בלאט 1 פון 1

וואס איז מער גרינגער ביי קרובים

נשלח: מוצ"ש מערץ 09, 2013 9:19 pm
דורך kliger
איך האב געזעהן די אנדערע אשכול פון "בילדער פון פרויען נפטרים, מותר אדער נישט?"
viewtopic.php?f=24&t=3156

האב איך געטראכט,דער עולם איז מער מקיל מיט געוויסע זאכן ביי שוועסטערס, טעכטער, מומעס, אפילו ביי אשת איש
אמת ביי קרובים האט מען מבטל די יצרא דעריות, איך האב אבער נישט געטראפן קיין שום מקור אז ממעג מער מקיל זיין,
פונקט פארקערט עס איז ליבו גס בה , עס איז דא געהעריג אן איסור ייחוד
וואס איז טאקע די סיבה און מקור

נשלח: מוצ"ש מערץ 09, 2013 9:41 pm
דורך שת.אדמזאהן
ביי קרובים האט מען מבטל די יצרא דעריות


מהרש"א בחידושי אגדות במס' יומא סט,ב כותב ומוכיח, וז"ל:
מ״מ בטלו אותו קצת, דלא מיגרי איניש טפי בקרובים ומיהו ודאי דמיגרי נמי השתא בקרובים כמו באחרים. - ע"כ.

וכפי הנראה, לפני שבטלו יצרא זו, היתה תאותם על קרובים טפי מעל אחרים, וזה עולה יפה עם דרשות חז"ל ויבכו העם למשפחותיו.

נשלח: מוצ"ש מערץ 09, 2013 10:13 pm
דורך [NAMELESS]
שת, וואו!

זעהט אויס מיר האבן צובאקומען א ניק וועלכע מיר וועלן גאר שטארק הנאה האבן. מאכט אייך היימיש, שרייבט כאוות נפשך. ויהא בואך לברכה

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 12:52 am
דורך שמעקעדיג
ביי שוועסטער און טעכטער איז נישטא קיין איסור יחוד, עכ״פ זיכער נישט אויף א קורצע צייט, ביז 30 טעג.