בלאט 1 פון 4
ווי אזוי קוקט ער אויס?
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:52 pm
דורך ברעט מענינג
איך מאך דא א אשכול זיך פארצושטעלן ווי אזוי א מענטש קוקט אויס (אויפן פנים) לויט אייער מיינונג!
די ערשטע זאך וואס איך שטעל פאר איז, ווי אזוי שטעלט איר זיך פאר קוקט אויס דער מענטש וואס זאגט "שאוועל מיך אריין דעי מאטיאש"?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 11:54 am
דורך למדן
א שמאלער 20 יעריגער פרומער כולל יונגערמאן מ' זעהט איהם כסדר לויפן מיט רויטע באקן און אראפ געבויבענעם קאפ פון און צום שיעור זיצט א גאנצן טאג איבער די ריזיגע אלטע גמרות האלס צוריסן סיי די עקן ביים קומען און אהיים גיין פון ביהמ"ד זעהט מען איהם גיין מיט נאך יונגעלייט שמועסן שטיל מיט א שמייכל
כ'מיין וואסארא שאלה האסטו דא געפרעגט אויב מעג איך פרעגן
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 12:08 pm
דורך שמעקעדיג
ווער עס פארשטייט פארשטייט.
און ווער נישט (ואני בתוכם) נישט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 12:12 pm
דורך [NAMELESS]
This is a new commercial for Geico?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 12:38 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:ווער עס פארשטייט פארשטייט.
און ווער נישט (ואני בתוכם) נישט
דער בעל המימרא (ברעט מענינג) וויל אראפלייגן א פראפייל פון א יעדן לויט זיין ניק און אופן פון שרייבן. למשל וויאזוי שמעקעדיג זעט אויס (אפשר מיט א קאפ קאפי אין איין האנט און א ציגארעטל אין די אנדערע.) אדער בערל בעל עגלה. (שטייט אויף א וואגן און שמייסט די פערד מיט א בייטש(.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 12:56 pm
דורך ברעט מענינג
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:ווער עס פארשטייט פארשטייט.
און ווער נישט (ואני בתוכם) נישט
דער בעל המימרא (ברעט מענינג) וויל אראפלייגן א פראפייל פון א יעדן לויט זיין ניק און אופן פון שרייבן. למשל וויאזוי שמעקעדיג זעט אויס (אפשר מיט א קאפ קאפי אין איין האנט און א ציגארעטל אין די אנדערע.) אדער בערל בעל עגלה. (שטייט אויף א וואגן און שמייסט די פערד מיט א בייטש(.
שכוח
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 1:59 pm
דורך sunbar
ממי_שאמרו האט געשריבן:This is a new commercial for Geico?
Grammar!!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:04 pm
דורך מורינו הרב
נו, לאמיר אנהויבן...
ווי אזוי זעה איך אויס? - ווער קען אראפמאלן א פיקטשער פון מיר?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:27 pm
דורך יידל
מר. שאוועל-מיך-אריין-די-מאטיאש האט א גרויסן ארויסהענגנדן בויך, די העמד איז אים אביסל שמוציג, א באוואקסענע בארד און טיילווייז צעפלאשעטע פאות. שטימט?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:40 pm
דורך ברעט מענינג
יידל האט געשריבן:מר. שאוועל-מיך-אריין-די-מאטיאש האט א גרויסן ארויסהענגנדן בויך, די העמד איז אים אביסל שמוציג, א באוואקסענע בארד און טיילווייז צעפלאשעטע פאות. שטימט?
איך האלט אז ער (מאטיאש...) האט א ווייסע העמד, קליינע בארד, וואלענע צוצית העלף פרעים מתיבתה גלעזער, בלאנדער, א איי פאון, האנדא עקארד (ספעשיל עדישען) ער איז גאנץ גיט מיט זיין שווער, ער האט א 3 רומיגע דירה, איין קינד, 9 אזייגער ציפרי דאווענט ער, ארבעט און קאר סערוויס, ער האט א שיעור ביינאכט א האלבע שעה, נישט צו קליג, אבער נישט צי נאריש,
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:43 pm
דורך זר זהב
האסט מיר נישט געקענט בעסער אראפמאלען!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:49 pm
דורך בדחן
ארבייסט שוין? ווען האסטע געטראפן דא דשאב?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:50 pm
דורך זר זהב
שטיל ביטע
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:54 pm
דורך sunbar
נאר איין קינד האסטו??
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:57 pm
דורך זר זהב
איך בין נישט צו קלוג?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:59 pm
דורך sunbar
זר זהב האט געשריבן:האסט מיר נישט געקענט בעסער אראפמאלען!
עס קען נישט זיין דיר. טאמער יא, מיינט עס אז די טייפסט בשעת'ן דרייווען
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:59 pm
דורך לעמיל
איך מיין עס קומט אין שמייכעל פורום
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:58 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:שטיל ביטע
viewtopic.php?p=56369#p56369
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 9:40 pm
דורך berlbalaguleh
מורינו הרב האט געשריבן:נו, לאמיר אנהויבן...
ווי אזוי זעה איך אויס? - ווער קען אראפמאלן א פיקטשער פון מיר?
דו ביסט פארשטעלט. דו האסט אן א מעסק. מ'קען נישט זען דיין פנים.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 9:46 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:האסט מיר נישט געקענט בעסער אראפמאלען!
פרעגט תוס' א קשיא.דו האסט אמאל געשריבן אז דו האסט נישט געקענט שלאפן (לענגער) און דו האסט געדאוונט מיט'ן 9 אזייגער פארטאגס מנין. שלא כהנהגתך.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 9:48 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:איך בין נישט צו קלוג?
כ'האב מורא אז דאס איז נישט קיין סימן מובהק. האלב פון אונזער עולם גייט אריין אין די קאטעגאריע.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 9:51 pm
דורך קאווע טרינקער
ממי_שאמרו האט געשריבן:This is a new commercial for Geico?
דעמאנסט מיך א מעשה שהיה.
איינע פון די 1000 מאל וואס זר זהב האט אריינגעהעקט אין מיין גוגל-טולק, מיט א hay
בין איך פונקט נישט געווען, ווי מ'זאגט, אוועיליבעל,
שרייב איך אזוי צוריק פאר זר'ל:
גיב מיר 15 מינוט...
ענטפערט זר:
gr8
I'm calling Geico
ואשפגת"י.
צוריק צו ענין:
אפשר זאל מען דא אויסמשל'ן ווי אזוי אונזערע ניקים זעהן אויס..
למשל שמעקעדיג, ווי דאר/גראב איז ער?
האט ער אזא לאנגע בארד ווי קופערניקוס,
אדער איז ער קוים 5 פוס הויך ווי משה געציל.
לעיקוואד גייט טאקע א קריעת יםסוף הוט?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 10:29 pm
דורך [NAMELESS]
לאמיר הערן אז מ׳רעדט שוין, ווי אזוי זעה איך אויס?