right

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 12:24 am
דורך יאיר
אבער וואס דארפסטו גיין אין טריפה'נעם סאבוועי צו אויפזוכן קינדער-שנארערס ווען דו קענסט האבן דאס האבן ביינאונז אין ראדני פאר'ן זעלבן פרייז? ס'דאך איכא דרכא אחרינא!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 12:29 am
דורך [NAMELESS]
איך שוין טאקע אמאל געהערט פון ר׳ שמואל אבערלענדער ני״ו ווען ער האט געזעהן אפאר ארץ ישראל׳דיגע בחורים גייען נעבעך ארום בעטן קוואדערס, אז ער וויל מאכן אז קיינער זאל מער נישט געבן געלט פאר בחורים וואס קומען דא, אנטשטאט דעם זאל מען שיקן דאס געלט דארט. און ער איז מסכים צו געבן פאר יעדע בחור וואס קומט נישט קיין אמעריקא 200 דאלער, אזוי וויל ער מאכן מיט יעדעם און שלום על ישראל (שלום בנפשו, גופו, וממונו).

ער איז טויזענט פראצענט גערעכט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 12:33 am
דורך יואב
NYC און אלגעמיין וועט זיכער נישט באקומען איר תיקון דורך קאווע שטיבל, (אפשר דער {אונזער} סיסטעם- למחצה לשליש ולרביע) אונזער זיידעס האבן זיך געטראפן א וואוין ארט און אונז פארוואגלט אויף דורות אז עס איז א נחת, און מיין וויסטען חלום וואלט איך נישט געקענט טראכטן פון אזא מקום מנוחה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 12:34 am
דורך יאיר
i love the big apple!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 12:36 am
דורך [NAMELESS]
ימח שמו דער שיפס קאפיטאן וואס האט אראפגעלייגט מיין זיידע דא אין ניו יורק, נישט געקענט טראגן אביסל ווייטער קיין מיאמי? רשע וואס ער איז.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 12:44 am
דורך יאיר
דו בענקסט זיך נאך די אלטע באבעס?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 12:47 am
דורך יואב
@ ממי, נניח אונזערע אומשולדיגע זיידעס. זיי זענען דאך אנטלאפען פונעם גיהנם ווי די רוח האט זיי געטריבן, אונזערע עלטערן אבער, זיי האבן דאך פארשטאנען אז פון די איסד סייד דארף מען אפטראגן. געלאנדעט אבער האבן זיי דערמאטערט 5 מינוט דערויף. טאקע אינעם (הארץ) פון וויליאמסבורג, דאס איז דאך טיפשות געמישט מיט רשעות

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 12:52 am
דורך יואב
יאיר האט געשריבן:i love the big apple!

Well, apparently there are some folks among the over 8 million inhabitants living in this damn city who are actually satisfied

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 12:56 am
דורך יאיר
ווענדט זיך וואו דו דרייסט זיך.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 1:01 pm
דורך איך אויך
ממי_שאמרו האט געשריבן:2 wrongs doesn't make 1 right

וואס מיינט 2 רעכט 1 מאכט נישט אומגערעכט...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 1:13 pm
דורך ברעט מענינג
אז מען דעדט שוין פון הויכע מוזיק, איז דא א ווארט אז ווען מען הערט הויכע מוזיק קען עס שאטען פאר די אויער!
נישט לאנג ציריק האט חיים ישראל האלפערין געהאט א אינטערוויא אויף קול מבשר, אין ער זאגט דארט אז נאך 10 יאר שפילען ביי חתונות האט ער זיך געגאנגען זיך אונטערזיכן און א שפיטאל צי זיינע אויערען זענען געווארען עפעס אנדערש, האבן זיי עם געזאגט אז זיי זען נישט גארנישט דיינע אויערען זענען פיין!
וואס איך מיין ארויס ציברענגען איז, אז ווען א מענטש הערט מוזיק און א עיר פאון וועט עם עס לכאורה נישט שאטן, חתונה מוזיק איז אסאך העכער ווי עיר פאוןס!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 1:37 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:
ממי_שאמרו האט געשריבן:2 wrongs doesn't make 1 right

וואס מיינט 2 רעכט 1 מאכט נישט אומגערעכט...


צוויי אומרעכטן מאכט נישט איינס גערעכט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 10:33 pm
דורך ידען
ווער איז אויפגערעגט אויף וויליאמסבורג?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 10:40 pm
דורך [NAMELESS]
געהערט א אל א גוט ווארט אויף וויליאמסבורג; אויב מיינסטו אז אידן האבן נישט קיין הערנער, איז א סימן ביסט שוין לאנג נישט געווען אין וויליאמסבורג