בלאט 1 פון 1

א חלום

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 12:26 am
דורך רעבעל
איך האב געהאט די נאכט א חלום. אז איך בין צוגעבונדן צו א שטאנג, איך זע ווי מען שלאגט און מען פייניגט, מיינע ליבע און זיסע קינדער. איך וויל מיך ארויס רייסן מיט אלע כוחות, אבער מיין ווייב שטייט דארט און מיט די הילף פון מיינע עלטערן און די שטיצע פון אירע עלטערן כאפט זי שטארק אן דעם שטריק און לאזט מיך נישט אויסרייסן. איך בעט מיך צו איר ווי צו גזלן, מיט ביטערע טרערן אין די אויגן, העלף מיר ראטעווען אונזערע קינדער, און אז נישט לאמיך כאטשיג זיי אליין ראטעווען! זי קוק מיך אן פארהארטעווטע אויגן, און זאגט מיר ניין. זאלן די קינדער ווערן געפייניגט אבער דא וועלן מיר בלייבן.

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 12:37 am
דורך שמעקעדיג

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 12:38 am
דורך בונעס איירעס
דער חלום איז נאך פון די נעכטיגע נאכט?
אדער שוין פרישע ווארע פון דיזע נאכט, אין סאיז פשוט איבערגעהאקט געווארן דער זיסער חלום?

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 12:38 am
דורך יאיר
רעבעל, וואס האסטו געטראכט בייטאג?

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 12:39 am
דורך בונעס איירעס
יאיר האט געשריבן:רעבעל, וואס האסטו געטראכט בייטאג?


ווי זיין ווייב איז צוגעבינדען צו דעם שטאנג

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 1:04 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
רעבעל, כ'וועל דיר פתור חלום זיין, וויפיל די ווועסט נאר וועלן רעבאלירן רעוואלטירן און אנטלויפן פון די סאסייעטי צוזאמען מיט דיינער קינדער מען זאל נישט מאכן פון זיי קיין קאליקעס אזוי ווי מען האט געמאכט פון דיר, וועט עס דיר נישט העלפן, ווייל דיין ווייב איז נישט מיט דיר, זי שטייט טריי צו די אלע אנטקעגן וועם די רעוואלטירסט, און יאפ זי האט אויף איר זייט די רבנים עסקנים דזשאדזשעס און קאונסלערס.
חלמא טבא חזיתא חלמא טבא חזיתא

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 2:07 am
דורך היימישער ליטוואק
רעבעל האט געשריבן:איך האב געהאט די נאכט א חלום. אז איך בין צוגעבונדן צו א שטאנג, איך זע ווי מען שלאגט און מען פייניגט, מיינע ליבע און זיסע קינדער. איך וויל מיך ארויס רייסן מיט אלע כוחות, אבער מיין ווייב שטייט דארט און מיט די הילף פון מיינע עלטערן און די שטיצע פון אירע עלטערן כאפט זי שטארק אן דעם שטריק און לאזט מיך נישט אויסרייסן. איך בעט מיך צו איר ווי צו גזלן, מיט ביטערע טרערן אין די אויגן, העלף מיר ראטעווען אונזערע קינדער, און אז נישט לאמיך כאטשיג זיי אליין ראטעווען! זי קוק מיך אן פארהארטעווטע אויגן, און זאגט מיר ניין. זאלן די קינדער ווערן געפייניגט אבער דא וועלן מיר בלייבן.

דער שטאנג איז די מסורה פון הלכה'דיגע אידישקייט מדור דור, צו וועלכע דו ביסט - שלא ברצונך - צוגעבונדן. דו זעסט ווי מען שלאגט און פייניגט דיינע קינדער אין די נאמען פון אידישקייט. דו ווילסט ארויס, אבער דיין ווייב און אירע עלטערן און אפילו דיינע אייגענע עלטערן צווינגען דיך צו בלייבן.

איך האב נאר איין קושיא, פארוואס האסטו נישט געזעהן ווי מען פייניגט דיך? דיינע קינדער זענען דאך נישט געווען צוגעבונדן!

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 2:23 am
דורך נולד מאוחר
רעבל כמיין אז דאס אלעס חלומסטו ווען ביסט אויף awake.
ביינאכט קענסטו חלומען ווי די מיט זיינע קונדער זענען אויפגעבינדען געווארן.

און אויב די ביסט שוין בוחר דיינע חלומת לייג שוין צי אז צים האסט דיך ארויסגרעריסן , און פליצלינג באמערקט אז זיין ציגעבינדען צים שטריק, און דיינע קונדערס פייניגעריי איז נישט מממש אזוי שלעכט ווי סקוקט אויס.

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 2:42 am
דורך טעפל
"אין מראים לו לאדם אלא מהרהורי לבו" (ברכות דף נ"ה ע"ב) ..נו פאק אויס..

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 8:52 am
דורך איחוד פעלד
דער חלום שטימט נישט, ווייל כל זמן מען איז צוגעבינדען צום שטאנג כאפט מען נישט אז מען שלאגט.

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 12:35 am
דורך איך אויך
א רעבעל אן קיין חלום איז דאך קיין רעבעל ניקס.