בלאט 1 פון 1

אידן וועם איר וואלט געוואלט קענען-און איז נאך מעגליך!

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 2:27 pm
דורך לעמאן דזשוס
דא, זענען מיר נתעורר געווארן אז עס געפינען זיך נאך צווישן אונז יידן וואס האבן אוצרות אוצרות צו דערציילן סיי פון דערהיים, סיי פון די קריג, סיי אלטע נייעס'לעך לעבנסשטייגער פון אמאל, און אזוי אויך זייערע בליק און באטראכטונגען אויף אונזער נייע דור חדש אשר לא ידע.

בלויז נעכטן איז אוועק איין אזא איד וואס איך האב זייער געוואלט קענען נאנט, הרב דאמב..אזוי אויך איז דא דער הרב מאיר שפירא פון מאנסי וואס כנראה איז ווערט און האט סחורה ווי גאלד צו דערציילן..

איך מיין אז מען גייט שאפן אזא גרופע און זיך ארויסלאזן אויף די יארכע..עוד מעט און מען האלט ביי דעם אויסגעפליקטן דור, און דערנאך בלייבן מיר מיט די אמעריקאנע געבוירענע יענקי קעפ מיט זכרונות פון סאנז סטריט, אממערסטנס!!!

יודן איר זענט גרייט?

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 2:35 pm
דורך בעל הבית
יא איך קום מיט אבער איך וויל זיצען אין די פראנט

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 8:36 pm
דורך חשבון
יעדע דור האט אידן וואס האלטן די דור

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:03 pm
דורך קאווע טרינקער
מיין זיידע הגה"צ שליט"א

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:05 pm
דורך זר זהב
מיין דיין הגאון שליט"א

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 9:06 pm
דורך קאווע טרינקער
זר זהב האט געשריבן:מיין דיין הגאון שליט"א

ער איז קוים 40, ניטאמאל דעם רבי"זל געדענקט ער.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 4:46 am
דורך טעפל
אן אלטע טענה, היינט קומט מען צו א ניחום אבילים, "וואו האט ער געלערנט? פאפא? גאלאנטע? געווען ביים קריג? געלאפן געקומען, ס'איז דא א וועלט צו שמואסן, אין א שיינע פאר יאר ארום, וואו האט ער געלערנט? און סאטמער, ווייס איך, ווואו? וואס הייסט וואו? אין סאנס סטריט, פארשטייט זיך ווער איז געווען משגיח, וואס הייסט ווער ר' נתן יוסף וכו' וכן הלאה..

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 11:40 am
דורך שמעקעדיג
און אביסל שפעטער: אין וועלכע סאטמאר?

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 11:44 am
דורך ודי למבין
אדער: ווי האט ער געשריבן אין קאווע שטיבל אדער אין איי וועלט, וכן על זה הדרך

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 5:11 pm
דורך טעפל
אהה ס'איז גוט ס'הייבט אהן עפעס א שטיקל רשימה..