בלאט 1 פון 1

געזונטער פליק פאר בלומבערג, דזשאדזש ווארפט אפ סאדע געזעץ

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 4:20 pm
דורך זר זהב
א ניו יארק דזשאדזש האט ארויסגעווארפן, ממש גע'פסל'ט, די געזעץ וואס האט געדארפט אריינגיין מארגן אין קראפט וואס וואלט פארבאטן פאר געשעפטן צו פארקויפן זיסע געטראנקען אין 16 אונס'דיגע גלעזעלעך.

דער סטעיט דזשאדזש מילטין טינגליג האט אנגערופן דעם געזעץ "קאפריזיק און ארביטראריש" און דערקלערט אז ס'איז 'אינוואליד'!!

בלויז עטליכע שטונדען פריער האט נאך בלומבערג געזאגט אז דער געזעץ איז א מאדעל וואס יעדע סיטי דארף נאכמאכן!

כאשר החילות לנפול.. נפול תיפול!!

והשתיה כדת 1 אונס 2 אונס 16 אונס, וויפיל איר ווילט!

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 4:20 pm
דורך לעמיל
א נקמה און אים

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 4:28 pm
דורך ניו יארק
לאמער האפן אז דאס זאל זיין די אנהייב פונעם סוף פאר דעם עוכר המענטשהייט בלומבערג זאל זיין קראנק און שטארק

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 4:32 pm
דורך ניו יארק
בעל כורחו יענה אמן!!!
Capture.JPG
Capture.JPG (82.91 KiB) געזען געווארן 1676 מאל

קרעדיט

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 4:45 pm
דורך randy_couture
Finally some good news

Bloomberg is a plain dictator

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 5:25 pm
דורך ניו יארק
איי די די די דיי דיי די דאם, איי די די די דיי דיי די דאם
איך זיץ ביי מיר אין אפיס, איך בריקע מיט די פוס, דריי מיט די הענט, שפאציר אויפן קאפ, און נאך זאכן וואס איך שעם זיך מפרסם צו זיין, דער עולם פרעגט מיר פארוואס איך בין אזוי העפפי היינט????

האב איך געקלערט אזוי, ווער עס קען דערגיין וואס די מעשה איז וועט באקומען א ניקעל (א געבענטשטע).
מען וועט נאר דארפען ארויסשרייבן די בענק אקאנט נאמבער, פעסווארד און איך וואלט אויך הנאה געהאט פון די סואשעל אויך.

איי די די די דיי דיי די דאם, איי די די די דיי דיי די דאם

אה.... כמעט פארגעסן.....מען וועט אויך דארפען וויסען פארוואס איך שרייב יעצט פינקט אין די אשכול???

איי די די די דיי דיי די דאם, איי די די די דיי דיי די דאם

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 5:27 pm
דורך ברסלבער
אלעס אקעי? איר דארפט הילף?

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 11:11 am
דורך יאיר
בלומבערג שעלט אוועק. ער זאגט אז די פסק פונ'ם ריכטער איז א קלארער טעות, און ער סטראשעט אז ער גייט אפיעלן. נישקשה, מיינסט אז נאר די עסקנים פאר מציצה בפה מעגן אפיעלן? ער באלאנגט אויך צום עם קשה עורף.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 11:20 am
דורך [NAMELESS]
דבר יום ביומו היינט.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 11:22 am
דורך לעמיל
כאשר החילות לנפול.. נפול תיפול!!
אפי' זיי פארשטייען שוין אז ער מאכט זיך צופיל נאריש

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 11:25 am
דורך יואב
איך גלייב אויב עס וועט זיך דערקייקלען ביז צום סופרים קארט,
וועט עס מן הסתם אנידערגעשטימט ווערן,

עס לאזט זיך שווער גלייבן די 5 קאנסערוואטיווע ריכטער,
וועלן געבן גערעכט אזא ביל,

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 3:43 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:והשתיה כדת 1 אונס 2 אונס 16 אונס, וויפיל איר ווילט!

געוואלדיג!
:like :like :like :like :like

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 3:45 pm
דורך זר זהב
א גאנצן מעת לעת האט דיר עס גענומען?...

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 3:53 pm
דורך חזקיהו המלך
(קרעדיט אייוועלט)

בילד

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 4:48 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:א גאנצן מעת לעת האט דיר עס גענומען?...

ביז יעצט האבעך געלאכט.
תיכף נאכן זיך בארואיגן האב איך דיר אנגעגאסן מיט לייקס,
יעצט שליקעץ איך ביז מארגן

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 8:33 pm
דורך חשבון
דאס איז א געזונטע פליק פאר דעם עגאאיסט. נאך אזוי איין טאג בעפאר אריין גיין אין קראפט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:31 am
דורך זר זהב
נאך א פארשעמונג פאר בלובמערג. דער גראבסטער שטאט אין די פאראייניגטע שטאטן איז מיססיססיפפי, און יענער סטעיט האט היינט דורעכגעפירט א געזעץ, דער "אנטי בלומבערג" געזעץ הייסט עס. דער געזעץ פארבאט לאקאלע גאווערמענטס אין מיסיסיפי פון דורכפירן עני סארט פארציע-סייז רעסטריקציע געזעצן.

והעיר מיססיססיפפי צהלה ושמחה....

ופני בלומבערג חפו

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 2:10 pm
דורך זר זהב
Jackson, MS - New York City Mayor Michael Bloomberg is chiding the Mississippi Legislature for passing a bill pre-empting local food restrictions.
If the Mississippi bill becomes law, cities and counties won’t be allowed to enact rules limiting such things as the size of soft drinks, the salt content in food or the shortening used in cookies.
Mississippi lawmakers are calling it the anti-Bloomberg bill.
Bloomberg’s attempt to limit the portion sizes of sugary drinks was struck down by a New York judge this week.
Bloomberg said on his WOR Radio show Friday that Mississippi has the highest obesity rate in the nation. He said life expectancy is low there compared to the Northeast.
He called the anti-Bloomberg bill “ridiculous.”

נשלח: מוצ"ש מערץ 16, 2013 10:28 pm
דורך קאווע טרינקער
שרה פעלין טרינקט ברבים און כוס של אליהו
וואס איז נייעס

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 5:45 pm
דורך שמעקעדיג
אין נאך א געזונטן פליק יעצט פאר דעם דיקטאטור, איז געווארן צוריקגעוויזן זיין פארלאנג צו אינסטולירן ספיד קעמרעס אויף די ניו יארקער גאסן. http://www.vosizneias.com/127088/2013/0 ... d-cameras/

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 5:50 pm
דורך לעמיל
זר זהב האט געשריבן:כאשר החילות לנפול.. נפול תיפול!!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 9:13 pm
דורך נייגעריגער
דער "ישיבה ווארלד ניוס" באריכטעט היינט אז אונזער דיקטאטור בלומבערג נפ"ת [=נפול תפול] האט שוין אנגעהויבן מיט זיין אפיעל קלאגע קעגן דער פסק פונעם ריכטער אז זיין 16 אונס סאדע געזעץ איז אומלעגאל.

אין א שמייכעלדיגע קעפל רופן זיי דעם מעיאר מיטן צונאמען: Mayor BanBerg!