בלאט 1 פון 1

TSA-ווידעראמאל דורכגעפאלן א זיכערהייט פראבע

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 10:15 am
דורך יואב
רוב ליינער האבן זיך שוין געוויס אנגעשטויסן מיט דעם פעלערהאפטיגע TSA אגענטור- (Transportation Security Administration),
וועלעכער איז היינט צוטאגס אונטער די Department Of Homeland Security, מיט א יערליכע בודשעט פון אומגעפעהר 8 ביליאן,

זייערס אן אויפגאבע איז אנגעבליך צו צושטעלן זיכערהייט ביי די לופטפעלדער,
פון אויספראקען אן קיין רחמנות עלטער באבעס,
ביז קאנפיסקירן אייגנשאפטען וועלעכע איז אראפגעשטעלט געווארן אלץ שעדליך,
א שטייגער ווי שאמפו--אומשולדיגע פלעשעלעך וואסער--ציין פוץ. אא"וו,

Racial Profiling (א וועג וויאזוי מדינת ישראל באהאנדעלט פאסינדזשירן), איז אבער פארבאטן,

די לעכערקייט פון דעם אגענטור איז שוין מערערע מאל ארופגעשווימען אויפן אויבערפלאך,
און ווערט באטראכט ביי אסאך אמעריקאנער ווי נאך א ביישפיל פון די פארברייטערטע ביוראקראטיע,
וועלעכע שטעלט די פריוואטע רעכטן און געפאר,

עס איז היבש געווען און די נייעס דורכאויס די פארלאפענע וואלן,
ווען ראן פאול האט היבש ראצינאל געבונטעוועט אנטקעגן דעם אגענטור,

אלענפאלס,
עס ווערט באריכטעט און דער ניו יארק פאוסט אז די פארלאפענע וואך.
איז א באהאלטענע אפיציר סוקסעספול אדורך אונעם נוארק לופטפעלד.
די TSA זיכערהייט סקרינערס מיט אויפרייס מאטריאל איינגעשטעקט און זיין הויזן,
און ערלויבט געווארן אויפצושטייגן אויף א קאמערציאלן פליגער,

און אנדערע נייעס, איז פאריגע וואך באריכטעט געווארן,
אז דער TSA,
גייט ערלויבן קליינע מעסערלעך, (געוויס נישט אזוי שעדליך ווי וואסער)
און פארשידענארטיקע ספארט געצייג, צו ווערן ארופגעברענגט אויפן פליגער,,,,