בלאט 1 פון 1
Re: עלטערע פעשע מענטשן זענען ווייניגער קלוג ווי דארע
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:33 pm
דורך זר זהב
ווייל אין קארעא איז יעדער דאאאאאאאאר
Re: עלטערע פעשע מענטשן זענען ווייניגער קלוג ווי דארע
נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2012 12:10 am
דורך שרגא
אנאליזירער האט געשריבן:מענטשן וועלכע זענען צווישן זעכציג און זיבעציג יאר אלט זענען ווייניגער קלוג אויב זיי זענען פעש. אזוי ווייזט א שטודיע פון דרום קארעא.
אפשר ווייל קלוגע מענטשן זענען געווענליך ענדערש מוח שליט על הלב און קענען זיך בעסער צוריקהאלטן פון אנפאשען, ווידער די נישט קלוגע מענטשן געבן זיך פשוט נאך די תאוות אן קיין חשבונות.
Re: עלטערע פעשע מענטשן זענען ווייניגער קלוג ווי דארע
נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2012 12:46 pm
דורך קאווע טרינקער
פעשע מענטשען זענען פויל, ווי קלוג קען שוין א פוילע (דיקע)שטריק זיין?
Re: עלטערע פעשע מענטשן זענען ווייניגער קלוג ווי דארע
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 4:15 pm
דורך א איד
עס איז בערך ווי איינער האט געהאט א חקירה וואס איז מער אין א פיקל די לענג דערפון אדער די גרין דערפון.
איך וואלט געזאגט אז די פעשע זענען קלוגער ווייל זיי האבן מער מח.
Re: עלטערע פעשע מענטשן זענען ווייניגער קלוג ווי דארע
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 4:19 pm
דורך עסן עסט'זיך
דיסקרימניאציע קעגן פעטע כבין מוחה
Re: עלטערע פעשע מענטשן זענען ווייניגער קלוג ווי דארע
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 4:53 pm
דורך שמואל הלוי
ס'איז זייער פארשטענדליך די שטודיע, ווייל די גמ' זאגט אז פון די פערציג און ווייטער דארף מען מער טרינקען ווי עסן, און די גמ' זאגט אויך אז זקני ת"ח כל זמן שמזקינין נתוסף דעתן, און פארקערט איז ביי עמי הארצים אז כל זמן שמזקינין דעתן מיטרפת עליהן, נאך שטייט אין משנה בן שישים לזקנה, בן שבעים לשיבה, קומט אויס אז ביי 70-60 יאר ווען מען הייסט שוין א זקן ושיבה, און מען איז פעעש, מוז זיין אז מ'עסט אסאך, מוז דאך זיין אז מ'איז א עם הארץ וואס ווייסט נישט פון די גמ' אז פון די פערציג דארף מען נישט אזויפיל עסן, און זקני עמי הארצים כל זמן שמזקינין דעתן מיטרפת עליהם, ממילא מוז זיין אז א פעשע מענטש פון 70-60 יאר איז נישט קלוג.
Re: עלטערע פעשע מענטשן זענען ווייניגער קלוג ווי דארע
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 5:07 pm
דורך א איד
שמואל הלוי האט געשריבן:ס'איז זייער פארשטענדליך די שטודיע, ווייל די גמ' זאגט אז פון די פערציג און ווייטער דארף מען מער טרינקען ווי עסן, און די גמ' זאגט אויך אז זקני ת"ח כל זמן שמזקינין נתוסף דעתן, און פארקערט איז ביי עמי הארצים אז כל זמן שמזקינין דעתן מיטרפת עליהן, נאך שטייט אין משנה בן שישים לזקנה, בן שבעים לשיבה, קומט אויס אז ביי 70-60 יאר ווען מען הייסט שוין א זקן ושיבה, און מען איז פעעש, מוז זיין אז מ'עסט אסאך, מוז דאך זיין אז מ'איז א עם הארץ וואס ווייסט נישט פון די גמ' אז פון די פערציג דארף מען נישט אזויפיל עסן, און זקני עמי הארצים כל זמן שמזקינין דעתן מיטרפת עליהם, ממילא מוז זיין אז א פעשע מענטש פון 70-60 יאר איז נישט קלוג.
דאס איז שוין א קאפ שטיק
שמואל - כה לחי