בלאט 1 פון 3

אשכול אנע טעמע

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:01 pm
דורך אויס מענטש
פיל מאל קומט אריין שטיבל מיט א גוסטע אדער א גוטע צו שרייבן עפעס מוראדיג, אדער פארקערט אויפגעברויזט ביז גאר, און מען וויל שימפן שעלטען עס זאל גיין א רויעך,
אדער ווי לעצטענס פארוויקלט זיך גאר סומאטאכעס על ידי סומעטאכע, בתוך סומעטאכע, דא אין שטיבל מיניה וביה, און סומעטאכע גוררת סומעטאכע, ווען איינער האלט גאר שטארק איין זאך, און שווערט זיך ביי דעם רבינ'ס צווייטע זון אז נאר אזוי איז געווען די מעשה, און ער קומט אריין דא פול פארס, אין ביזדערווייל טרעפט ער רבים וטובים וואס טראכטן אנדערש ווי אים און להכעיס קען נאך איינער עס אפי' ארויסברענגען אין צומישן זיינע קלארע דיעות, וואס דאן ווערט א פייער וואס גייט פערזענליך ווי א פייער טאבע וואס ווייסט נישט קיין אפשטעל, א שטייגער, למשל איחוד גייט נאכלויפן און דערגיין די יארן פון זר זהב איבעראל, און יאסעלע גייט אראפרייסן און אויפדעקן איחוד'ן, צו איינער ביים ליינען די קשיות אויף באס דרייווער'ס מעשיות, צו ווען מען ליינט עפעס אומגעווינטשן פון דעם שואב מים, וכו' וכו', וגלגל החוזר היתר כרוך ביז עס ווערט 132 בלעטער,

וואלט זייער ראטזאם געוועזען מען זאל מאכן א ספעציעלן אשכול, פאר אט אזעלכע פעלער מען זאל חלילה נישט דארפן צוקומען צו דעם,
א ספעציעלן אשכול ווי מען קען שרייבן וואס מען וויל אן קיין טעמע, די קענסט שרייבן דיינע חלומות מיט די גלענצעדע פארבן און קיינער קען דיר נישט אפפרעגן, נישט האבנדיג קיין השגה במה דברים אמורים און היכא קאי דבריך, אזוי האסטו זיך אויסגעבען און קיינער האט דיר נישט אריינגעווארפן א פלאקן,
און וכן להיפך די ווילסט יעצט אויסגעבן דיינע בויך קרעמפן און כעס, דיין לייכטזיניקייט, וועגן א געוויסע נושא יהי' מה שיהי' און די ווילסט קיינער זאל דיר נישט שטערן ווי א שטייגער ביים ליינען עפעס א סומעטאכע ווי יעדר זאגט אנדערש ווי די ווילסט, קען מען קומען אהער אפשרייבן וואס מען וויל און נישט דערמאנענדוג די טעמע וואס באדערט וועט יעדער זאגן נתקבל דעתך תנוח דעתך מיר האלטן גענוי ווי דיר און שלום על ישראל.
געגאנגען ...

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:13 pm
דורך לאדיך אפ
וואס זענען די ראלס? למשל איך וויל מיך יעצט רעגן און שימפען קעגן אויס מענטש'ס נייע אשכול אנע טעמע קען איך עס דא טין?

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:15 pm
דורך אויס מענטש
יא וועלקאם ! הייב אן אבער זאג נישט פארוואס די רעגסט דיך ווייל דאן וועט דאס ווערן סומעטאכעדיג

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:34 pm
דורך ברסלבער
סארי טו טעל יו, אבער דער גאנצער אשכול האט נישט קיין הענט און קיין פיס, איך האב קלארע הסבירים דערויף, אבער איך וויל נישט אז עס זאל ווערן דא א סומאטוכע...

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:56 pm
דורך בעל הבית
איך ווייס נישט צו איך בען אין די ריכטיגע אשכול. ווייסט איינער ווי די סקווריא חתנוה קומט פאר די וואך ?

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:05 pm
דורך לאליפאפ
בעל הבית האט געשריבן:איך ווייס נישט צו איך בען אין די ריכטיגע אשכול. ווייסט איינער ווי די סקווריא חתנוה קומט פאר די וואך ?

טאמער באציסטו דיר וועגן דעם חתונה פונעם אפגעפארענעם אייניקל, קומט עס פאר אין קאנעטיקוט און זיי פלאנען נישט אריינצולאזן קיין שום אומאיינגעלאדנטן.

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:05 pm
דורך [NAMELESS]
This week Thursday night in Connecticut

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:06 pm
דורך בעל הבית
CAN I GO ?

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:11 pm
דורך בעל הבית
איך האף כאטש אז הערשי רובנשטיין וועט צושטעלן פיקטשערס

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:16 pm
דורך אויס מענטש
ארויס פון די אשכול
ביי די וועי עס גייט זיין א שבע ברכות אין סקווירא שטעטל אין ביהמ"ד

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:20 pm
דורך [NAMELESS]
הזמנה

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:23 pm
דורך בעל הבית
אויס מענטש האט געשריבן:ארויס פון די אשכול
ביי די וועי עס גייט זיין א שבע ברכות אין סקווירא שטעטל אין ביהמ"ד


אויס מענטש פארוואס טרעסקסטו מיך ארוס האב איך אפעס שלעכטס געטון ?

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 4:17 pm
דורך אויס מענטש
קוק אויף וואס די אשכול איז מיוסד
מאך אליין א אשכול אין צימעס
איך בעט דיר איבער אבער גיי שוין ארויס

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 4:18 pm
דורך לעמיל
וואס האט די אשכול מיט די סקווירא חתונה? איינער ווייסט?

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 4:21 pm
דורך אויס מענטש
עס האט טאקע גארנישט מיט די אשכול סתם אבי געפרעגט דא ווייל מסתמא איז דאס די ערטשע אשכול וואס האט זיך ארויפגעקומען פארן בעל הבית השואל

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 4:30 pm
דורך בעל הבית
איך האב טאקע געפרעגט צו איך בין פארבלאנזשט אין א ראנג געגנט

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 6:14 am
דורך טעפל
געטוישט דעם קעפל אויף "אפגעפארענע סקווירא אייניקל האט חתונה אין קאנעטיקעט"
געטוישט דורך אויס מענטש איינמאל איז עס געטוישט געווארען.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:32 am
דורך קאווע טרינקער
אויס מענטש האט געשריבן:עס גייט זיין א שבע ברכות אין סקווירא שטעטל אין ביהמ"ד

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:44 am
דורך [NAMELESS]
לאליפאפ האט געשריבן:
בעל הבית האט געשריבן:איך ווייס נישט צו איך בען אין די ריכטיגע אשכול. ווייסט איינער ווי די סקווריא חתנוה קומט פאר די וואך ?

טאמער באציסטו דיר וועגן דעם חתונה פונעם אפגעפארענעם אייניקל, קומט עס פאר אין קאנעטיקוט און זיי פלאנען נישט אריינצולאזן קיין שום אומאיינגעלאדנטן.

די אייניקעל לאזט די סקווערע מענטשען פירן זיין חתונה?? נאך א קשיא , פארוואס שטייט נישט ביי די כלה "הבתולה", און פארוואס לאדענט די כלה'ס טאטע אויף א אינוויטעישען פון סקווערע רבי??

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:47 am
דורך לעמיל
ער לאזט נישט די סקווירא מענטשען עס פירען פאר דעים איז עס נישט און שטעיטעל,
זי איז א גרושה, די חתן טאטע איז זייער א צוגעלאזנער איז רופט ער זיין עולם זיך צו מיט פרייען מיט זיין שמחה

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:48 am
דורך [NAMELESS]
און פארוואס מאכט נאר סקווערע רבי א אפישעל אינוויטעישען און די טאטע נישט?

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:50 am
דורך לעמיל
אזוי ארבעט עס און רעבישע הויפען די רבי (וואס צאלט די חתונה) שיקט די הזמנה נישט די עלטערען

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 10:51 am
דורך [NAMELESS]
איך מיין אז די מאכסט א טעות. ביידע זייטען שיקען געווענטליך אינוויטעישענ'ס