ערב פסח מצות אדער נישט?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16646
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18991 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19320 מאל

ערב פסח מצות אדער נישט?

שליחה דורך שמעקעדיג »

מיין שאלה איז אייגענטליך צוטיילט אין צוויי: צי זאל מען בכלל קויפן ערב פסח מצות, און צי באקט איר אליין ערב פסח?

עטליכע יאר צוריק האב איך געליינט א שיינעם ארטיקל (אין דער בלאט, טו בי פעיר) איבער דעם חשיבות הענין פון "ערב פסח" מצות, וואס לויט געוויסע פוסקים איז מען כמעט נישט יוצא די מצוה פון אכילת מצה נאר מיט ערב פסח מצה, פונקט ווי דער קרבן פסח האט געדארפט גע'שחט'ן ווערן ערב פסח.

איך האב שוין געהאט געוואוסט אז עס איז "א ענין", אבער דארט איז עס געווען הערליך באשריבן, מיט שיינע מקורות, טעמים ונימוקים, ענינים ארום דעם, און... אביסל אויך די התנגדות אנטקעגן דעם. זינט דעמאלס האב איך באשלאסן צו קויפן ערב פסח מצות, טראץ די אבנארמאל טייערע פרייזן ($10-12 א מצה!) און מען קען עס קוים אין מויל נעמען ווייל אומפראפעסיאנאלע בעקערס שטעלן זיך אהין, און אנשטאט מצות באקט מען דיקע ברעטער (נישט אז איך קען בעסער, נאר תולה קללתו באחרים).

אז איך נעם שוין יא ע"פ מצות, האב איך באשלאסן אליינס צו באקן, זאל זיין לשם חינוך, כ'האב טאקע מיטגענומען מיין גרעסערע קינדער, זאלן זיי זעהן ווי "דער טאטע לעבט אין א מצוה", אה... א זיסע אידישקייט, א געשמאק אין א מצות באקן... מיין האנט איז געווען רויט פון רייבן אזויפיל דעם וועלגערהאלץ, אבער יעצט נישט נישט א צייט צו באקלאגן, נאר אהבת המצוה...

עכ"פ איך רעד זיך נישט אפ. איך טראכט נאר וואס צו טון ווייטער. מצד אחד איז עס נישט גרינג. עס איז דא א געוואלד ארבעט אינדערהיים ערב פסח. פונעם אנגרייטן דעם סדר טיש, הגדות, קלינען די מרור בלעטער און רייבן די חריין און מאכן זאלץוואסער (נד"נ) און חרוסת, און זיך אביסל אראפלייגן צו קענען מיט א אויסגערוהטן קאפ מקיים זיין דעם "והגדת לבנך", און כאפן א מקוה'לע, אנגרייטן די ליכט, מחזורים (כ'האב עפעס אויסגעלאזט? פילט אליינס אריין דאס איבריגע), דאס פילט מיר אן דעם טאג, און לאזט כמעט נישט איבער קיין איבריגע צייט, און אודאי נישט 2-3 שעה צו באקן מצות אין א חבורה. בפרט ווען די מצות, ווי דערמאנט, זענען הארט ווי (להבדיל בין חמץ למצה) די גריז באליס אין חדר, און אנשטאט זיין רינדעכיג האט עס א שעיפ פון א וואלקן וואס מיין 3-יעריג מיידעלע מאלעוועט. צי האב איך שוין דערמאנט די פרייז?

און מצד שני, קען מען האבן געהעריגע מצות, וואס איז גוט לויט אנדערע פוסקים, און אנדערע האלטן גאר אז עס זענען פאראן צופיל שאלות מיט די ערב פסח מצות, און זענען שטארק דערקעגן, און אויב אזוי, קען מען כאפן א דרימל און פירן א נארמאלע סדר ביז שפעט.

קענט איר אויסרעכענען ווי אזוי איר זענט זיך נוהג, און פארוואס? און צי האלט איר אז אנדערע זאלן אויך טון ווי אייך?
שרייבט אייער עקספיריענס ביטע.
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר