בלאט 1 פון 2
חומרות אויף פסח
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 10:32 am
דורך ברסלבער
עס קומט שוין באלד דער יום טוב פסח, און יעדער איז ביזי מיט זיינע חומרות ודקדוקים, וויל איך שרייבן וועגן דעם ענין במשנתו של רבי נחמן מברסלב, און ווער עס האט צוצולייגן פון אנדערע מקומות איז מכובד.
רבי נחמן שרייבט (ליקוטי מוהר"ן ח"ב מד) אז די אלע חומרות ודקדוקים דערווייטערן א מענטש פונעם אייבערשטן, חז"ל זאגן "לא ניתנה תורה למלאכי השרת". און אויך "אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו", דהיינו אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה אויף א נארמאלע וועג ווי אזוי מענטשן פירן זיך נארמאל, און דערפאר דארף מען נאר טוהן די הלכות אזוי ווי עס שטייט, און מען דארף גארנישט צולייגן קיין חומרות יתירות.
און ער זאגט דארט אז אויף די מענטשן וואס זענען ביזי מיט חומרות יתירות, אויף זיי זאגן חז"ל וחי בהם ולא שימות בהם, ווייל די אלע וואס ליגן אין חומרות האבן קיינמאל נישט קיין חיות פון א מצוה, אייביג זענען זיי פיל מיט מרה שחורה אז אפשר האבן זיי נישט מקיים געווען די מצוה אינגאנצן כתיקונה.
רבי נתן שרייבט דארט צו אז רבי נחמן אליינ'ס האט נישט געהאט קיין שום חומרות.
אין אן אנדערע פלאץ (ליק"מ ח"ב פ"ו) טייטשט ער דעם פסוק מקוצר רוח ומעבודה קשה, אז ביי עבודה זרה שטייט אף אין יש רוח בהם, אז זיי האבן בכלל נישט קיין רוח, ממילא "מקוצר רוח" מיינט איינער וואס האט נישט קיין גאנצע אמונה, זאגט ער אז איינער וואס האט נישט קיין גאנצע אמונה, דארף אייביג צולייגן נאך שווערע עבודות, ווייל די פשוטע מצות ווי אזוי דער אייבערשטער האט עס געהייסן איז אים נישט גענוג, דאס איז פשט, מקוצר רוח - ווען איינער האט א שוואכע אמונה, ומעבודה קשה - דעמאלט'ס דארף ער האבן שווערע עבודות, אבער איינער וואס האט א קלארע אמונה דארף נישט טוהן קיין שווערע עבודות, אים איז גענוג וואס די תורה זאגט כפשוטו.
רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן רלה) אז איינמאל האט רבי נחמנ'ס א תלמיד אים געפרעגט עפעס א שאלה וועגן א חומרה אין פסח, און רבי נחמן האט יענעם שטארק אוועק געמאכט, און ער האט דעמאלט'ס אסאך גערעדט פון דעם אז דער עיקר עבודת ה' איז צו מרבה זיין בתורה ותפלה ומעשים טובים פשוט'ערהייט אן קיין שום חומרות, ולא ניתנה תורה למלאכי השרת.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 11:35 am
דורך שמעקעדיג
ווי אזוי שטימט עס מיט אלע צדיקים וואס האבן געהאט אויסטערלישע חומרות ודקדוקים אויף פסח?
איך פארשטיי אז נישט אלעס איז פאר יעדן, אבער די גרויסע צדיקים ווי צאנזער רב, און ר' מאיר'ל פרימישלאנער, און לעצטנס סאטמאר רב זצ"ל, און נאך פילע אנדערע, האבן געהאט אן א שיעור חומרות וואס לאו כל מוחא סביל דא.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 11:37 am
דורך ברסלבער
יעדער צדיק האט זיך זיין דרך אין עבודת ה', עס דארף נישט שטימען איינער מיטן צווייטן, עס איז דא גענוג און נאך זאכן וואס צדיקים האבן זיך געפירט אנדערש איינער פון צווייטן.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 12:29 pm
דורך למדן
אפשר לוינט עס יא, וואס איז מיט געבראקטס קטניות וכדו',
גייט דאס אויך אריין אי חומרות וואס רק נחמן לאזט דאס נישט צו וויל עס דערווייטערט פון אייבערשטן?
וואס איז מיט אונזערע הארטע מצות?
כ'מיין אז ס' א חומרה פון עטליכע הונדערט יאהר (אמאל געזען אין שו"ע הרב דערוועגן), ס' נאך דא אידן וואס עסן לאפא פסח אזויווי אין די צייטן פון בית המקדש וואס דער כורך פסח מצה ומרור האט געהאט אן אנדער טעם
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 12:33 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב א גאנץ יאר וויפיל לאפא איך וויל.
בין איך דער איינציגסטער וואס ענדזשויט טאקע די הארטע קריספי מצות?
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 1:12 pm
דורך למדן
גראדע אינדזשוי איך עס אויך, אבער פאר דעם כורך פסח מצה ומרור וואלט לכאורה בעסער געסוט לאפא...
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 1:29 pm
דורך גאלד
פרעגסט מיך, די פסח מאכלים איז פון פון מיינע פעוועריט, איך גלייך מצה, איך גלייך קארטאפעל, אייער, טשיקן, מייערן, איך האב באמת קיין שום פראבלעם מיט די מאכלי פסח, עכ"פ פאר 8 טאג זיכער נישט,
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 1:58 pm
דורך שמעקעדיג
יאפ, איך אויך. איך בין בכלל נישט אינטרעסירט אין די געמישעכץ. פאטעיטעס, אייער, טשיקן זופ מיט פלייש, ובפרט די מצה, דאס אלעס וואס איך דארף. עס האט א זיסן טעם!
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:06 pm
דורך ברסלבער
גם אני מצטרף, איך בין זיך אויך מחי' מיט די פסח'דיגע מאכלים, און די געשמאקע קריספי מצות וואס בלייבן איבער נאך פסח ווארף איך נישט אוועק, איך בין זיך מחי' דערמיט נאך פסח אויך.
איך ווייס נישט פון וועלכע חומרות רבי נחמן רעדט, איך האב נאר אראפגעברענגט זיינע ווערטער וואס ער זאגט כמות שהוא, אבער לכאורה מיינט ער למשל די וואס דארפן אריינשטופן צוויי כזיתים מצה אויף איינמאל און צוזאמען אראפשלינגען, האט דען דער אייבערשטער דאס געמיינט מיט די מצות מצה? אדער די וואס דרייען איבער די הויז אויב א קינד האט חלילה אויפגעהויבן עפעס פון דער ערד און געלייגט אויפ'ן טיש, אדער צו שרייען קולי קולות ווען מען האט געטראפן א ברעקל מצה אויפ'ן טיש בשעת'ן עסן די זופ, וכדומה.
פסח איז זמן חרותינו, מען איז זיך מחי' מיט די פיינע פסח'דיגע מאכלים, אבער מען דארף נישט ווערן אנגעצויגן און נערוועז פון יעדע זאך, טעק איט איזי און האב א שמחת יום טוב.
לגבי חומרות וואס צדיקים האבן געהאט, קען זיין אז זיי האבן עס אנגענומען מיט שמחה, זיי האבן זיך געפריידט צו קענען מחמיר זיין איז דאס געווען זייער שמחת יום טוב, אבער איינער וואס די חומרות ברענגט אים נאר צו עצבות ומרה שחורה, וואס האט ער אויפגעטוהן?
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:09 pm
דורך Ben-Shishim
ברסלבער האט געשריבן:לגבי חומרות וואס צדיקים האבן געהאט, קען זיין אז זיי האבן עס אנגענומען מיט שמחה, זיי האבן זיך געפריידט צו קענען מחמיר זיין איז דאס געווען זייער שמחת יום טוב, אבער איינער וואס די חומרות ברענגט אים נאר צו עצבות ומרה שחורה, וואס האט ער אויפגעטוהן?
Now you are talking !!!
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:12 pm
דורך היימישער ליטוואק
לכאורה איז דאך דאס געווען איינער פון די הויפט חילוקים צווישן חסידים און מתנגדים: חומרות. חסידים האבן געהאלטן אז עס ברענגט צו עצבות און מרה שחורה, ווידעראום ביי מתנגדים איז געווען דער דרך מחמיר צו זיין כידוע מהגר"א זי"ע ותלמידיו ותלמידי תלמידיו.
קטניות איז חמץ?
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 3:36 pm
דורך דולה ומשקה
קטניות במשך השנים איז אלץ געווארען מער און מער אסור, אין כמעט אזוי אסור ווי חמץ גופא.
(ראה:
viewtopic.php?f=13&t=370)
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 11:11 am
דורך berlbalaguleh
למדן האט געשריבן:אפשר לוינט עס יא, וואס איז מיט געבראקטס קטניות וכדו',
גייט דאס אויך אריין אי חומרות וואס רק נחמן לאזט דאס נישט צו וויל עס דערווייטערט פון אייבערשטן?
וואס איז מיט אונזערע הארטע מצות?
כ'מיין אז ס' א חומרה פון עטליכע הונדערט יאהר (אמאל געזען אין שו"ע הרב דערוועגן), ס' נאך דא אידן וואס עסן לאפא פסח אזויווי אין די צייטן פון בית המקדש וואס דער כורך פסח מצה ומרור האט געהאט אן אנדער טעם
ס'דא א יש אומרים אז דער גאנצער ענין פון "פיצא" וועלכער שטאמט פון איטאליע האט זיך אנגעהויבן ווען רוימישע סאלדאטן אין די צייטן פון בית שני האבן געזעען ווי די יודן עסן מצה,מרורו און כורך אום פסח.
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 11:47 am
דורך ממרום שלח אש
ר נחמן האט דען גערעדט פון פסח?
ביי פסח ווייס מער דאך מעיקר הדין איז מען מחמיר "משום חומרא דפסח" עס ווערט דערמאנט פעמים אין מספר אין אלע פוסקים.
עס איז דא מאמרים פון צדיקים אז אפילו א גאנץ יאר זאל מען נישט זוכען קיין חומרות, פסח דארף מען יא.
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 3:10 pm
דורך יאיר
איך גיי ווערן א ברסלב'ער אויף פסח און א בריסקער אויף ראש השנה.
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 6:39 pm
דורך נולד מאוחר
כ'האב גענדיגט אפוואשן די פריעדזשדער, מיט די גאנצע קשר''ק . געניצט כל מיני קעמיקאלס.
יעצט זאגט מיר מיין ווייב איך זאל עס אביער ציען מיט זילבערנע פאפיר. כהאב געמיינט איך שטארב.
נאך צוויי שעה קלינען און קראצען דארף איך דאס נאך באדעקן?!
איז דאס א חומרה אדער משוגעת?
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 6:40 pm
דורך זר זהב
חומרה, אנדערע לייגן אזעלכע פלעסטישע קאווערס אויף די שעלווס.
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 7:00 pm
דורך קאווע טרינקער
חומרות אין פסח איז א זכר לשיעבוד מצרים.
נשלח: מוצ"ש מערץ 23, 2013 9:13 pm
דורך געפילטע פיש
נולד מאוחר האט געשריבן:כ'האב גענדיגט אפוואשן די פריעדזשדער, מיט די גאנצע קשר''ק . געניצט כל מיני קעמיקאלס.
יעצט זאגט מיר מיין ווייב איך זאל עס אביער ציען מיט זילבערנע פאפיר. כהאב געמיינט איך שטארב.
נאך צוויי שעה קלינען און קראצען דארף איך דאס נאך באדעקן?!
איז דאס א חומרה אדער משוגעת?
חוץ אויב דיין פרידזש איז אזוי הייס אז יד סולדת בו, אויב יא זאלסטו קויפן א נייע פרידזש. מטעם מנהג זאלסטו פרעגן דיין דיין אויב דו מעגסט משנה זיין פון דיינע זיידעס אינדערהיים וואס האבן געלייגט זילבער פאפיר אין די פרידזשעס פאר הונדערטער יארן, ס'דא וואס זאגן אז דאס גייט שוין אן זייט די חורבן בית שני.
נשלח: מוצ"ש מערץ 23, 2013 9:16 pm
דורך זר זהב
זילבער פאפיר איז נישט געווען בימי השני, ס'ווערט די ערשטע מאל דערמאנט אין תוספות רבינו פרץ וואס דער ראצפעטער האט ארויסגעגעבן מהדורה שנייה
נשלח: מוצ"ש מערץ 23, 2013 10:54 pm
דורך ידען
סקווער האט געטראפען נאך א חומרא אז די שטריק וואס מע בינט ארום די מצות מאכט מען ביי א קאמפאני וואס מאכט אויך שטריק וואס מע מישט אריין מעל אין עס אדער מע שמירט עס מיט א זאך וואס האט מעל אין דעם.
נשלח: מוצ"ש מערץ 23, 2013 11:12 pm
דורך קאווע טרינקער
דער שטיוועל וואס זיי גייען, פראדצירט מען אין דער זעלבער פארבריק וואס מפרדצירט פשוט'ע שיך אויך.. סאו וואט?
ווער עסט שטריק פסח?
נשלח: מוצ"ש מערץ 23, 2013 11:17 pm
דורך ידען
קאווע טרינקער האט געשריבן:דער שטיוועל וואס זיי גייען, פראדצירט מען אין דער זעלבער פארבריק וואס מפרדצירט פשוט'ע שיך אויך.. סאו וואט?
ווער עסט שטריק פסח?
זיי שרייבען אז מע ניצט די זעלבע מאשינען פאר ביידע שטריקען. די חמציגע און די געהעריגע.
און זיי האבען שוין גערעט מיט די קאמפאני אז נעקסטע יאר וועט מען קלינען (אפשר אויך כשרן?) די מאשינען פאר מע מאכט די שטריק. אבער די יאר זאל מען זיך אפוואשען די הענט נאך אראפ נעמען די שטריק פון די באקס.