בלאט 1 פון 1
דאפעלטע ניקס
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 4:25 pm
דורך [NAMELESS]
איך וויל ארויסברענגען א פראבלעם וואס איך האב, און אפשר קען דער עולם מיר ענטפערן וואס די עצה דערפאר איז.
אין יעדע אשכול ווי א ניק (על פי רוב א נייע) וויל זיך אננעמען אדער קעגן שטעלן קעגן א פריוואטע מענטש אדער אינטערנעמונג (לדוגמה: מצליח, באס, עגרי ועוד ועוד), און דער עולם שטעלט זיך נישט צו, שפראצט ארויס תיכף תוך כדי דיבור 2-3 פרישע ניקס וועלכע נעמען זיך אן פאר איינעם און דערנאך ווערן זיי נעלם כאילו לא היה. אדרבה, גיבטס א קוק ווען זיי זענען געקומען אינעם שטיבל א צווייטע מאהל? און זיי שרייבן נישט ערגעץ אנדערש נאר אין יענע איינציגע אשכול. פארוואס זאל א שרייבער זיך דארפן ספראווענען מיט די זעלבע מענטש אונטער 3 ניקס? עס מאכט זייער אומבא'טעמ'ט און זייער לעכערליך.
איך האב נישט גארנישט קעגן ניקס און ספעציעל פרישע, אדרבה, אזעלכע ניקס ווי מאיר און עסקן (סתם א דוגמה, דא נאך אסאך) וועלכע האבן צוגעלייגט גאר אסאך צו די אשכולות ווי זיי האבן געשריבן האב איך זיי משבח געווען ברבים. אפילו קעניגרייך איז וועלקאם דא, ווייל יעדער וואס וויל זאגן א מיינונג איז וועלקאם דא. אבער די פרישע ניקס וועלכע קומען נאר אין איין אשכול און דערנאך ווערן זיי נעלם מאכט נערוועז.
איך האף אז איך האב זיך גוט ארויסגעברענגט.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 4:26 pm
דורך מיין מיינונג
כ'האב פארשטאנען דעם רמז... איך טראג אפ.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 4:30 pm
דורך [NAMELESS]
חס ושלום!!
איך בין דיר נישט מקנא....
בדרך אגב, נישט אוועק צודרייען די שמועס, וואלה און ערוץ 2 מעלדן אז היינט נאכט גייט יאיר לפיד מיט ביבי אינטערשרייבן זייער הסכם
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 5:04 pm
דורך מיין מיינונג
נו לאמיר ממשיך זיין במקום המיועד לכך
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 5:39 pm
דורך געפילטע פיש
איך מיין אז מיר האבן שוין פארדינט פון אזעלכע ניקס, וואס זענען אריין געקומען פאר איין סיבה און זענען געבליבן דא און בארייכערען אונזער שטיבל.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 6:38 pm
דורך שמעקעדיג
יש דורשין לשבח, ויש דורשין לגנאי.
אסאך זענען געבליבן דא באררייכערן; אנדערע געבליבן דא פאררייכערן אז מען קען קוים כאפן דעם אטעם.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 6:58 pm
דורך [NAMELESS]
ממי שאמרו , איך מיין אז די זאגסט א גיטע נקודה, און איך ווייס נישט וואס די עצה פאר דעם איז. עס איז אבער דא א אנדערע זייט פון די מטבע. אז ס׳איז דא א העפטיגע שמועס און פלוצלינג סיינען זיך אריין נייע ניק׳ס מיינט עס נאך נישט אז דאס איז א דאפעלטע ניק וואס וויל זיך אליינס פארטיידיגען!!
עס איז נישט גערעכט צו באשילדיגען נייע ניק׳ס אז זיי זענען דאפעלטע ניק׳ס!!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 7:12 pm
דורך [NAMELESS]
ער שרייבט דאך אז ער קען אים פערזענדליך, אדרבה, ווען ער כאפט ווען א שפאציר דא אינעם שטיבל און איז מגיב ערגעץ אנדערש אויך, ניחא. אבער ער שרייבט אז ער קען דעם באס זייער גוט, ער לייקט יעדע תגובה זיינע, און באס לייקט אים צוריק וחוזר חלילה.
קוק אזא נייע ניק ווי מיין מיינונג, הערשי וכו׳ א ברכה צו מאכן (טוב והמטיב), און זיי אטאקירט מען נישט.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 7:23 pm
דורך [NAMELESS]
Lexus האט געשריבן:If you will not stop to attack our dear bus driver will i put here the names of the rabunim that were involved!!!!
And to you bus driver, get all this bad people out from your bus now!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 7:31 pm
דורך [NAMELESS]
ממי_שאמרו האט געשריבן:Lexus האט געשריבן:If you will not stop to attack our dear bus driver will i put here the names of the rabunim that were involved!!!!
And to you bus driver, get all this bad people out from your bus now!
נא, איז ער באס דרייווער'ס חבר וואס איז געקימען זיך אנעמען פאר אים ווייל יעדער רייסט אים אראפ. פארוואס שרייסטו אז ס'איז ער אליינס??
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 7:32 pm
דורך חשבון
ס'כאפט א פחד צו שרייבן דא
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 7:35 pm
דורך [NAMELESS]
חשבון איז גערעכט. איך מיין די הנהלה דארף מאכן עפעס א מהלך צו סטאפען אזעלעכע אטאקע'ס.
פארוואס זאל א מענטש מורא האבען זיך אויסציוויינען דא??????
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 7:35 pm
דורך [NAMELESS]
איז וואס שרייבט ער נישט נאר דארט? אדרבה, ווייז מיר איין ניק וועלכע האט קלאר געזאגט ער קומט נאר זיך אננעמען פאר איינעם, און ער איז געבליבן דא.
און איך מיין נישט דוקא די באס אשכול, געדענקסט אליינס גענוג און נאך אזעלכע אשכולות ווי דו אדער איינער האט געהאלטן אינמיטן מסביר זיין א נקודה, און האסט דיר געטראפן מיט א שווערע פיצול אישיות
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 7:56 pm
דורך איך אויך
אפשפארן וועט נישט העלפן ווייל אין לדבר סוף, די גבירים דא (למשל הויכבאשפריצטער ראשהאקוהעל) דארפן אויפשטעלן א פאנד וואס וועט צושטעלן סייקייעטריסטס צו טריטן די פיצול אישיות.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:08 pm
דורך [NAMELESS]
איך זעה אז עס באדערט פאר ראש הקהל און איך בין שוין מיד פון זיך שלאגן מיט דעם לעקסוס.
וויל איך פרעגן די הנהלה, אפשר מאכט מען אזוי, זאל איינע פון די הנהלה טשעקן אויב עס איז די זעלבע איי פי אדרעס פון באס אדער מזל טוב, אויב נישט. שטעל איך זיך אויף ברבים, און איך בעהט זיי ביידע איבער, און איך לייק אלע זייערע תגובות. געשעפט?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:24 pm
דורך berlbalaguleh
מיין מיינונג האט געשריבן:כ'האב פארשטאנען דעם רמז... איך טראג אפ.
ניין... איך בעטעך. פליעס, בלייב און שרייב. (דער גראם איז געווען בכוונה).
נשלח: מוצ"ש מערץ 09, 2013 9:09 pm
דורך חשבון
פארוואס טראכסטו נישט פאזאטיוו אז אמאל אויב וועסטו זאגן א גוטס וואס וועט געפעלן פאר דעם איד מיט דריי ניקס וועסטו באקומען דריי לייקס אנשטאט איינס. איז דאס נישט ווערט?
נשלח: מוצ"ש מערץ 09, 2013 10:58 pm
דורך איך אויך
דאס הייסט בואו חשבון, בואו ונחשוב חשבונו של לייקס.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 12:53 am
דורך מאטי
ראשעקאל האט געשריבן:חשבון איז גערעכט. איך מיין די הנהלה דארף מאכן עפעס א מהלך צו סטאפען אזעלעכע אטאקע'ס.
פארוואס זאל א מענטש מורא האבען זיך אויסציוויינען דא??????
אפשר איז כדאי צו מאכן אן אפטיילונג איש את רעהו יעזרו אין אידיש support group וואס זאל זיין געאייגענט פאר אידן וואס ווילן זיך ארויסגעבן זייער ווייטאג אין דער עולם וועט מיטפילן אין מחזק זיין without judgment
אפילו איחוד פעלד דער איבער חכם וועט פארשטיין אז אין אזא אשכול מיוחד איז נישט דער פלאץ צו ספקנען אין אמיתת הדברים