בלאט 1 פון 3
פארוואס קאסט האנד מצות אזוי סאך?
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 4:50 pm
דורך ידען
איך עס כמעט נישט מצות ביי מיך אין דער היים, און וויפיל איך דארף האבעך אלץ גענומען ביי מיין טאטע, אבער כאב געזעהן א צעטעל מיט די פרייזען און כאב מיך דערשראקען אז א פונט מצות קאסט בערך ווי א אנס זילבער.
איך פיל יעצט ווי א גנב אז איך עס ביי מיין טאטע און מיין שווער מצה און אפשר וועלעך מיך קויפען מצה ווען איך גיי ביי זיי צו די סדרים.
פארוואס קאסט עס אזוי פיל?
איז דא עפס א וואס מע לייגט אין די מצות אז סע זאל קאסטען אזוי סאך?
וויפיל צאלט מען פאר ווייץ?
וואסער?
ארבעטערס?
רענט?
וואס נאך?
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 4:52 pm
דורך גאלד
labor - ארבעט,
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 5:23 pm
דורך באס דרייווער
איך וואלט געזאגט דע סיבה איז ווייל דער עולם באצאלט
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 5:26 pm
דורך שעפסעלע
סתם פאר אינטערסאנטקייט,
אין פאפא צעהלים מצה בעקעריי איז שוין נישטא צו באקומען קיין מצות פארן ציבור פאר עטליכע טעג
טראצדעם וואס זיי בעטן אויף א געפעפערטן פרייז
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 5:28 pm
דורך משכיל
ווען עס וואלט געווען אזא גוטע ביזנעס וואלטען מער מענטשען אריין אין דעם
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 5:32 pm
דורך באס דרייווער
ווען א פריוואטע מענטש טיט עס וואלט עס קיינער נישט געקויפט עכ"פ אינזער עולם
ווייל אינז האט מחנך געווען אז מצות באלאנט צי דע קהלה
קהילות וועסטי זיען יעדער טיט עס היינט קיק סאטמאר
זאלונים האבען היינט ווימ"ב מאנרא מאנסי עקסטערע בעקעריי
ארוינים מאנרא ווי"ב עקסטערע
בני יואל א עקסטערע
זיי וואלטען עס קיינמאל נישט געטיען ווען נישט זיי פארדינען
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 6:14 pm
דורך smart
איך גלייב אז די לעיבאר קאסט זייער אסאך אבער 25$ איז בעיני ארויס פון אלע גבולים!!
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 6:17 pm
דורך באס דרייווער
איך האב נאך נישט געקויפט קיין מצת היי יאר
אבער דעיס איז דע פרייז 25$ א פונט?
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 6:30 pm
דורך שמעקעדיג
יא, בערך $25 א פונט, דאס מיינט אז א באקסעלע מצות איז $75.
איך קען נישט די חשבונות פון די בעקערייען, אבער אז מען רעכנט אריין אז אויף די מצות ארבעט מען שוין איבער א יאר (אדער לכה"פ קרוב צו א יאר), פון דעם מקום הזריעה, קצירה מיט אלע שוועריגקייטן און הלכות ארום, און דערנאך א גאנץ יאר שמורה, און סטארעזש, זיכער מאכן די טעמפעראטור איז געאייגענט, און די מצה בעקעריי אליין זיכער מאכן אז אלעס איז מסודר ברוחניות ובגשמיות, און די שווערע לעיבאר נאך אויך, און נאך אסאך אנדערע קלייניגקייטן וואס כ'האב אויסגעלאזט, קען מען דערהערן פארוואס עס קאסט אזויפיל.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 6:32 pm
דורך נולד מאוחר
מצות און לולבים האבן דעם זעלבן שפיעל יעדס יאר . ''סדא א מאנגל''
פרעג נישט פארוואס . בלומען טשיעס קעיק פאר שבועת איז קיינמאל נישט דא קיין מאנגל.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 6:39 pm
דורך באס דרייווער
שמעקעדיג איך בין נישט אזא גיטער מעטאמאטיקער צי קענען אויסרעכענען וויפיל עס קאסט צי פראדאצירען א שאכטעל מצות
אבער דיעס איז מיר קלאר ווען נישט מען מאכט רוווח פין דיעם וואלט מען זיך נישט געשלאגען אז יעדער זאל אליין מאכן מצות
ווער רעדט נאך גיי אריין אין דע פלעטבאשער געשעפטען ווי מען פארקויפט מצות
ווען נישט מען מאכט גרויס געלט ווואלט מען עס נישט געטיען, קיינער זארגט זיך נישט פאר זייערע אידישקייט
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 7:10 pm
דורך יאיר
ווער עס איז נישט צופרידן מיט'ן פרייז קען רואיג קויפן מאשין מצות פאר צען צענט א שטיק. אויב איר ווילט שמורה משעת קצירה, געבאקן דורך היימישע אידן, און אלע חומרות על גבי חומרות, דאן דארפט איר באצאלן דעם פארלאנגטן פרייז. אדער האט איר א ברירה צו מאכן אן אייגענע חבורה און אפדינגען א מצה בעקעריי. צו א גרויסע העסעל, הא?
דאס זעלבע איז מיט אתרוגים. מען קען רואיג קויפן ערב יום טוב א מהודר'דיגע אתרוג לכל הדעות פאר פינף און צוואנציג דאלער. אויב ווילט איר קוקן מיט זיבן שפאקטיוון און פינף לעקטערס און אוועקווארפן יעדן אתרוג וואס האט א פינטל אזוי גרויס ווי די ווערים אין די וואסער, דאן מוזט איר באצאלן דעם פארלאנגטן פרייז.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 7:13 pm
דורך באס דרייווער
יאיר: מיר קויפען טאקע דע מצות וואס איז געבאקען חומרות על גבי חומרות , און מיר צאלען א געפעפערטע פרייז
אבער נאך אלעם טיט ווייי פארוואס מיר מיזן אזוי פיל צאלען
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 7:16 pm
דורך יאיר
באס דרייווער, ביסט גערעכט. די טענות דארפן גיין פאר די וואס האבן אונז געברעינוואשד אז אונטער דעם טעם הכמוס פונ'ם צאנזער רב ליגט באמת באהאלטן עפעס.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 7:16 pm
דורך געפילטע פיש
@יאיר, האסט רעכט, אבער זאג מיר נישט אז קאסטן האבן זיך געדאפעלט אין צען יאר, נישט לאנג צוריק האט געקאסט א פונט נישט מער ווי 14 טאלער.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 7:23 pm
דורך יאיר
געפילטע, דו ווייס וויפיל חומרות זענען שוין צוגעקומען זינט דעמאלט?
אגב, ביסטו זיכער אז דער פרייז האט זיך טאקע מער געהעכערט ווי אנדערע זאכן? למשל ברויט און פרוכט האט זיך נישט מער ווי געדאפלט אין די לעצטע צען יאר?
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 7:39 pm
דורך געפילטע פיש
איי דאונט טינק סאו, ברויך מיר ארויסנעמען די ספר הזכרונות.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 8:46 pm
דורך קינות גירושין
יאיר האט געשריבן:באס דרייווער, ביסט גערעכט. די טענות דארפן גיין פאר די וואס האבן אונז געברעינוואשד אז אונטער דעם טעם הכמוס פונ'ם צאנזער רב ליגט באמת באהאלטן עפעס.
איך הייב אן ערענסט צו טראכטען צו קויפן מאשין מצות און אריין גיין צו פאמענגרענט און איינקויפן מכל טוב וטוב איך האש שוין נישט קיין געדולט צו קיין משוגאתן,
די איינציגסטע סיבה פארוואס איך האב נישט געטון ביז היינט אזוי איז וועגן ווייב און קינדער ,די יאר האב איך שוין נישט די פראבלעם,און סאם האה ,בין איך נישט עקסיידעט פון די טעם כמוס איסור,
מגייט האבען א שמחת יו״ט
עטס קענטץ אלע פראווען תענתים,איטס נאט פאר מי ענימאר
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 8:58 pm
דורך חזקיהו המלך
ס'סתם געריסען געלט פינעם עולם, פארואס נישט, איינער גייט ארויף מיט די פרייז אין אנדערע טוען נאך,
כ'דענק נאך ווען מען האט געזאגט אז די שטריימלעך קאסטען טייער ווייל פשוט די שווענץ איז זייער טייער, ביז ס'געקומעןם א קאמפעטישען אין געהאקט די פרייזען, אין ווינדער איבער ווינדער זיי מאכען נאך אלץ געלט דערפין,
פארשטייט זיך אז מען טאר נישט פרעגען די קשיא אז טאמער די פרייז איז טייער וועגען די שווענץ דאן פארוואס איבער מאכען א שטריימעל וואס מען דארף נישט צילייגען שווענץ איז דא וואס בעטען אין די רוחות אריין, איי ס'קאסט נישט קיין שווענץ, נו ווילסט הערען מעשיות אדער ווילסט פרעגען קשיות ?,
די זעלבע ביי די מצות, ביז ס'וועט קומען א גוטע קאמפעטישען מיט א גוטע הכשר אין קלאפען די פרייזען, וועט עס קאסטען אין די וועלט אריין, אין נאכדעם וועט מען פליצלונג זעהן אז מען קען נאך מאכען געלט ביים פארקויפען פאר 12 דולר א פונט,דעטס אבאוט איט.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 9:06 pm
דורך זר זהב
איינער קען געבן א שאצונג וויפיל ריינע פראפיט איז דא אין די בראדוועי בעקערי?
יעדער קען שרייען אז מ'רייסט געלט, און כ'האלט אויך אז מרייסט. אבער קיינער ווייסט באמת נישט וואס ס'קאסט אפ. ס'א סוד!?!
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 9:10 pm
דורך קינות גירושין
סהייסט אז סאיז באנקרטירט און אברהם בער יאקאבאוויטש נעמט עס איבער און גייט עס פירען ווי א ביזנעס
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 9:29 pm
דורך נולד מאוחר
א זכר אויף ביזזת הים איז נישט אוועק מאכן.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 10:20 pm
דורך ידען
זר זהב האט געשריבן:איינער קען געבן א שאצונג וויפיל ריינע פראפיט איז דא אין די בראדוועי בעקערי?
יעדער קען שרייען אז מ'רייסט געלט, און כ'האלט אויך אז מרייסט. אבער קיינער ווייסט באמת נישט וואס ס'קאסט אפ. ס'א סוד!?!
זיי צאלען נאך רענט אדער מארגעזש?