רירט נישט צו צי chrome אויף מאוביל!!!!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 12:39 pm
איך זעה נישט מען זאל דאס האבן דערמאנט, וויל איך פשוט מזכה זיין דעם עולם.
איך האב געקויפט די נייע געלעקסי 3 4 חדשים צוריק, און איך האב מיר ממש מחיה געווען דערמיט פאר אפאר חדשים.
ויהי היום, האט מיר א חבר מייעץ געווען אז אויב ליינט מען אסאך אידיש און עברית, לוינט זיך צו דאונלאודן chrome, עס שטעלט זיך בעסער אויס, און איז געשמאקער, נא געזאגט און געטוהן, און ער איז גערעכט געווען.
גייט נישט דורך קיין 24 שעה, און איך הייב אהן האבן פראבלעמען, קודם ארבעט עס אסאך מאל שטייטער, דאן גאר אפט קומט ארויף forced close אויף אפפ'ס, ועוד הרבה קליינע פראבלעמען, די ערגסטע איז געווען ווען copy paste האט גענצליך אויפגעהערט ארבעטען, אויב האב איך עד גענוצט האט זיך די אפל תיכף פארפרוירן, און צומאל אויך די גאנצע פאון, דאס איז שוין געווען קשה מנשוא.
א פשוטע גוגל סוירטש האט מיר געוויזן אז אסאך געלעקסי דריי באנוצער האבן דעם זעלבען פראבלעם, קודם האב איך געמיינט אז עס איז דעם פאון'ס פראבלעם, זעה איך אבער אז נאר די וואס האבן גענוצט chrome האבן דעם, און ענליכע פראבלעמען.
רוף איך אהן מיין dealer (גאר א איבערגעגעבנער) און ער שיקט מיר גלייך א לינק צו אן ארטיקל, וואו עס שטייט באשריבן די גאנצע חסרון, אז Google נוצט chrome פאר אסאך נייע פראבעס מילא האט עס אסאך באג'ס.
די איינציגע לעזונג איז געווען א פעקטערי ריסעט, ווייל די פאון איז געווען שטארק אפעקטירט!
איין זאך האב איך פארדינט, ער האט מיר שוין אפטעידט די פאון...
איז אלזא, שטייט ווייט פון Google chrome for mobile (די דעסקטאפ version האט נישט די פראבלעמען).