בלאט 1 פון 2

אינטערנעט פילטער הלכה למעשה!

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 1:10 pm
דורך לעמאן דזשוס
איך פארמאג א קאמפיוטער, און א סמארטפאון אין טאש, איך וויל עס פילטערן פון שלעכט'ס און עס מאכן ס'מערסטע כשר שייך. איך האב אינסטאלירט אויף מיין פאון א עפפלאק וואס האט פארשלאסן אלע עפפס וואס שפילן ווידיאו'ס, אלע סאציאלע עפפס ווי טוויטער פעיסבוק ודומיהן וואס קומען מיט די פאון און מען קען עס נישט פטור ווערן, אזוי אויך האב איך צוגעשלאסן אלע אנדערע בראוזער'ס חוץ K9 אויך די גוגל פלעי געשעפט האב איך פארשלאסן אונטער א פעסווארד וואס נאר, און נאר מיין פרוי האט!!!

מיין פראגע איז, איך מיין אז K9 הרג'ט מיין פאון, עס פרירט און גייט אבנארמאל שטייט, אזוי אויך איז די אינטערנעט עקספיריענס נישט אזוי באקוועם און שיין ווי אנדערע בראוזערס, למעשה וויל איך איצט גיין נאך א טריט און שאפן א ווייט-ליסט דערויף, ווייסט איינער צו איז דא אזא מעגליכקייט אויף א אנדרויד דיווייס, אויב איז נאר דא אויף עפפל וועל איך טוישן אויף אייפוין.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 2:01 pm
דורך לעמאן דזשוס
בין איך געהאלפן געווארן אויף אייוועלט דורך א איד וואס רופט זיך משה יאנקל, ער האט מיר געשיקט די נומער פון טעג און משמרת.

איך האב גערופן טע"ג, זיי זאגן אז נאך זיי לייגן ארויף די פילטער, און אפשר א ווייטליסט, און די עפפ-לאק, קריג איך א כשר סטיקער אויף מיין פאון.

די נומער איז;טעג 7184371824
משמרת 7186697028

דרך אגב האט טעג נישט קיין אפיס אין וויליאמסבורג קרית מלך רב.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 2:05 pm
דורך זר זהב
וואויל איז דיר לעמאן דזשוס!! כמוך ירבו בישראל!

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 2:07 pm
דורך יידל
טעג אינסטאלירט סך הכל k9. א גוטע פלאץ צו קוקן איז דא http://venishmartem.com/devices/item/android-devices

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 2:09 pm
דורך לעמאן דזשוס
יידל האט געשריבן:טעג אינסטאלירט k9.


דעטס איט? האב איך דאך א אייגענע טעג ביי מיר אין שטוב, אבער די סטיקערס האבן נאר זיי!!!

די לעידי וואס האט געענטפערט מיין רוף האט מיר געזאגט אז זיי האבן עפעס א אפציע פון ווייט-ליסט אויך,

נאך א זאך זאגט זי מיר, אז עפל איז גאר שווערער צו פילטערן, ווייסט איינער פארוואס?

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 2:11 pm
דורך יידל
אין דעם סייט וואס כ'האב געלינקט האבן זיי אויך אן אפציע צו ווייט-ליסטן. עפל לאזט זיך נישט פילטערן וויבאלד זיי זענען נישט קיין אפן סארס

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 2:14 pm
דורך שמעקעדיג
איך מיין א משמרת לאזט נישט אדורך קאווע שטיבל.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 2:15 pm
דורך יידל
משמרת איז די סאטמערע jnet?

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 2:16 pm
דורך לעמאן דזשוס
יידל האט געשריבן:אין דעם סייט וואס כ'האב געלינקט האבן זיי אויך אן אפציע צו ווייט-ליסטן. עפל לאזט זיך נישט פילטערן וויבאלד זיי זענען נישט קיין אפן סארס


אבער מען קען דאך לייגן עפפלאקס און K9, נישט אזוי?

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 2:19 pm
דורך לעמאן דזשוס
יידל, ווער איז ונשמרתם??!

ריזן דאנק פאר די לינק...

און זיי טיילן אויך סטיקערס? איצט בין איך זייער אינטערעסירט אין א סטיקער, די פילטער האב איך שוין פונלאנג, די סטיקער ברויך איך ווייל איך וויל קענען זיין א עד ביי א חופה!

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 2:23 pm
דורך שמעקעדיג
יידל האט געשריבן:משמרת איז די סאטמערע jnet?


יא.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 2:23 pm
דורך יידל
לעמאן, פאר א סטיקער, פרינט דיר דאס ארויס: http://rlv.zcache.com/100_kosher_sticke ... vr_512.jpg

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 2:28 pm
דורך לעמאן דזשוס
יידל האט געשריבן:לעמאן, פאר א סטיקער, פרינט דיר דאס ארויס: http://rlv.zcache.com/100_kosher_sticke ... vr_512.jpg


פיין... און איך וועל קענען זיין א מסדר קידושין גאר.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 4:05 pm
דורך מאראנצןזאפט
יידל האט געשריבן:משמרת איז די סאטמערע jnet?

ניין! משמרת איז א ועד\אפיס איבער טעכנאלאגיע געביטן פאר דעם סאטמארער עולם, ענליך צו טע"ג, נאר זיי דארפן\ווילן\העלפן אינפארסירן די מאנדאטארישע תקנות.
דער סאטמארער פילטער הייסט משומר!
(וכל זה קבלנו מעיתון דער איד).

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 4:14 pm
דורך קאווע טרינקער
יידל האט געשריבן:משמרת איז די סאטמערע jnet?

http://meshimer.com/
דאס איז דער סאטמערע מעשה.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 4:38 pm
דורך שמעקעדיג
משומר למשמרת לגזירה שוה.
סארי פאר מיין מיסטעיק.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 5:17 pm
דורך קאווע טרינקער
לדעתי, נעגעטיווע נעמען אויף פילטער איז נועל דלת פאר נארמאלע מענשטען.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 7:48 pm
דורך קאמפיאטער
קאווע טרינקער האט געשריבן:לדעתי, נעגעטיווע נעמען אויף פילטער איז נועל דלת פאר נארמאלע מענשטען.



ביי מיר איז די נאמען משומר פאזעטיוו!!!!!!!

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:01 pm
דורך קאווע טרינקער
איר קענט נישט די שפראך פון די תורה.
(ס'נישט דיין שולד)

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 2:36 am
דורך יואב
K9 געווענדליך זייעט נישט אן קיין שום פראבלעם אויף א קאמפיוטער,

נאר אויף פאונס רעדט מען זיך אפ,

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 2:40 am
דורך יואב
לעמאן דזשוס האט געשריבן:איך פארמאג א קאמפיוטער, און א סמארטפאון אין טאש, איך וויל עס פילטערן פון שלעכט'ס און עס מאכן ס'מערסטע כשר שייך. איך האב אינסטאלירט אויף מיין פאון א עפפלאק וואס האט פארשלאסן אלע עפפס וואס שפילן ווידיאו'ס, אלע סאציאלע עפפס ווי טוויטער פעיסבוק ודומיהן וואס קומען מיט די פאון און מען קען עס נישט פטור ווערן, אזוי אויך האב איך צוגעשלאסן אלע אנדערע בראוזער'ס חוץ K9 אויך די גוגל פלעי געשעפט האב איך פארשלאסן אונטער א פעסווארד וואס נאר, און נאר מיין פרוי האט!!!

מיין פראגע איז, איך מיין אז K9 הרג'ט מיין פאון, עס פרירט און גייט אבנארמאל שטייט, אזוי אויך איז די אינטערנעט עקספיריענס נישט אזוי באקוועם און שיין ווי אנדערע בראוזערס, למעשה וויל איך איצט גיין נאך א טריט און שאפן א ווייט-ליסט דערויף, ווייסט איינער צו איז דא אזא מעגליכקייט אויף א אנדרויד דיווייס, אויב איז נאר דא אויף עפפל וועל איך טוישן אויף אייפוין.


איי אין אפוטרופוס לעריות?
ביזט דען פארזיכערט דיין ווייב,
וועט נישט אריינבלאנדשנען אין מקומות האסורים?
(אויב זי האט צוטריט)

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 7:04 am
דורך לעמאן דזשוס
ניין, אונז זענען אין די דעה אז א פרוי, עכ״פ געוויסע אדער אסאך...האבן נישט די יצר אויף הסתכלויות!

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 6:25 pm
דורך שמעקעדיג
אין דער איד די וואך שרייבט ער אז משומר האט מצליח געווען און ערפינדן א גוטן פילטער און ווייט ליסט פארן אייפאון.

מאדנע אז זיי שרייבן אז ענדליך איז זיי געלונגען דאס צו טון מיטן הארטסטן קערל, עפל, וועלכע איז א פארמאכטע סאורס, אבער דערנאך שרייבן זיי אז נאר עפל איז מסודר, און ענדרויד נישט. איך פארשטיי עס נישט.