בלאט 1 פון 1

ך' פייף דיר אן!

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 12:38 am
דורך משה געציל
ערגעץ ווי, אין א צימערמאנדיג'ע מאמענט נאכן גיסן נעגל וואסער און זאגן מוחה אני. האט קופערניקוס זאל זיין געזונט מוחה געווען א מחאה נמרצת אנטקעגען דאס באניץ פון דבילה'ס באליבטע ך'. וואס פונקטליך עס באדערט אים ווייס איך נאכנישט, אבער מיר שמעקט עס גראדע זייער. עס ברענגט מיר אויף נאסטלאגישע זכרונות פון אן אלטן אמאל וואס איך האב נישט געקענט. פרעג מיך נישט פארוואס.
דאס איז נאר געווען בדרך אגב, איך האב געוואלט זען וויאזוי קופערניקוס רעאגירט צו א רויטע שמאטע.

יעצט צום נושא, איך האב פריער באמערקט ווי ממי_שאמרו האט מיר באגריסט לרגל מיין טויזענטסטע הודעה. אלטס איינער וואס האט ליב נאכצוגיין פאקטן, האב איך שנעל א בליק געטאן אונטער מיין בלענק אוואטער, איך רייב זיך די נאז און ציפ זיך די זאקן, איך האב נאך צוויי תגובות צו גיין ביז טויזענט! איז דא צוויי הודעות וואס די מנהלים באהאלטן פון מיר?! האט ממי_ עפעס א חשבון וואס מען רעכענט די כולל, אויך מיט צוויי ציפערן אפגערוקט?! איך האב געוואלט אנפאנגען מאכן א טומעל וויאזוי מען לאזט צו אזעלכע ליצנות דא, אבער איך האב מחליט געווען אז איך פייף יעדעם אן! איך גיי קיין ווארט נישט רעדן דערפון! און איך בין זייער שטאלץ אז איך האב טאקע די כוחות זיך צו האלטן שטיל!

און אז מען רעדט שוין פון די טויזענסטע תגובה, וויל איך קלאר שטעלן פאר די אלע וואס ווארטן אויף עפעס גוטס; כ'פייף ענק אן! הרב לעמיל האט אונז שוין מגלה סוד געווען אז ניין הונדרעט ניין און ניינציג איז אויך א ציפער! איך האב אנגעפרעגט ביי אפאר ביזנעס קעפ און זיי האבן כולם פה אחד מסכים געווען צו לעמיל'ס הנחה!

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 1:18 am
דורך זר זהב
וועלכע ביזנעס קעפ? איין ביזנעסמאן, הערמאן קעין... דעטס איט!

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 2:01 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
זייער שיין משה געציל, (כ'האב געמיינט ס'גייט קומען א פאעזיע).
בנוגע דעם ך, ס'נישט אזוי פשוט זיך צו באנוצען מיט דעם. מען קען זעך צאם ליידן ערנסטע קאנסעקווענצן, 'ך למשל לייד מיך צאם פון דבלה וועגן דעם. ס'האלט דערביי אז ער זאל מיך שלעפן צו דין תורה, ער טענה'ט אז ער האט א קאפירייט אויף דעם ענדע ך. סאו וואטש אואט.

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 3:13 am
דורך טעפל
האסט אונז צום סוף גוט אנגעפיפען און......געשריבען עפעס גוט'ס!!
(אוי וויי ס'אזי נישט דא קיין כ' דא וואוו וועל איך לייגען דעם ך' ?)

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 9:18 am
דורך משה געציל
ך' טראךט צו גיין א סטעפ ווייטער פון דבילה. מנצפכ'ן אינמיטן א ווארט, און ענדיגן דאס ווארט מיט די פתוחות. איך מיין אז עס האט עפעס א געוואלדיגע קלאסישקייט.

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 10:25 am
דורך שמעקעדיג
מייןסט צו זאגנ צו גיינ א סטעף ווייטער פונ דבילה? וואס וועסטו טונ מיט אנ אויבערשטרע'ךל?

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 11:11 am
דורך געפילטע פיש
די פ' ףונ סטעפ דארפ זיינ לאוער קעיס, אוןז זעםער געבליבנ אז ם'גייט ףאר'סוף'נ איןםיטנ ווארט און ףארםיטיגנ די עןדע, םםילא דארפ סטעפ, אףילו ס'קוםט ץו זיינ א רעגעלער ף אויכ זיינ א ףלעיןע פ'.

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 11:34 am
דורך שמעקעדיג
פארגעסן אונטערצושרייבן:
כעוורע סימכעס ףורעמ

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 1:08 am
דורך איך אויך
שמעקעדיג האט געשריבן:פארגעסן אונטערצושרייבן:
כעוורע סימכעס ףורעמ

נ"א: פאר מער גייט ליינט דעם פארקאקטן פארווערט.

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 3:36 am
דורך טעפל
איך אויך האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:פארגעסן אונטערצושרייבן:
כעוורע סימכעס ףורעמ

נ"א: פאר מער גייט ליינט דעם פארקאקטן פארווערט.

אי'ך אוי'ך פארוואת האתתי די'ך אויפגערעגת?

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 3:29 pm
דורך משה געציל
וואו קומט דער פארווערט אריין דא?

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 3:31 pm
דורך זר זהב
לכאורה, ווייל זייער יידיש איז אויך אן אפקומעניש צו ליינען