בלאט 1 פון 2

בילדער פון פרויען נפטרים, מותר אדער נישט?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 11:05 pm
דורך בדחן
איך וויל פראבירען האבן א אמת'ע דיסקאשן איבער די קימענדיגע נושא,

מעג מען קיקען אויף בידלער פון נשים בצניעות?
מעג מען קיקען אויף בילדער פון כלות ביי חתנות?
מעג מען קיקען אויף בילדער פון נשים וואס לעבן שוין נישט?

דעתי נוטה אז דער וואס האט ארויס געבעבן די בילד פון די חתן כלה פון די נפטרים האט נישט געטיען א גיטע זאך,

איך מיין גארנישט, עס ליגט גארנישט אינטער מיינע ווערטער, עס איז נאר עפעס וואס איך שרייב יעצט ווייל איינער האט קריטעקירט דער איד פאר נישט איינלייגען די בילד.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 11:09 pm
דורך [NAMELESS]
דער וואס האט עס ארויס געגעבן איז א משפחה קרוב, ווי אזוי דעןן האב איך דאס שוין ערהאלטן קנאפע א שעה נאכן טראגעדיע? און דאס א דאפעלטע עוולה לדעתי.

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 12:46 am
דורך גוטע פינטעלך
אויבען אויף עפ"י הלכה איז נישט אסור צו קוקען אויף א בילד פון א נישט לעבדיגע פרוי, די טעם האיסור איז מחשש שמא יתאוה לה און זי איז אסור פאר דיר, פארשטייט זיך אז עס איז נישט שייך ביי א נפטרת.

איי העסטו פרעגן מען ווערט דאך אביסל איבערגענומען פונעם יופי, נו וואס איז די פראבלעם, אדרבה כל זמן עס איז נישט פארבינדען מיט מחשבות פון זנות נאר פון art און יופי הבריות שברא הקב"ה וואס איז דער פראבלעם, מען זעט דאך אין די די גמ' אז ווען רבי גמליאל האט געזען א שיינע נכרית האט ער גאר געמאכט א ברכה אויף איר שיינקייט, וויבאלד עס איז נישט געווען פארמישט מיט מחשבות זנות.

[עס פארשטייט זיך אליין אז בחיי האשה מעג מען זיך נישט פארקוקען מיטען תירוץ יופי הבריות, ווייל ווער קען דען זאגען ניקיתי ליבי און עס וועט זיך נישט פארלויפען מחשבות פון זנות, ממילא וועגען דעם איז אסור, אבער לאחר פטירתה].

דא האסטו די גמרא אין מס' ע"ז (כ ע"א):

מסייע ליה לרב, דאמר רב: אסור לאדם שיאמר כמה נאה עובדת כוכבים זו. מיתיבי: מעשה ברבן שמעון בן גמליאל, שהיה על גבי מעלה בהר הבית, וראה עובדת כוכבים אחת נאה ביותר, אמר: מה רבו מעשיך ה'. ואף רבי עקיבא ראה אשת טורנוסרופוס הרשע. רק, שחק, ובכה. רק, שהייתה באה מטיפה סרוחה. שחק, דעתידה דמגיירא ונסיב לה. בכה, דהאי שופרא בלי עפרא. ורב, אודויי הוא דקא מודה, דאמר מר: הרואה בריות טובות אומר: ברוך שככה ברא בעולמו. ולאסתכולי מי שרי? מיתיבי: ונשמרת מכל דבר רע. שלא יסתכל אדם באשה נאה, ואפילו פנויה, באשת איש, ואפילו מכוערת, ולא בבגדי צבע של אשה, ולא בחמור ולא בחמורה ולא בחזיר ולא בחזירה ולא בעופות בזמן שנזקקין זה לזה, ואפילו מלא עינים כמלאך המות; אמרו עליו על מלאך המות, שכולו מלא עינים, בשעת פטירתו של חולה, עומד מעל מראשותיו וחרבו שלופה בידו וטיפה של מרה תלויה בו, כיון שחולה רואה אותו מזדעזע ופותח פיו וזורקה לתוך פיו, ממנה מת, ממנה מסריח, ממנה פניו מוריקות. קרן זוית הואי.
און ירושלמי (ברכות סג, ב) שטייט קלאר אז רבן גמליאל האט געמאכט א ברכה אויף איר:

"מעשה ברבן גמליאל, שראה גויה, אישה נאה, ובירך עליה. לא כן אמר רבי זעירא, בשם רבי יוסי בר חנינא, רבי בא, רבי חייא בשם רבי יוחנן, "לא תחנם", לא תיתן להם חן. מה אמר אבסקטא? לא אמר אלא "שכך ברא בריות נאות בעולמו". שכן אפילו ראה גמל נאה סוס נאה חמור נאה אומר ברוך שברא בריות נאות בעולמו. זו דרכו של רבן גמליאל להסתכל בנשים? אלא דרך עקמומיתה הייתה.

על כל פנים וועל מיר טאקע פארלאזען דא נאך א טרער אויף האי שופרא דבלי בעפרא, ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, ושנשמע ונתבשר בשורות טובות.

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 8:57 am
דורך איחוד פעלד
עס איז דא מנהג ביי פארשידינע אז ווען מען זעה א גאר שיינע פרוי גייט מען צו און מען זאגט אין אויער מה רבו וכו'.

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 10:07 am
דורך שרייבער
לענ"ד איז עס א גרויסע עולה, אפגעזען צו זי לעבט צו נישט, ווען מען זייט א פרוי אויסגעפוצט קען עס כאפן א הרהור, אפילו דו קענסט נישט צוקומען צו איר, פונקט ווי ווען דו וועסט זען אין א מאגאזין א פרוי וואס די ווייסט ניטאמאל ווי אין יהופעץ זי וואוינט

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 10:10 am
דורך לעמאן דזשוס
ממי_שאמרו האט געשריבן:דער וואס האט עס ארויס געגעבן איז א משפחה קרוב, ווי אזוי דעןן האב איך דאס שוין ערהאלטן קנאפע א שעה נאכן טראגעדיע? און דאס א דאפעלטע עוולה לדעתי.


דאכט זיך טאקע אז די בילד פונעם פארל וואס איז דערנאך געוועהן אין אלללע צייטונגען פאוסט, דעילי, טיימס און ווי נישט, איז ערשינען דא אין קאוועשטיבל דאס ערשטע.

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 10:11 am
דורך [NAMELESS]
איך האב דאס שוין דערהאלטן איידער עס איז ארויף דא. דאס האט די משפחה ארויסגעשיקט

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 10:14 am
דורך לעמאן דזשוס
ממי_שאמרו האט געשריבן:איך האב דאס שוין דערהאלטן איידער עס איז ארויף דא. דאס האט די משפחה ארויסגעשיקט


איך פארשטיי, איך רעד אבער, די ערשטע פלאץ אויפן אינטערנעט ה"י.

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 10:17 am
דורך מאראנצןזאפט
ווען דער בילד האט נאר דעם מאן, איז דאס נישט מער ווי פארשטענדליך, יעדער איז געווען נייגעריג ווער דאס איז, און צי אפשר קען איך אים גאר. איז
לאמיר עס אנקוקן ווי א פרוי קרובה האט דאס געשיקט פאר אן אנדערע פרוי, און זי פאר א צווייטע פרוי וכו', און דער וואס האט דאס מיר געשיקט האט בעיקר געמיינט מיין פרוי.
בכל אופן, וועמען דאס בילד שטערט האט די ברירה צו פארמאכן זיין פיקטשור מעיל, און מער וועט דאס נישט פאסירן מיט'ן אויבערשטענס הילף.

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 11:31 am
דורך זר זהב
ממי_שאמרו האט געשריבן:איך האב דאס שוין דערהאלטן איידער עס איז ארויף דא. דאס האט די משפחה ארויסגעשיקט

און איך האב געהערט אז איינער האט דאס געגאנבעט פון א משפחה מיטגליד'ס פ"ב אקאונט.

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 11:34 am
דורך [NAMELESS]
יענער איז אן אייזענע חוקר, אויפגעזיכט אלע גלויבער-זילברשטיין אקאונטס, און אויפגעזיכט און געטראפן דאס בילד אין איין שעה! ואו!

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 11:35 am
דורך זר זהב
יענער איז א חבר.

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 11:44 am
דורך אויס מענטש
ביי א לעבעדיגע פרוי איז אויך נישטא קיין שום איסור צו קוקן אויף א בילד אפי' א חתונה בילד
כש"כ ווען דא איז דא סיי דער לעולם ירגיז אדם יצה"ר און דער יזכיר לו יום המיתה אויפן פלאץ
עי' באג"מ ועי' ביד משה המראה מקום

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 2:07 pm
דורך גוטע פינטעלך
פאר אלע אוסרים, דא האטס עס א' גמ' מפורשת:

מס' סוטה (ח' ע"א) למימרא דר' יהודה חייש להרהורא ורבנן לא חיישי, והא איפכא שמעינן להו, דתניא האיש מכסין אותו פרק אחד מלפניו והאשה שני פרקים אחד מלפניה ואחד מלאחריה מפני שכולה ערוה דברי רבי יהודה. וחכמים אומרים, האיש נסקל ערום ואין האשה נסקלת ערומה. אמר רבה הכא טעמא מאי, שמא תצא מב"ד זכאית ויתגרו בה פרחי כהונה, התם הא מסתלקא (זי ווערט דאך פארשטיינערט), וכי תימא אתי לאיגרויי באחרנייתא [על ידי שראו את זו ערומה מתגרה יצרם בנשים אחרות (רש"י)], האמר רבא גמירי דאין יצר הרע שולט אלא במה שעיניו רואות.

תוס' (דארט ד"ה גמירי אין יצר הרע שולט אלא במה שעיניו רואות). מקשי' מפרק אין דורשין (חגיגה יא:) דאמר עריות בין בפניו בין שלא בפניו נפיש יצרייהו, ולא קשיא מידי, דהתם ה"פ מאחר שראה הערוה פעם אחת שוב מהרהר אחריה לעולם אפי' שלא בפניה אבל מחמת שראה הנסקלת ערומה אינו מהרהר אחר אחרת:

אבער איך האב געזען פון דעברעצינר רב אז ער ברענגט צו שו"ת הב"ח (סי' י"ז) וואס האלט אז אויך ביי א מתה איז שייך הרהור במקצת, און פארענטפערט די גמ' הנ"ל אז דאס איז נאר מותר משום הדין דאורייתא לסקלה ערומה ממילא איז מען נישט חושש אויף הרהור במקצת.

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 3:55 pm
דורך zurich
איחוד פעלד האט געשריבן:עס איז דא מנהג ביי פארשידינע אז ווען מען זעה א גאר שיינע פרוי גייט מען צו און מען זאגט אין אויער מה רבו וכו'.

לץ!!

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 4:10 pm
דורך קאווע טרינקער
ר' עקיבא בן יוסף (שוין געהערט פון אים) האט א ברכה געמאכט אויף א שיינע פרוי.

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 4:15 pm
דורך [NAMELESS]
דער ר׳ עקיבא האט אויך געקויפט שיינע מתנות פאר זיין ווייב און איר מכבד געווען ברבים, פון ״אים״ ברענגסטו א ראיה????

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 4:51 pm
דורך berlbalaguleh
[quote="קאווע טרינקער"]ר' עקיבא בן יוסף (שוין געהערט פון אים) האט א ברכה געמאכט אויף א שיינע פרוי.[/quote
איך האב געהערט פון ביידע. ר' עקיבא בן יוסף און ר' עקיבא יוסף שלעזינגער. דער בעל מחבר פון ספר "לב העברי". סאו וועלכן מיינסטו? ס'איז געווען א הבדל פון בערך צוויי טויזנט יאהר צווישן זיי צווי.

נשלח: מוצ"ש מערץ 09, 2013 11:15 pm
דורך קאמפיאטער
zurich האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:עס איז דא מנהג ביי פארשידינע אז ווען מען זעה א גאר שיינע פרוי גייט מען צו און מען זאגט אין אויער מה רבו וכו'.

לץ!!

מצרף

נשלח: מוצ"ש מערץ 09, 2013 11:34 pm
דורך [NAMELESS]
קאמפיאטער האט געשריבן:
zurich האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:עס איז דא מנהג ביי פארשידינע אז ווען מען זעה א גאר שיינע פרוי גייט מען צו און מען זאגט אין אויער מה רבו וכו'.

לץ!!

מצרף

גם אני מצרף

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 12:34 am
דורך ניו יארק
אויב איינער באקומט א תוואה נאכן הערן אזא שרעקליכע מעשה, דארף אן ערענסטע דאקטער, איך האב עס ארויפגעלייגט בערך א שעה נאך די ביטערע מעשה, און איך גלייב אז עס האט פאר קיינעם נישט געגליסט אין יענע מינוטען צו באטראכטען די שיינקייט פון א פרוי וואס ראנגעלט זיך צווישען לעבן און .....,
עס איז מעגליך אז איך בין נישט גערעכט, אבער דאס איז מיין מיינונג.

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 6:53 pm
דורך קאווע טרינקער
ממי_שאמרו האט געשריבן:דער ר׳ עקיבא האט אויך געקויפט שיינע מתנות פאר זיין ווייב און איר מכבד געווען ברבים, פון ״אים״ ברענגסטו א ראיה????

אז דיין ווייב לאזט דיך אוועק פארן פאר 24 יאר, וואלסטו אויך געקופט אזא שיינע ירושלים של זהב.

אגב, דער ירושלמי פארציילט אז אשת ר' גמליאל הנשיא, האט געבעהטן איר מאן צו קויפן די זעלבער תכשיט וואס ר' עקיבא האט געקויפט פאר זיין פרוי...

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 9:22 pm
דורך אחלק_שלל
קאווע טרינקער האט געשריבן:אגב, דער ירושלמי פארציילט אז אשת ר' גמליאל הנשיא, האט געבעהטן איר מאן צו קויפן די זעלבער תכשיט וואס ר' עקיבא האט געקויפט פאר זיין פרוי...


און איר מאן רבן גמליאל האט איר געפרעגט: ביזטו אויך גרייט מיר צו טוהן וואס רחל אשת רבי עקיבא האט געטוהן פאר איר מאן, ווען זי האט פארקויפט אירע תכשיטים פון אויפן קאפ, און געגעבן פאר'ן מאן ער זאל קענען ווייטער לערנען תורה ?

די ירושלים של זהב איז לכאורה געווען א סארט קרוין אויפן קאפ. אבער לויט טייל איז עס געווען א תכשיט וועלכע האט צוזאמגעהאלטן די האר, רבי עקיבא האט איר עס געשענקט נאך וואס זיי האבן מיטגעלעבט שרעקליכע עניות אין די ערשטע יארן, ווען איר טאטע כלבא שבוע האט איר ארויסגעווארפן פון שטוב, און זיי זענען געשלאפן אין די ווינטער נעכט אין שטאל, און יעדן אינדערפריה האט רבי עקיבא געדארפט ארויסקלויבן די שטרוי פון צווישן אירע האר, (גמ' נדרים דף נ'). (לייגט עס נאר נישט אריין אין תגלחת נשים אפטיילונג...)