בלאט 1 פון 4
הרב ירחמיאל ישראל יצחק דאמב ז"ל
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:47 pm
דורך שעפסעלע
אין לאנדן איז יעצט נפטר געווארן הרב ישראל ירחמיאל דאמב עליו השלום פון נטורי קרתא
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:50 pm
דורך האט קאפ
מגדולי הקנאים בדורינו בגיל 98
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:59 pm
דורך בעל הבית
בד"ה ער איז געווען א געוואלדיגע ת"ח מתלמידי ישיבת חכמי לולבלין מתלמידי הגדולים פין ר" שמעון זשלעכאוע"ר א מורדיגע בעל דרשן איבערגלאזט צוויי חשובע זין הרה"ג ר יעקב דוד נ"י ראש הכולל באבוב לונדון אין ר שמעון נ"י מיט עטליכע איידמער ובתוכם הניגיד ר חיים הערש כהן
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 2:46 pm
דורך קאך_לעפל
איי, איי, איי, ער איז שוין אויך נישט דא? אוי איז דאס געווען א יוד, מלא חומר, מלא מחשבה, א קלארן דעת, און פה מפיק מרגליות,
ער האט געהאט א חוש צו אנאלאזירן די קאמפלעצירסטע געשענענישען, מיט א קירצע שפרוך ווארט, וואס האט געזאגט א סאך,
זיין קלארע וויזיע אויפן היינטיגען דור שפל, מיט אירע מנהיגים, האט אים פארפיינטעט ביי די יונגע בעלי רגש,
דער יוד האט נישט געוויסט וואס דער ווארט פחד מיינט, און וואס דאס ווארט חניפה מיינט, ער האט אייביג און יעדעם געזאגט, וואס ער האט געהאט צו זאגן, צו עס איז יענעם יא געפאלן, אדער נישט.
אבד חסיד צן הארץ, עס איז פארלאשן געווארן נאך א ליכטעלע פונעם ליכטיגען אמאל, עס איז פארלוירן געוואכן נאך א גאלדענע עפל, פון יח''ל.
דער דור ווערט נאר נאקעטער, און נאקעטער, משיח האט שוין באלד נישט צו וועם צו קימען!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 7:12 pm
דורך איך אויך
זיי מיר מוחל אבער דער טיפוס וואס דו לייגסט אראפ סאונד ווי א טאטאלער צודרייטער. דער אייבערשטר האט געגעבן די איינגעבאקענע בושה און די דשעלי אונעם מח פאר א גוטע סיבה, נאר ווער עס פעלט עם גייט ארום זאגן זיין מיינונג אומגעבעטן.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 8:35 pm
דורך קאווע טרינקער
ער איז אמאל געווען אן עושר.
אין די ספר שהופיע לאחרונה, א שמועס מיט ר' עמרם בלוי, ברענגט ר' עמרם א ראיה אז נטורי קרתא יודן זענען נארמאלע מענטשען, למשל דער עושר דאמב פון לאנדאן.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 8:48 pm
דורך איינער
אן אינטערסאנטער
אינטערוויאו מיט הרב דאמב.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 8:54 pm
דורך מאראנצןזאפט
הרב דאמב ז"ל איז געווען דער מוציא לאור פון ספר נהרי אש מתורתו של רבי שמעון זעליכאווער זי"ע.
אויך האט ער ארויסגעגעבן צוויי טשיקאווע קנאות ספרים, איינס הייסט העתקות, און די צווייטע געדענק איך נישט.
אויך האט אן אייניקל ארויסגעגעבן פן אים א פירוש אויף שיר השירים אויף אידיש, באארבעט לויט זיינע שיעורים, מיט אסאך שיינע סחורה דערין.
מתורתו: כאטש זיין אויסגעשפראכענע קנאות איז ער געווען א גרויסער מתנגד פון די ניטורא קרתא פראקציע וואס גייען מיט\צו אראבער.
און ער איז דער בעל המימרא "אז מ'וואלט ווען געדארפט אויס'הרג'נען אלע רבי'ס, אויסער דעם ל... אז מ'זאל וויסן פארוואס מ'האט זיי גע'הרג'ט.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 8:59 pm
דורך ידען
פארוואס באהאלסטו ווער סע די ל?
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 9:12 pm
דורך [NAMELESS]
דאמב איז געווען א גרויסער בעל כשרון און א ברייטער קאפ. זיין קנאות איז געווען אן אייגענארטיגער, עס איז נישט געווען די וויליאמסבורגער-אונגארישער קנאות, נאר א אינטערסאנטע אייגענע עקשנות וואס האט אליין געהאט סממני השכלה פון טראכטן ארויס פון די באקס און אפשפעטן פון אלע מוסכמות און יעדן איינעם אוועקמאכן עד לעפר מיט ליצנות און הומאר. איך גלייב אז ווען ער וואלט געבוירן געווארן פופציג יאר שפעטער וואלט ער געווען א גאר גרויסער שרייבער אויף קאווע שטיבל.
זיין ספר עת נסיון האט אסאך טשיקאווע שטיקלעך, זיין צווייטע גראבע ספר העתקות איז שוין טיילווייז א חזרה, און לצים זאגן אז דעריבער הייסט זי העתקות, זי איז העתקות פונעם ערשטן.
זיין ספר נהרי אש איז טאטאל אומפארלעסליך, ער פאטשקעט דארטן כאדם העושה בתוך שלו און אפילו די בריוון וואס ער ברענגט קאפיס אין די בעק האט ער אינווייניג אין ספר אנדערש אויפגעטייפט מיט א מילתא דעבידא לגלויי.
אבער גיי פארשטיי, ער לאכט פון יעדן, פון אמרי אמת צו פון סאטמאר רב, פון סטייפלער צו פון בעלזער רב, אבער ווען עס קומט צו זיין רבי, רבי שמעו'לע, איז גארנישט קיין גוזמא. נישטאמאל אז ער האט באשאפן א גולם, כמבואר בנהרי אש. ווי האט ר' שלום שוואדראן געזאגט "ווען עס איז מיין מאירקע איז אן אנדער געשעפט...
איך מיין אז יצחק לעבאוויטש איז דער לעצטער אייגענארטיגער קנאי, פארשטייט זיך אויסער נחום ראזנבערג און איחוד פעלד וואס זענען שוין די שפאגל נייע קנאים.
אין כלליות איז א ווייטאג צו זעהן אזעלכע בעלי כשרון ווי זיי ספענדן זייער לעבן צו קריטיקירן יעדן און זיך שטעלן אין א ווינקל פון די וועלט. שטעל זיך פאר ווען דער חזון איש איז א מחאה גייער אין ירושלים, אדער אז דאמב נוצט זיינע כשרונות צו שרייבן א קצות החושן, היסטאריע ווערק אדער א פירוש אויף מורה
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 9:16 pm
דורך קאווע טרינקער
איך מיין אז יצחק לעבאוויטש איז דער לעצטער אייגענארטיגער קנאי,
פארדינט א באזונדער אשכול, אבער ס'כדאי אנצומערקן וואס אברהם לויפער שרייבט אין היי-יאריגע אריזאנע קונטרס, אז ווואדרידזשע רב איז ידוע מיט זיין געמאסטענע דיבורים.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 9:22 pm
דורך קאווע טרינקער
חיים שאולזהן, זאגט א גוט ווארט אויף אים, נאך אן הקדמה פון עבירות ופשעים:
"למרות ניגודי ההשקפות ולמרות שאפשר לומר עליו כל כך הרבה דברים כולל שהתפרנס ממכירת צלמים, סיפורים על גבי סיפורים, איש לא יכול לקחת ממנו את גדלותו ופקחותו, הוא היה נואם בחסד עליון, כתבתי עליו כל כך הרבה בשעתו כשסערו הרוחות סביבו, ובל"נ בהמשך הערב אכתוב יותר"
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 9:57 pm
דורך מאראנצןזאפט
הרב דאמב איז אויך דער פיאנער צו באטיטלען הרב שך אלס .MR רשכבה"ג.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 9:58 pm
דורך איך אויך
די געוואלדיגע זכות וועט עם אוודאי ביישטיין.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 10:09 pm
דורך מאראנצןזאפט
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך מיין אז יצחק לעבאוויטש איז דער לעצטער אייגענארטיגער קנאי,
פארדינט א באזונדער אשכול, אבער ס'כדאי אנצומערקן וואס אברהם לויפער שרייבט אין היי-יאריגע אריזאנע קונטרס, אז ווואדרידזשע רב איז ידוע מיט זיין געמאסטענע דיבורים.
חזו מאן גברא רבה דקא מסהיד!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 10:27 pm
דורך משה געציל
פון אים איז דאך דא די באקאנטע ווארט וואס ווארפט א בליק אויף זיין אייגענארטיגקייט און צומאל קריאזע דרך; "מען דארף אלע רבי'ס אויפהענגען אויף איין בוים און איבער לאזן איינס, די וועלט זאל וויסן וואס מען האט אויפגעטוהן"... צו עס איז אמת צו נישט ווייס איך נישט, אבער עס איז זיכער אויסגעשטאנען פון אים.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 10:41 pm
דורך קינות גירושין
הוא היה אומר: אמאל האט מען פיינט געהאט סאטמער פאר אידישקייט,היינט האט מען פיינט סאטמער פאר גוישקייט
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:55 am
דורך הדד בן בדד
הוא היה אומר, וואס מיינט א סקווירא חסיד? א חסיד פון [הרב] דוד טווערסקי. וואס מיינט א וויזניצער חסיד? א חסיד פון [הרב] משה יושע האגער. וואס מיינט א אהרוני? דאס האט גארנישט מיט [הרב] אהרן, דאס איז א געוויסער מהות א געוויסער טיפ מענטש. וואס ווידער מיינט א זאלוני? אזאנס איז גאר נישט פארהאן, דאס איז א גענצליכער פראדוקט פון דעם עולם השקר, ווייל א זאלוני מיינט גאר א שונא פאר [ר'] אהרן...
ודפח"ח
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:58 am
דורך זר זהב
איז ער געווען דער החומה שרייבער
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 1:14 am
דורך [NAMELESS]
מאראנצןזאפט האט געשריבן:און ער איז דער בעל המימרא "אז מ'וואלט ווען געדארפט אויס'הרג'נען אלע רבי'ס, אויסער דעם ל... אז מ'זאל וויסן פארוואס מ'האט זיי גע'הרג'ט.
כפי מיטב ידיעתי איז דער נוסח: אויסער
מיין ל.... (ער פלעגט דאווענען ביי דעם ל.... אין ביהמ"ד פאר לאנגע יארן.)
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 2:40 am
דורך מיין מיינונג
מ'זאגט אויך אז ער האט מעריץ געווען דעם אלטן סטריקובער רבי'ן. ווייסט איינער פשט פון דעם קשר צווישן די צוויי?
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 2:49 am
דורך [NAMELESS]
מיין מיינונג האט געשריבן:מ'זאגט אויך אז ער האט מעריץ געווען דעם אלטן סטריקובער רבי'ן. ווייסט איינער פשט פון דעם קשר צווישן די צוויי?
אויך געווען א פוילישער און א גאון אדיר. איך מיין אז דער עיקר קשר האט זיך געבויט ווען זיי פלעגן זיך טרעפן זוממער אויף אפרוה.
אויך מיט'ן היינטיגן סטריקובער רבי'ן האט ער אנגעהאלטן א ידידות.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 2:58 am
דורך [NAMELESS]
וועלכע? עס איז דא צוויי?