בלאט 1 פון 3

נקודה למחשבה: דזשוליא אקוואדא - נחמי' וועבערמאן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 1:34 pm
דורך מיין מיינונג
די לעצטע טאג צוויי האט מיר אנגעהויבן עגבערן אין קאפ געוויסע פראגעס אינעם שולד/אומשולד פון דעם בארימטער BMW דרייווער דזשוליא אקוואדא, און אנגעהויבן קלערן אז די מידיא אורטיילט שוין ווייטער מענטשן צו אומגערעכטיגקייט דורכן שטופן איין אגענדע מער פון ס'צווייטע.

ביי די וועבערמאן פרשה האבן מיר מיטגעלעבט א אינטערעסאנטע זאך, נעמליך ס'זענען געווען מענטשן וואס האבן זיך געשוואוירן אין זיין גערעכטיגקייט, פון די אנדערע זייט זענען געווען מענטשן וואס האבן זיך געשוואוירן אין זיין אומגערעכטיגקייט. אבער די מידיא האט אפיציעל גענומען אויף זיך דעם שטעלונג אז ער איז שולדיג, און דאס געפאמפעט במשך די גאנצע צייט פונעם קעיס. האסט נישט געטראפן קיין איין נייעס אגענטור וואס זאל אפילו בטעות זאגן א גוט ווארט אדער א יש לומר אויף פארקערט אז ער איז אומשולדיג און ריין.

יעצט ביי פרשת דזשוליא האב איך מיך פרובירט אריינצולייגן אביסל אויף יענע זייט פון די מעשה. נישט ווייל כ'וויל נישט אז דער מערדער זאל קומען צו גערעכטיגייט, נאר פשוט ווייל צווישן אונז גערעדט איז דאך שוין פאר די טייערע גלויבער קאפל נישט קיין נפק"מ אויב דזשוליא גייט זיצן פאר לייף, צי מ'וועט אים אומברענגן אויף א טריפל האמעסייד, ווי דער וואנזיניגער אבראהאם פארלאנגט (גיי ווייס פארוואס איינמאל איז נישט גענוג), עס איז בלויז צו בארוהיגן דעם דעת הקהל וואס וויל זען איינעם באצאלן א פרייז פאר די שרעקליכע טראגעדיע (וואס במאמר המוסגר זענען מיר דאך די וואס דארפן צאלן דעם פרייז בשיפור המעשים, אבער דאס איז נישט דער נושא דא יעצט).
ממילא בלייבט אונז איבער צו פארשטיין איז טאקע דער דזשוליא אזוי אומגערעכט?

לאמיר אויסשמועסן אפאר נקודות:

ווען דזשוליא אנטלויפט ווען נישט פון די סצענע נאר דער קאר סערוויס דרייווער אנטלויפט, וועם וואלטן מיר באשולדיגט אינעם מארד?

פארוואס איז דער קאר סערוויס דרייווער ווייניגער רוצח ווי דזשוליא ווען ער האט נישט געסטאפט ביים סטאפ סיין?

דאס פליען קענט עוו. אויף זעכציג מוז דאך נאכנישט זיין אז ער איז געווען שיכור. מ'קען נאך זיין א היימישע איד מיט א אדעסי און פליען קענט אויף 65... איי פארוואס איז ער אנטלאפן? דא קען מען שוין זאגן ווייל ער האט געוויסט ער האט א רעקארד און האט מורא געהאט צו בלייבן אויפן ארט, ער מוז נאכנישט האבן געווען שיכור פאר דעם.

פארן אוועקלויפן פון א סצענע זאגט דאס געזעץ אז מ'גייט אין טורמע, פינטל. אבער פארוואס פארלאנגן אונזערע אפיציעלע פירער אין די מידיא אז מ'זאל אים באשולדיגן אינעם מארד, אפשר איז ער גארנישט מער שולדיג פונעם קאר סערוויס דרייווער? אפשר איז די סיבה פארוואס ער איז אנטלאפן געווען פחד, איי פארוואס האט ער זיך צוריקגעהאלטן אפאר טאג פון קומען זיך איבערגעבן? דא קומט שוין אריין דער לאזונג אז ווען אלעס גייט מיטן לינקן פוס... איין טעות האט אים געשלעפט צו די צווייטע וכו'. און נאך אזאלכע ענליכע טענות און סברות וואס ריינוואשן אביסל דעם דזשוליא.

קיינער וויל נישט אז ס'זאל זיך חס ושלום דרייען א מערדער אין די גאסן, עס איז פשוט א נקודה למחשבה ווי ווייט מיר ווערן געפירט און געפיטערט ביי די מידיא, און ווי ווייט די מידיא שטעלט זיך ארויס איינזייטיג ביי אזאנע קריטישע פעלער און קענען מאכן אן אפיציעלן לינטש אויף אזא איינעם, און ווי ווייט מיר אידן דארפן אבאכט געבן נישט צו פסק'ן קיין דיני נפשות במחי יד אדער מיט מידיא סברות און באשולדיגונגען קעגן אנדערע אידן, און אפילו קעגן גוים.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 1:47 pm
דורך ברעט מענינג
איך האלט פערצאפאל אויך אזוי!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 1:55 pm
דורך גאלד
עגרי, 1000%

אונז זעמיר נישט קיין כוליגיאנע שחורים וואס נעמען זיך בונטעווען און פארפירן פון א קאר עקסידענט, ווי ביי די קראון הייטס ראיאטן,

אוואדי איז ער געפארן שעדליך שנעל (60 מפ"ש אויף קענט עוו איז נישט נארמאל), אבער לאז מנוחה, בעט נישט קיין נייע געזעצן, דער ניו יארקער און אמעריקאנער דעמאקראטישע סיוויליזאציע איז גענוג אלט אז ס'זאל האבן אלע געזעצן צו באהאנדלען אזא סיטואציע, ס'נישט עפעס אזאך וואס מ'זאל זאגן אז ס'ממש א עפעדעמיע א מגפה וואס יעדן טאג ווערן חסידים דערמארדעט ה"י פון שיכורע דרייווערס, לאז מנוחה און זיץ איינגעפאקט, פארלאנג נישט גארנישט, דער DA וועט זיך ממילא דא אומגיין בכל חומר אן די רעטאריק פון אונזערע חסידישע פארטרעטער

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:03 pm
דורך יואליש
מ'ברויך זיך נישט אזוי אנשטרענגן מהפך בזכותו זיין צו קומען צום מסכנה אז ער האט געמאכט אן עקסידענט און נישט געמארדעט. ס'איז אבער דא אזא צער אז מ'וויל זעהן איינעם באצאלן א פרייז. די זעלבע וועלכע זאגן ס'איז א גזירה מן השמים קענען זיך נישט ברענגן צו זאגן והאלהים אנה לידו.

דער אמת איז אז האסט געמאכט א פיינע פאראלאעל, און ס'איז לאו דוקא היפאקריטסווע. היינו טעמא ד'וועבערמאן היינו טעמא ד'עקוואדא. דו וועסט זיך אנעמען פאר א ברודער מיט געפיל, נישט לאגיק.

די שאלה איז וואס טיט זיך יעצט מיט געשטעטנער'ס אינאסענט אנטיל פראווען גילטי?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:05 pm
דורך זר זהב
איז דא א געזעץ וואס פארמיידט שיכורע דרייווערס פון אנטלויפן און צוריקומען ווען זיי זענען שוין ניכטער?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:13 pm
דורך גאלד
יא, ס'דא א געזעץ אז מ'טאר נישט פארלאזן א עקסידענט, צו שיכור צו ניכטער

און אויך איז דא א געזעץ אז מ'טאר נישט דרייוון שיכור,

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:17 pm
דורך זר זהב
איז וואס איז ערגער דרייוון שיכור אדער פארלאזן אן עקסידענט? ס'קען זיין אז פאר אים האט זיך געלוינ צו אנטלוין אויב איז ער געווען אביסל אנגעטרינקן. איז פארוואס טאר מען נישט בעטן צו מאכן א נייע געזעץ ? איבערהויפט ווען ער האט שוין א היסטארי פון דרייוון ווהייל אינטאקסיקעטעד.

יאנקל האקט. אגריע.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:18 pm
דורך מיין מיינונג
איי א שווערד האט צוויי זייטן? וואס אויב א איד וועט ח"ו מאכן א היט ענד ראן אויף א גוי למשל, וועסטו אויך פארלאנגן טורמע פאר דעם איד?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:21 pm
דורך גאלד
בד"וו, איך זעה נישט וויזוי אזא געזעץ קען איבערלעבן אין קאורט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:24 pm
דורך מיין מיינונג
אגב איז דאס נישט די נושא דא. די נושא דא איז ווי ווייט אונזער מהלך המחשבה ווערט פארגעשריבן דורך אנדערע.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:34 pm
דורך למדן
רוב מענטשן צו וועם איך האב גירעדט האלטן נישט אז ער איז א סכנה פאר די גאס, ער איז געפאהרן זייער שנעל (נישט קיין סאך שנעלער ווי כמעט האלב דרייווערס) זיין מעין פראבלעם איז אז ס' איז א היט ענד ראן און ער האט געווארט פיהר טאג זיך איינצוגעבן וואס ווער עס וויל קען זאגן אז ער'ט געווארט ביז זיין אלקעהאל גייט ארויס

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:40 pm
דורך איחוד פעלד
אלקאהאל גייט נישט ארויס שנעלער פין פיר טעג?

איך גלייב ער גייט נישט ארויסגיין מיט קיין גרויסע עונש, חוץ אויב מען ווייזט אויף אז ער איז געוועהן שיכור. ד.ה. ווי ער איז געוועהן, פין ווי ער איז געקומען, פין א באר? איז דא קעמרעס? וכו'.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:52 pm
דורך גאלד
איך וואלט אויסדרוקליך נישט געלאביט פאר א נייע פערמענענט געזעץ צוליב דער אינצידענט,
דאס איז די צרה מיט די אלע געזעץ וואס ווערן געטריבן פון הרגשים, און חנופה פון פאלעטישנס,
דער מעגליכקייט אז א שיכורע דרייווער זאל קענען אוועקלויפן פון א עקסידענט ווי ס'דא פאטאליטעטן אנע זיך אליינס צימזיק'ן איז זייער א ווייטער מציאות,
בנוסף אז ס'שוין דא אויף די ביכער גענוג הארבע עונשים פארן דרייווען שיכור און אויך פארן אנטלויפן אפי' ניכטער,
בנוסף איך ווייס נישט פארוואס יעדער האט שוין אויפגעגעבן אז דער אסעוועדא גייט נישט באקומען א הארבן עונש,
בנוסף וואלט דער נייע פארגעשלאגענע געזעץ נישט פארמיטן דעם ספיציפשן טראגישן אינצידענט,
בנוסף אז למעשה איז דאך עס טאקע נישט געווען קיין מזיד רציחה,
נו וואס פאר-א-שווארץ יאר איז די גרויסע קראץ פאר נייע געזעצן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:59 pm
דורך זר זהב
וואס איז דיין פרעדיקשען זיין עונש?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:02 pm
דורך יואליש
מיין מיינונג האט געשריבן:איי א שווערד האט צוויי זייטן? וואס אויב א איד וועט ח"ו מאכן א היט ענד ראן אויף א גוי למשל, וועסטו אויך פארלאנגן טורמע פאר דעם איד?


כ'וויל נישט טרעטן אויף קיינעם'ס הינער אויגן. אבל כבר היו לעולמים - שמעתי מעד נאמן - א אינגערמאן האט געפעסט א פלעשינג סקול באס און געהרג'ט א אידיש נפש, און אנטלאפן. מ'האט געוויסט זיין נאמען, אבער קיינער האט גארנישט געטוהן, ווארשיינליך ווייל דער דרייווער ברויך נאך צינדען חנוכה ליכט מיט זיין קינדערלעך.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:17 pm
דורך מיין מיינונג
איז ער דאך ווארשיינליך א שוגג, און דער היט ענד ראן איז דאך באמת שיטת ערי מקלט, מ'אנטלויפט נאך די טראגעדיע.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 4:35 pm
דורך געפילטע פיש
פעסען א סקול באס סטאפ סיין איז קרוב למזיד.

גאלד האט געשריבן:בנוסף איך ווייס נישט פארוואס יעדער האט שוין אויפגעגעבן אז דער אסעוועדא גייט נישט באקומען א הארבן עונש

די מאקסימום פאר היט ענד ראן פון א פאטאלע עקסטדענט איז 7 יאר, און ס'איז נאר א פעלאני, הארגענען איינעם בשעת'ן דרייוון שיכור און די שיכרות האט גורם געווען דערצו קען דאס זיין manslaughter טשארדזשעס און אפילו סעקאנד דעגרי מערדער.
אויב איז ער געווען שיכור האט זיך עס אודאי געלוינט פאר עם צו אנטלויפן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 4:52 pm
דורך הערשי
דער עולם זוכט א שעיר לעזאזל זיך אויסצוגעבן די אנגעווייטאגטע געפילן. לינטשן איז אן אינסטינקטיווער געפיל און א פרימיטיווער סיסטעם פון יוסטיץ וואס האט נישט קיין ארט אין א ציוויליזירטע געזעלשאפט.
אן עקסידענט איז ביי דעפינישן א שגגה, און א שגגה איז א פארמיידבארער שלעכטער טאט דורכגעפירט אן קיין בייז ווילן. בסך הכל ווייס מען ער איז שולדיג אין אנטלויפן פונעם סצענע און אין ספידן, נישט מער. מען קען שפאקולירן ער איז געווען שיכור, אבער ס'קען אויך געמאלט זיין ער איז סתם אזוי געווען דערשראקן און צומישט, איבערהויפט מיט זיין נישט-אזוי-גלענצענדע רעקארד.
עכ"פ, מ'דארף אים בוודאי הארב באשטראפן, און ס'שאדט נישט איז קהילה פירער פאדערן טאקע אויף די אטאריטעטן דערויף. אבער די מהומות, דאס איבערגעטריבענע אינטערסע, און דאס חיה'שע בלוט-דורשטיגקייט איז איבעלנד, און היפאקריטיש אויך. יוסף ליפש וועלכער האט געמאכט די קראון הייטס עקסידענט איז אויך געווען א "מערדער"? די גרענד דשורי האט אים נישט געקענט קרימינאל אנקלאגן ווייל "אן עסידענט איז נישט קיין פארברעכן". העכסטענס קען ער קריגן א טרעפיק פארלעצונג. אנטלויפן פונעם סצענע איז טאקע יא א פאברעכן, אבער פארדעם קומט זיך נאכנישט ד' מיתות בי"ד.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 4:56 pm
דורך [NAMELESS]
הערשי!
שלום עליכם!
זייער א שיינע תגובה און זייער א קלארע מיינונג. יהא בואך לברכה (בנימין, די ך האב איך געדארפט שרייבן, אנטשולדיגט)

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 4:58 pm
דורך הערשי
געפילטע פיש האט געשריבן:פעסען א סקול באס סטאפ סיין איז קרוב למזיד.


קאפויער, מען קען זיין גאר פארזיכטיג ביים פארלעצן ווילנדיג. אומווילנדיגע פארלעצונגען זענען דאס מערסטע געפערליך.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 5:09 pm
דורך געפילטע פיש
מ'קען "פראבירן" צו זיין פארזיכטיג, מ'קען אויך פראבירן צו זיין פארזיכטיג בשעת'ן פעסען א רויט לייט, אבער אויב געשענט עפעס ביסטו שולדיג.

איך קריג זיך נישט מיט דיין פוינט אז מ'דארף עם נישט לינטשען, נאר לאזען די קארס אוו דזשאסטעס לויפן, נאר איך קען פארשטיין פארוואס מ'זאל וועלן מאכן א געזעץ וואס זאל אננעמען אז איינער וואס איז אנטלאפען פון א עקסידענט זאל מען זיך אננעמען מיטן חומר הדין כאילו ער איז געווען שיכור, ווייל אויב נישט וועט יעדע שיכור אנטלויפן ביז ווילאנג די אלקאהאל גייט ארויס פון זיין סיסטעם.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 5:12 pm
דורך צדיקל
איך בין ביי די מיינונג ווי "מיין מיינונג". איך האלט אז דער קאר סערוויס דרייווער איז אסאך מער שולדיג, נאר מ'האט גענומען א קרבן ציבור זיך אויסצוגעבן די כעס.

(צו ער איז געווען שיכור ווייס איך נישט, אבער אנהויב וואך איז געווען א קליפ פון אברהם רובין וואס וואוינט ביי די קארנער ווי דער עקסידענט איז געווען, ער האט גערעדט מיט דעם דזשוליא אקוואדא תיכף נאכן עקסידענט פאר ער איז אנטלאפן, ער זאגט דארט אז ער האט נישט אויסגעקוקט שיכור, נאר שאקט.)

נאך מער לו יהא ער איז ווען יא שולדיג, פארשטיי איך נישט וואס די היימישע עסקנים אינזער פארטרעטערס, האבן געוואלט מיטן מאכן א פרעס קאנפרענץ און צוזאגן געלט פאר אינפערמאציע צוטרעפן דעם דרייווער, און דאס מאכן אן איבערקערניש אז מ'דארף אים אנקלאגן מיטן ערגסטן, סוף כל סוף האט ער נאר געמאכט אן עקסידענט, וואס גייט כלל ישראל האבן אויב ער וועט באקומען א גרעסערע שטראף, חוץ אביסל נקמה געפיל, הזאת נעמי? דאס איז די בני אברהם רחמנים? דזשוליא אקוואדא האט אויך א משפחה א ווייב און צוויי טעכטער, אויף זיי טאר מען נישט רחמנות האבן? זיי דארף פארלירן זייער טאטען ווייל ער האט געמאכט א "עקסידענט"?

ווען מען רעדט ווען פון איינער וואס איז א מערדער להכעיס בין איך מיט זיי, אזא איינער דארף מען איינזעצן אז ער זאל נישט קענען נאכאמאל הרגענגן, אבער דא רעדט מען פון איינעם וואס האט בכלל נישט געוואלט, ער האט געמאכט אן עקסידענט.

כ'וואלט געזאגט אז די עסקנים מיינען בכלל נישט לשם שמים און נישט דעם ציבור, און ניטאמאל די קרבנות, פשוט לכבוד עצמם הם דורשים.
לאמיר זען זיי זאלן נעמען דאס געלט וואס זיי האבן צוגעזאגט, (היות מ'דארף דאך קיינעם נישט באצאלן) און אויסטיילן פאר קמחא דפסחא לע"נ די גלויבער ז"ל.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 5:15 pm
דורך מיין מיינונג
אין זיין קאלום אין דער היינטיגער "דער איד" שמועסט משה לייב דייטש אויס זייער שיין דעם נושא. זיין שפיץ איז אז אנשטאט אידישע קינדער זאלן זיך צוזאמנעמען און זיך מעורר זיין לתשובה נאך די טראגעדיע, זענען מיר געווארן א באנדע אויסגעהונגערטע מענטשן כאפער, צו כאפן דעם ווארשיינליכן מערדער און אים ברענגן צו גערעכטיגקייט.