דקדוק שאלות אין תנ"ך

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3691 מאל

דקדוק שאלות אין תנ"ך

שליחה דורך יאנקל »

אין פרשת ויקהל שטייט אין פסוק (שמות לה, יז):
"אֵת קַלְעֵי הֶחָצֵר אֶת עַמֻּדָיו וְאֶת אֲדָנֶיהָ." אין אידיש: די פירהענג פון דעם חצר, זיינע זוילן און אירע שוועלן. רש"י און דער אבן-עזרא שטעלן זיך אויף דעם געמיש פון לשון זכר און נקיבה לגבי דעם ווארט חצר. צוערשט ווערט "חצר" באטראכט ווי לשון זכר און עס שטייט "עמדיו", און באלד דערנאך ווי לשון נקיבה און עס שטייט "אדניה". רש"י שרייבט "הרי חצר קרוי כאן לשון זכר ולשון נקבה, וכן דברים הרבה." דער אבן-עזרא ברענגט ביישפילן פאר רש"י'ס דברים הרבה, און ער שרייבט, "כמו 'ורוח גדולה וחזק' (מ"א יט, יא), 'תאכלהו אש לא נפח' (איוב כ, כו)."

לערנענדיג דעם פסוק דעם שבת מיט מיין טאכטערל האב איך איר געפרעגט צי לויט דעם פסוק איז דאס ווארט "חצר" לשון זכר אדער נקבה. זי האט גלייך באמערקט דעם פראבלעם אז עס ווערט באטראכט ווי ביידע געשלעכטן בהלם אחד, און זי האט מיר געענטפערט צוויי תירוצים. "קודם כל," האט זי געזאגט, "זענען דאך דא א סך ווערטער וואס ווערן גענוצט סיי אין לשון זכר און סיי אין לשון נקבה, אזוי ווי 'מחנה' און פרשת וישלח. נאכדעם, ווער זאגט אז סיי 'עמודיו' און סיי 'אדניה' גייען ארויף אויף דעם ווארט חצר? אפשר באציען זיך די עמודים צו די פירהענג - קלעי החצר, און די אדנים צו דעם חצר זעלבסט?"

אריינטראכטנדיג דערין האב איך געזען אז זי איז מעגליך גערעכט. "חצר" ווערט אין אלגעמיין באטראכט ווי א לשון נקבה, און "קלע" ווערט באטראכט ווי א לשון זכר, קען דאך טאקע זיין אז פשט אין פסוק איז ווי מיין מיידעלע האט געזאגט. נאר וואס דען? אז רש"י און דער אבן-עזרא האבן דאס נישט געזאגט איז מעגליך דא סברא פארוואס דער פשט איז נישט אמת. וואלט איך געוואלט הערן וואס די חכמי השטיבל האבן צו זאגן אויף דעם.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר