איך וויל דא אויסשמועסן וואס מיין מסקנא איז
איך שפיר אז אזא ארטיקל ארויסשרייבן איך מוז
ריכטיג אויסנוצן די מתנה וואס מ׳האט אונז געגעבן
קלאר געזאגט, לעבן א ריכטיג ׳לעבן׳
=
פאר ר׳... האט זיך אים אמאל געדאכט
אז א פיינעם דיל האט ער געמאכט
זיך גלייך געקליידעט אין בעל הבית׳ישע שטאפיר
און געשטעלט א גרויסע גאלדענע מזוזה ביי זיין טיר
מנדב געווען א שער אינעם גרעסטן שוהל
אבער תנאי קודם למעשה ער וויל
שטעלן א גרויסן טאוול, ר׳..... וזוגתו
אויף א גרויסן שטיק מארמארשטיין שאין כדוגמתו
פארציילן הויעך אז ער טיילט צדקה בצנעה
זאל יעדער וויסן אז ער פארמאגט אפאר גרינע
שיקן דעם קאר צוויי מאל א וואך צו פוצן
אנדערש קען ער דאך דערין נישט זיצן
זיין דער שר האלף ביים דינער און אסיפה
דער נזר תומך תורה מ׳בארימט איהם מיט חנופה
זאל נאר יעדער איינער אנערקענען און זיך איבערצייגן
אז ער פארמאגט אפאר טאלער, צו איהם זיך בייגן
אבער...... דאס רעדל פין עשירות איז זייער א לויזער
היינט אן עושר מארגן א דל, ס׳איז א גלגל החוזר
דאס (עשירות) האט אנגעהאלטן פאר א יאר צוויי
נעבעך געווארן א יורד עס טוט זייער וויי
עס איז שוין נישט דא צו דעקן טאג טעגליכע הוצאות
׳באגייט ער אבער דא א געפערליכע טעות׳
ער האט דאך אזוי מורא פאר׳ן ׳מה יאמרו הבריות׳
ער קען נעבעך נישט אננעמען די מציאות
ער בארגט זיך אן א מאה נאך א מאה
ווערט נעבעך א לווה ואינו פורע
מיט אלע בעלי חוב א גאנצן טאג זיך דינגען
נאך א פילעכל פאר הארץ עסעניש שלינגען
אזוי זיך נעבעך מוטשען און פלאגן
אז קיינער זאל חלילה נישט זאגן
אז ער איז א עני ואביון געווארן איבערנאכט
אז דער גאנצער עשירות האט געקראכט
׳יענעםס דעה׳ נעמט איהם אינגאנצן איבער
ער טוהט שריט לויט וויאזוי ער וועט אויסקוקן פאר׳ן ציבור
עס קאסט איהם דאס מנוחה, געזונט און אפשר שלום בית
עס איז איהם שטענדיג ביטער און זויער ווי א זית
*
טייערע ר׳ ..... ביסט געווען דעמאלס עטליכע און צוואנציג יאר
האסט געמאכט דעמאלס א גוט געשעפט ס׳איז קלאר
האסט זיך געוואלט ווייזן, להראות העמים והשרים
מנדב געווען אפאר חדרים און שערים
אבער דיין געלט האסטו ערגעץ וואו אנגעזעצט
זאלסט אבער וויסן ביסט נאך אלץ געשעצט
אנדעם וואס זאלסט זיך מוטשענען זיך אהער צושטעלן
שטעל דיך ארויס אין דיין מצב און יעדער וועט דיר וועלן
פארוואס זאלסטו ווייטער בלייבן אין דיין גיאות
ווען דיין עניות איז שוין א שטילע באקאנטע נייעס
קיין געלט האסטו נישט און כבוד שמעקט דיר
יעדער וועט אויף דיר פארמאכן דעם טיר
על כן, בעט איך דיר, שפיר א זיסקייט אין דיין לעבן
יענעמס דעה זאל זיך ביי דיר נישט איינגעבן
זעה וואס איז גוט פאר דיר און פאר דיין הצלחה
וועסטו זעהן עס וועט קומען אויף דיר א ברכה
לאז איבער די לעבן וואס יענער קאנטראלירט
״און נעם דיר אליין דאס לעבן״ וואס וועט ווערן געפירט
דורך דיינע אייגענע דעות, החלטות און סברות
וועסטו זעהן עס וועלן דיר אוועקגיין אלע צרות
׳נעם דיך דאס לעבן׳ וויאזוי דיר געפעלט
יענעם לאז קריכן אין א צווייטנס וועלט
יענעמס ווארט זאל זיין כעפרא דארעא, זיי עס מקיים
וועסטו האבן א ריכטיגע שמחת החיים
____