בלאט 1 פון 1

ה' ממרום ישאג

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 8:54 pm
דורך איך זאג דיר
כ'האב אמאל געהערט א דרשה אויף די אויבנדערמאנטע פסוק יאך קאן מיך אבער נישט דערמאנען ווער דער בעל דרשן איזאיין זאך געדענק איך אז ער האט געהאט א מעכטיגע שטימע מיט אן אריטארישן רעדנערישן קראפט ווער עס ווייסט עפעס אדער ער האט עס ביטע דאס ארויפלייגןטע דאס ארויפלייגן אין קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 8:57 pm
דורך איך זאג דיר
די ווערטער זענען: ה' ממרום ישאג וממעון קדשו יתן קולו שאוג ישאג על נוהו

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 9:05 pm
דורך קאווע טרינקער
כדי דיר צו העלפן, טייל מיט מיר אביסל איבער דיר, און וואספארא סביבה דו הערסט דבר ה' ברמה.
וועלכע בתי מדרשים דייסטו זיך? לימונוב? אמונת ישראל? ברכת מנחם? ראסלאוויץ? ראזלא?
וועלכע טעיפ'ס קויפסטו? שלעזיגער? שפיצער? ברעוודא? נפתלי שטיין?

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 3:46 am
דורך טעפל
קאווע טרינקער האט געשריבן:כדי דיר צו העלפן, טייל מיט מיר אביסל איבער דיר, און וואספארא סביבה דו הערסט דבר ה' ברמה.
וועלכע בתי מדרשים דייסטו זיך? לימונוב? אמונת ישראל? ברכת מנחם? ראסלאוויץ? ראזלא?
וועלכע טעיפ'ס קויפסטו? שלעזיגער? שפיצער? ברעוודא? נפתלי שטיין?

פון ר' יוסף חיים האסטו פארגעסען?? אהה ער האט גאנץ א שטילע קול..

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 9:12 am
דורך גנדי
ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א זאגט TWITTER תורות, יעדע תורה איז ווייניגער פון 140 בוכשטאבן...

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 10:00 pm
דורך איך זאג דיר
גנדי האט געשריבן:ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א זאגט TWITTER תורות, יעדע תורה איז ווייניגער פון 140 בוכשטאבן...
ביטעזיי מסביר דיינע ווערטער ווייל יאן פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט, א דאנק

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 10:02 pm
דורך איך זאג דיר
תיקון טעות פון מיין פריערדיגע מודעה: ווייל איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט.

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 10:11 pm
דורך איך זאג דיר
קאווע טרינקער האט געשריבן:כדי דיר צו העלפן, טייל מיט מיר אביסל איבער דיר, און וואספארא סביבה דו הערסט דבר ה' ברמה.
וועלכע בתי מדרשים דייסטו זיך? לימונוב? אמונת ישראל? ברכת מנחם? ראסלאוויץ? ראזלא?
וועלכע טעיפ'ס קויפסטו? שלעזיגער? שפיצער? ברעוודא? נפתלי שטיין?

כ'האב א סך יארן צוריק געהערט די דאזיגע דרשה די שטימע געדענק איך ביילייפיג, ס'איז נישט שלעזינגער, נישט י"ח גרינוואלד,אפשר ברעוודא איך ווייס נישט איך מוז קודם הערן די שטימע

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:50 am
דורך זר זהב
אפשר ר'חיים קויפמאן? דזשיבאוער רב? ראש לימבא?

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 1:44 am
דורך BAL TSHIVA
Mr. Gandi please erase your post or explain your tasteless joke

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:23 am
דורך גנדי
BAL TSHIVA האט געשריבן:Mr. Gandi please erase your post or explain your tasteless joke

How can you say on a joke its tasteless before you understand it

Its like saying this food is tasteless before tasting it

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:40 am
דורך BAL TSHIVA
גנדי האט געשריבן:
BAL TSHIVA האט געשריבן:Mr. Gandi please erase your post or explain your tasteless joke

How can you say on a joke its tasteless before you understand it

Its like saying this food is tasteless before tasting it[/quote
If you said it on me it's a good joke but on Rev Y C it's tasteless]

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:26 pm
דורך בן תמליון
דאכט זיך מיר דער בעל דרשן האט זיך געשטעלט אויף די כפל הלשונות, ה' ממרום ישאג וממעון קדשו יתן קולו וואס איז דער ממרום ישאג און וואס איז דער ממעון קדשו יתן קולו. נאכדעם וואס איז דער דאפלט לשון שאוג ישאג על נוהו.

נאר וואס דען האט דער בעל דרשן געהויבן זיין שטימע הויך, ווען ס'איז ה' ממרום ישאג איז דאך ממילא ממעון קדשו יתן קולו דער קול איז ווי א שאגת ארי וואס איז מנהמת כיונה וואס דארט ווערט נתברר דער עומק גלות השכינה איז דאך דער שאוג ישאג על נוהו קולי קולות עד קץ ותכלית א געשריי וואס איז איין סוף וואס שרייט בלי גבול און וועט שרייען עד סוף כל הדורות.

בערך אזוי ניין?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 4:18 pm
דורך איך זאג דיר
זר זהב האט געשריבן:אפשר ר'חיים קויפמאן? דזשיבאוער רב? ראש לימבא?[/quote
ס'קען טאקע זיין אז ס'איז ראש לימבאו ס'וואלט כדאי געווען אויב איר קאנט מיר ממציא זיין די קאסעט, זאלען עס אנדערע אידן אויך הערן, מ'קען שטארק נתעורר ווערן דערפון, ויפה שעה אחת קודם

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 1:59 am
דורך איך זאג דיר
שוין, איך זעה אז דער קען מיך נישט ארויסהעלפן מיט דעם ענין, אדער אינטרעסירט עס דעם עולם אוואו דער פאריעריגער שניי, א חוץ א פאר חבירים דא פון קאווע שטיבל, וואס האבן לכל הפחות מגיב געווען,

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 2:02 am
דורך איך זאג דיר
תיקון טעות פון מיין פריערדיגע הודעה: שוין, איך זעה אז דער עולם קען מיך נישט ארויסהעלפן, וכו'

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 2:09 am
דורך זר זהב
ווען דו ווילסט א תגובה דארפסטו נישט שרייבן נאך א תגובה, ס'דא א רעדאגיר קנעפל דערפאר וואו מ'קען פאררעכן די זעלבע תגובה.

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 2:11 am
דורך זר זהב
תיקון טעות פון מיין פריערדיגע הודעה: ווען דו ווילסט "פאררעכטן" א תגובה דארפסטו נישט שרייבן נאך א תגובה, ס'דא א רעדאגיר קנעפל, וכו'

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 2:51 pm
דורך איך זאג דיר
זר זהב האט געשריבן:תיקון טעות פון מיין פריערדיגע הודעה: ווען דו ווילסט "פאררעכטן" א תגובה דארפסטו נישט שרייבן נאך א תגובה, ס'דא א רעדאגיר קנעפל, וכו'

א דאנק פאר דיין עצה, ביטע מיך לאזן וויסן ווי איך קען טרעפן דעם "רעדאגיר" קנעפל, און אויך וויל איך וויסן צו מ'קען רעדאגירן א הודעה אפילו נאכ'ן עס שיקן.

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 2:52 pm