מיהו ברסלב?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 494 מאל

מיהו ברסלב?

שליחה דורך בדחן »

ברסלבער האט געשריבן:קליגער, ווער זאג אז "נאר" דאס וויל דער אייבערשטער? אויב איז עס א סוקסעספול מהלך, וועל איך עס אננעמען אפילו אויב מאנכע וועלן עס רופן "קולט", איך ווייס נישט פונקטליך די אפטייטש פון "קולט", עפעס אזא נאמען וואס מען ניצט אויף א חסידות אדער מהלך, ווען מען קען עס נישט אפפרעגן אויף א נארמאלע וועג, מיט וואס איז ברסלב מער א קולט ווי סיי וועלכע אנדערע חסידות'ן און מהלכים?


מען ריפט עס א קולט, ווייל מען ארבייט דערמיט היינט בערך אזוי ווי מיט די שעקלי פראדוקטען, בבחינת חבר מביא חבר, און בעיקר זיכט מען צו רעדן צו בחורים,

ברסלבער האט געשריבן:און פארוואס דארף איך גיין אויף די זעלבע וועג ווי מיינע עלטערן זענען געגאנגען? סך הכל דארף איך זיין א איד א שומר תורה ומצות און אויב מיינע עלטערן האבן באקומען חיזוק דערויף ביי זייער רבי'ן, ווער זאגט אז איך וועל עס אויך דארט באקומען? פארוואס טאר איך זיך נישט זוכן אן אייגן רבי'ן וואס איז מיר מחזק בשמירת התורה והמצות? און אויב מיין זוהן וועט זיך זוכן א צווייטע חסידות אדער אפילו ווערן א ספרדי, וועט עס מיר בכלל נישט באדערן, ווי לאנג ער וועט זיין א איד א שומר תורה.



כלל ישראל גייט שוין אן זייט מתן תורה אז עלטערן גיבן איבער פאר קינדער אא"וו, ערגעץ איז דא א שמיעס צו א מנהג פון עלטערן איז א הלכה אדער נישט, צו שרייבען אז מען מוז נשט גיין און די וועגן פון די עלטערן איז בקיצור נמרץ גאר גוט ארויס געברענגט פארוואס ארקענטע באזעצענע בעה"ב און יראי השם ובתוכם רבנים, זענענן אויסגעשפראכען קעגן די ברסלב קאמפאני, דאס איז נישט די וועג ווי אזוי המשכת הדורות גייט צו,


___

ווען מען רעדט פון ברסלב איז די ערשטע שאלה וואס יעדער פרעגט: מיהו ברסלב?

איז דער ברסלב'ער דער:

1} די האמלאוס חברה מיטען ווייסען נ נח קאפעל וואס טאנצט אין די גאסן?
2} דער אינגערמאן וואס ווייסט פון ברסלב צו זאגען נאר ווען ער וויל פארן אויף א אוספלוג חודש תשרי?
3} מוהרא"ש וואס איז עוסק אז מען זאל חתונה האבן ביי די 14, און הייסט וואטען פאר ש"ס?
4} אדער דער אינגעלייט וואס גייט ארום צו בחורים אז זיי זאלן אנפייפען די טאטעס { וואס גיט זיי ברויט, מאכט זיי חתונה } עד זוב דם?
5} אדער ר' יואל ראטה וואס מקרב צובראכענע נשמות און פראביר זיי אביסל אופצולעבן?
6} אדער דער בעל פלוגתא פון ר יואל, הרב שטערן וואס האלט ער פארשטייט בעסער שיטת מוהרא"ש?

דערנאך איז די שאלה: מה זה ברסלב?

איז שיטת ברסלב:

1} מען מוז גיין מיט א נ נח קאפעל?
2} מען מוז אויסזען פאני און אנדערש פון המון עם?
3} אויב פארט מען אויף אומאן ר"ה ווייל עס איז בא'טאמעט און באקוועם הייסט מען שוין א ברסלב'ער?
4} מוז מען זיין א מח קטן צו זיין א ברסלבער?


דער אמת איז לא באלה חפץ השם, נישט דאס איז ברסלב, נישט די אלע גרופעס און נישט די אלע מהלכים,
שיטת ברסלב איז אז מען דארף דינען השי"ת שיטת ברסלב איז גארנישט אנדערש מיט דעם פון אלע אנדערע מהלכים בדרך השם,
ברסלב האט ארייגעארבייט אינעם מהלך צו דינענן השי"ת מתוך רגש ושמחה, ברסלב האט גארבייט אינעם אלטן מהלך פון התבדודות און רעדן גלייך צו השי"ת,

דער אמת'ער ברסלב איז לכאורה ביי הרה"צ ר יעקב מאיר, און נאך זקני חסידי ברסלב וואס דינענן השי"ת מיט א אמת און מיט א שטארקייט, ביי זיי איז נישט ברסלב די פאקט אז ווי באלד און ברסלב איז שמחה א ארטיקעל דערפאר קען מען זיך מאכען פאני, און אז מען מאכט זיך פאני מעג מען שוין טיען וואס מען וויל, וחוזר חלילה דרייט זי א קייט, ביי זיי איז נישט אז זאגען משניות אויסעווענדיג א ערזאץ אויף לימוד התורה ווי באלד ר"נ רעדט פון די מעלות פון חסר'ן און זאגען משניות,

יעדר איינער קען זיין א ברסלב'ער, מען דארף נישט האבן דערצו אז מען מוז מצער זיין דאס ווייב איינמאל א יאר און די הייליגיסטע זמנים פון יאר, און מען דארף נישט גיין מיט א נ נח קאפעל, אויך דארך מען נישט זיין פאני און מעג זיין א מענטש צווישען מענטשן, און זיכער מוז מען נישט גיין צו די בחירות און וואטען ש"ס צו זיין א אמתע ברסלב'ער,

אמת אז ר"נ האט געזאגט אז קומען צו ר"ה איז זייער גרויס, אבער ער האט געזאגט נאך זאכען ער האט געהייסט מאכען התבדדות יעדן טאג, וכו'
פאר פראפאנגעדע פון די קאמפאני איז זיכער בעסער אויב ברסלב איז א קולט און נישט א מהלך החיים, ווייל א קולט איז קיינעם גארנישט מחייב, ער דארף בסך הכל איינמאל א יאר פארן קיין אומאן {נישט קיין שווערע זאך...} אפמאכען אז קיינער קען אים מער גארנישט זאגען אין אידשקייט ווייל ער איז ברסלב'ער { מיט וואס...??} זיין רבי/קהלה/עלטערען/מסגרת/מסורה איז אים שוין גארנישט מחייב ווייל ער איז א ב-ר-ס-ל-ב-ע-ר {מיט וואס..? ווייל ער פארט אויף אומאן ר"ה},

משא"כ אויב ברסלב איז א מהלך החיים א שטייגער ווי בי ר' יעקב מאיר, דעמלאטס איז אלעס אנדערש ווייל דעמלאטס האלט מען נאך אן אלעס וואס מען האט געלערנט ביז יעצט, און מען לערענט זיך אויס נאך א וועג ווייטער צו דינענן השי"ת פינקט ווי ביז יעצט,

{ר יואל ראטה איז א סוגיא בפני עצמו, ווייל סיי וואס ער זאל טיען טוט ער א גיטע זאך, ווייל ער איז מקרב דעם וועם ליידער די סעסייעטי איז נישט מקרב {פארוואס טוט עס אונזער סעסייעטי..? א גיטע קשיא} הגם דארט איז אויך דא לעכער אבער ביי אונז איז אויך דא לעכער......}
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום בדחן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר