בלאט 1 פון 2
תשמישי מצוה נזרקין
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 8:49 pm
דורך נולד מאוחר
איך מאך דא פסח'דיג און סווערט נולד א בארג שימות.
וואס דארף מען גונז זיין און וואס מעג מען אוועקווארפען?
כ'האב אמאל געהערט אז סדא זאכן וואס מיר פירען זיך צי לייגן אין שימות , באמת מעג מען זיי לייגן און גארבידזש בדרך כבוד.
די גמ' און מסכת מגילה ברענגט תשמישי מצוה נזרקין, די גמ' רעכנט אויס כגון סוכה ,לולב ,שופר ,ציצית.
איז פארוואס ברענגט דער עולם די אלטע טליתים צים שימות טראק?
ווער סקען פעסטן די גמ'מגילה כו ע''ב פליז.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 9:07 pm
דורך געפילטע פיש
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 9:11 pm
דורך נולד מאוחר
איך האב געזען די גמ' אנליין ווען איך פעסט קומט עס אויס פארקערט.
שכוח געפילטע.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 9:50 pm
דורך געפילטע פיש
ת"ר תשמישי
מצוה נזרקין תשמישי קדושה נגנזין ואלו הן
תשמישי מצוה סוכה לולב שופר ציצית ואלו הן
תשמישי קדושה דלוסקמי ספרים תפילין ומזוזות
ותיק של ס"ת ונרתיק של תפילין ורצועותיהן
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 9:59 pm
דורך יאיר
איך האב מורא אז דער ספר "דאס לערנען פון איראק" וואס דו ברענגסט איז נישט געשריבן געווארן דורך ערליכע אידן, עכ"פ נישט דורך אידן מיט אונזער מסורה. ווער ווייסט דען נישט אז טרעטן אויף סכך איז ביהרג ואל יעבור, א לולב איז מען מחוייב צו פארברענען ביי שריפת חמץ, און אז פסול'ע ציצית גיבט מען א קיש און מען לייגט עס אין שמות?
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 10:28 pm
דורך נולד מאוחר
יאיר , ווער ברענגט א ספר ''דאס לערנען פון איראק''?
גולם וואס איך בין ''תלמוד בבלי''
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 10:30 pm
דורך יאיר
פיין פיין, נולד מאוחר, טאקע געבוירן שפעט, אבער צום סוף קומסטו אן...
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:33 am
דורך גנדי
יאיר האט געשריבן: דער ספר "דאס לערנען פון איראק" וואס דו ברענגסט
איך האב דריי מאל איבער געליינט ביז איך האב געכאפט און אויסגעשאסן אשפ"ג. עס איז אייזן!
ווי אזוי האט יענער געזאגט, ווען די רמב"ם וואלט געווען היינטיגע צייטן וואלט מען גשריגען ער איז נישט א היימישע רב...
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 4:16 am
דורך טעפל
גנדי האט געשריבן:יאיר האט געשריבן: דער ספר "דאס לערנען פון איראק" וואס דו ברענגסט
איך האב דריי מאל איבער געליינט ביז איך האב געכאפט און אויסגעשאסן אשפ"ג. עס איז אייזן!
ווי אזוי האט יענער געזאגט, ווען די רמב"ם וואלט געווען היינטיגע צייטן וואלט מען גשריגען ער איז נישט א היימישע רב...
הרב עובדי' פלעגט אראפלייגען וואו צוויי אשכנזים טענען זיך אין א שווערען רמב"ם אינימיטן קומט צו א קליינע גראבע ספרדי און מישט זיך אריין, רופען זיי אויס מיט פאטוס ,וואס פארשטייט א פרענק אין א רמב"ם?? רופט ער זיך אהן "הלו אני הרמב"ם"
נחזור לענין..ר' פישעלע הרשאקוויטש שליט"א פלעגט זאגען אויף די אלע תורהדיע צייטונגען צו לייגען אין צוויי זעקלעך אין מיסט, וכן אנו נוהגין..
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 9:23 am
דורך נולד מאוחר
וואס איז מיט א קונטרס וואס די מחותן האט ארויסגעגעבען לכבוד די חתונה, דארף עס גניזה?
די גיליונת אויף פרשת השבוע צריך גניזה?
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 9:32 am
דורך גנדי
ואס איז מיט די קונטרס "צומות (צימעס) הגידין" וואס די עולם האט באקומען אויפן פאסט, דארף עס גניזה?
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 11:06 am
דורך געפילטע פיש
איך האב אויך באקומען די צומות הגידין פאשקעוויל, איך וויל קודם וויסן ווער ס'האט מיך ארויפגעלייגט אויף זייער מעילינג ליסט.
איך האב עס צוריק געגעבן פארן מעיל מען, זאלן זיי עס לייגן אין גארבידש.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:26 pm
דורך נולד מאוחר
טעפל די שרייבסט '' ר פישעלע הרשאקוויטש שליט"א פלעגט זאגען אויף די אלע תורהדיע צייטונגען צו לייגען אין צוויי זעקלעך אין מיסט, '' איז דאס ווייל די גארביטש ווערט צים סוף גונז אדער וויל סדארף נישט קיין גניזה?
גנדי געפיקסט טעות
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:30 pm
דורך גנדי
נולד מאוחר האט געשריבן:גנדי, דאס וואז די שרייבסט '' ר פישעלע הרשאקוויטש שליט"א פלעגט זאגען אויף די אלע תורהדיע צייטונגען צו לייגען אין צוויי זעקלעך אין מיסט, '' איז דאס ווייל די גארביטש ווערט צים סוף גונז אדער וויל סדארף נישט קיין גניזה?
טעפל?
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 4:13 pm
דורך לעמיל
ער האלט אז עס דארף נישט קיין גניזה אבער מ'זאל עס לייגען און א דאבעל בעג
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 5:33 pm
דורך שמעקעדיג
גנדי האט געשריבן:ואס איז מיט די קונטרס "צומות (צימעס) הגידין" וואס די עולם האט באקומען אויפן פאסט, דארף עס גניזה?
זיי שרייבן אויפן דעקל "טעון גניזה".
און גענוי ווי געפילטע, ווילעך וויסן ווער עס האט מיר ארויפגעלייגט אויף זייער ליסטע.
אבער ווילאנג זיי בעטן מיר נישט קיין געלט... (כ'האב נישט אזויפיל שקלי הקודש אין סטאק, אלעס איז געווארן גע'פטר'ט ביי מנחה תענית אסתר)
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 5:37 pm
דורך זר זהב
מיין דיין האט מיר געזאגט אז איך קען דעם צומעס הגידין ארומוויקלען מיט אן עלים לתריפה מיט אביסעלע לעיבער פון 82 און אריינווארפן אין מיסט בדרך כבוד
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 5:52 pm
דורך שמעקעדיג
שוין עטליכע מאל געפרעגט וועלכע דיין דו נוצט
viewtopic.php?p=29324#p29324און נאך אפאר פלעצער
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 5:53 pm
דורך זר זהב
איך פארגין אים נישט פאר קיינעם
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 9:00 pm
דורך געפילטע פיש
די דיין אויף מיין בלאק איז אויך געווארן צו פאפולער לעצטענס, אפשר מאכט איינער א פאליטיק און נעמט עם צו א דריי פערטל עולם?
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 10:45 pm
דורך איך אויך
ווייסט איר דען נישט אז א פאליטיק דאפעלט גאר דעם עולם?
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 5:40 am
דורך טעפל
לעמיל האט געשריבן:ער האלט אז עס דארף נישט קיין גניזה אבער מ'זאל עס לייגען און א דאבעל בעג
יא, אזוי האט ער געזאגט פאר מיין טאטן זז"ג.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:45 pm
דורך למדן
גנדי האט געשריבן:
ווי אזוי האט יענער געזאגט, ווען די רמב"ם וואלט געווען היינטיגע צייטן וואלט מען גשריגען ער איז נישט א היימישע רב...
ווען משה רבינו קומט ווען היינט אראפ מיט די תורה שיקט מען איהם צוריק ארויף ריטורן טו סענדער ווייל ס' נישט גענוג פרום פאר אונז