בלאט 1 פון 1

דער שאך שפיל מיט דעם ס"מ,

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 5:48 pm
דורך חזקיהו המלך
כ'שפיל לעצטענס אביסעלע שאך אויפען געלעקסי, אין ביי שאך זעהט מען ווי דער צד שכנגד אין דעם פאל דער קאמפיוטער, ווי ער רעכענט אויס אין ריקט שוין שטיקלעך אסאך פריער וועגען א מאוו וואס ער וויל מאכען היבש שפעטער,

ווען ס'קומט צי דעם ס"מ, איז זייער וויכטיג צי זיין קלאר אין צוויי זאכען, איינס וואס מען דארף חאפען אין פארשטיין איז אז אפילו מען זעהט נישט דעם ס"מ מיט די פליישיגע אויגען אין ממילא איז מען אויסגעשטעלט אז ווען מען דעסטראקטיוו פילינגס אדער באגעגענישען אדער אנדערע זאכען, איז מען אויסגעשטעלט עס צי אנקוקען ווי א מקרה, ווייל מען זעהט דאך נישט דער וואס שטייט אונטער דעם אין רעכענט עס אויס,

וואס ס'וויכטיג צי וויסען איז אז דער ס"מ זיצט אין זיין אפיס מיט סטראטעגיסטען אין רעכענט אויס מיט גרויס חכמה וויזוי צי אפשוואכען אין צי אראפברענגען דעם מענטש, אין ווען מען וועט אנקוקען די זאך מער ווי א מלחמה מיט א אויסגערעכענטע פיינט האט מען מער טשאנסען צי זיך נישט לאזען אין צי חאפען די פאסטקע,

אין פאר איך גיי ווייטער איז זייער וויכטיג צי פארשטיין וואס די ס"מ איז, דער ס"מ איז די כח פין דעסטראקטיוו וואס דער באשעפער האט באשאפען ס'וויל אראפברענגען דעם מענטש סיי אידען אין סיי גוים סיי בגשם אין סיי ברוח, ס'נישט פשט אז נאר א בלאט גמרא וויל ער נישט מען זאל לערנען, אפילו א גוטע ביזנעס דיל וויל ער אויך שטערען אין אינטערשטעלען פיסלאך וויפעל ער קען (לויט וויפעל כח ער האט אין דאס איז א צווייטע ענין),

אין ס'דא מענטשען וואס וויבאלד זייערע מחנכים זענען געווען ביזי צי דרייען א קאפ מיט דעם יצר הרע איז אמאל דא א ווידערווילען צי דעם גאנצען ענין, אבער מען דארף דאס איבער קומען, ווייל די מציאות איז אז מען דארף וויסען, טראכטען אין זיך היטען, אשרי אדם מפחד תמיד, אין טאמער רעדט מען זיך איין אז ס'נישטא דאן אז מען היט זיך נישט אין מען ווייסט נישט זיך צי היטען קען מען זייער שנעל פאלען,

עכ"פ וואס כ'באמערק איז אז דער ס"מ ארבעט גאר קלוג, ער קען מאכען א געוויסע מאוו אסאך פריער ווייל ער וויל צים סוף ציקומען צי עפעס אסאך שפעטער, יעדער דארף ביי זיך זעהן אליין אבער ווען מען טראכט אין מען קוקט אריין אין זיך אליינס זעהט מען ציביסלעך איין וויזוי זאכען ארבעטען, אין היינט האט עס מיר אויסגעקוקט ווי ער שפילט מיט מיר שאך, (ער איז די שווארצע שטיקלאך),

צים סוף דארף מען וויסען אז אלמלי הקב"ה עזרו לא יכול לו, טאמער ווייסט מען אז די אייגענע חכמה קומט פין גא-ט דאן איז די צינור אפען די השפעה קומט גלייך אין מען קען געווינען דעם ס"מ, טאמער טיילט מען זיך אפ פין גא-ט דאס מיינט אז מען לאזט זיך פינעם ס"מ צי באקומען דעם פאלטשע געפיהל (חאטשיג ס'איז טפשות איז אבער דא אזא געפיהל וואס קען ארומנעמען א מענטש) אז מען איז אליינס קלוג אן וויסען אז יא מען איז טאקע קלוג אבער ס'קומט פין גא-ט אין די רגע מ'פלאגט זיך אויס פין די שורש איז מען אויף צרות, אין דעמאלץ ווערט די השפעה פארקרומט אין אז ס'נישטא דער הקב"ה עזרו קען מען גרינג פאלען אין די מלחמה, (אין דאס איז טאקע אינס פין די תכסיסי הס"מ צי אריינברענגען א געפיהל פין אני ואפסי אין פארגעסען אז כי הוא הנותן לך כח לעשות חיל)

מען קען שרייבען אין שרייבען, אבער מען דארף סייעתא דשמיא אז די ווערטער זאלען ריכטיג פארשטאנען ווערען, ווייל אמאל קענען זאכען פארשטאנען ווערען נישט ריכטיג אין האלוואי ס'זאל נישט קליא מאכען, בעט איך ביי גא-ט שלא יצא מכשול מתחת ידי, אין אמאל קען די ריכטיגע פאר ווערטער מער אויפטוהן ווי לאנגע דרשות, עמער ענדיגען מיט א תפילה אז אידישע קינדער זאלען שוין ווערען אויפגעראכטען מיט די גאנצע ישועה בביאת הגואל בב"א

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 6:03 pm
דורך שמעקעדיג
גוט געשריבן, חזקיהו!

דער פראבלעם איז נאר, אז בשעת דער יצר דרייט אונז אריין, כאפט מען זיך נישט. ער קען למשל מאכן מען זאל ארבעטן מיט א אנדער פרוי, און ווערן נאנט, פארשטייט זיך נאר פון ביזנעס ענינים, און דאן פלוצלינג שטעלן פאר א פארטיגן נסיון, וואס איז שוין שווער צו בייקומען (אויב איז מען נישט אפגעהיטן מיט איסור יחוד וכדומה).

א גוטער משל איז דער קאמפיוטער, וואס האט קיינמאל נישט געהייסן א פראבלעם, דאס ערגסטע איז געווען אז מען קען פארברענגען די צייט מיט שפילן געימס, עס איז פשוט געווארן א פארגעשריטענע טייפרייטער, און א בוקקיפינג מאשין, און אויף איינמאל, ווען יעדער איז שוין געווען טיף אייגעזינקען אז מען האט זיך גארנישט געקענט באגיין אן דעם, האט ער אריינגעברענגט דעם אינטערנעט, און יעצט קענסטו גיין בארן קלאפן.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 6:10 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
חזקיהו המלך, וויאזוי האסטו באקומען דעם דעטאלירטען דעסקריפציע פון דעם ס"מ? איז דאס א חלק פון דיין כך מקובלני מבית אבא, מיט וואס דו ביסט גרייט געווען זיך צו דינגען מיט ישעיהו? אדער דו האסט מקורות דערצו?
וויפיל מאל דארף מען דיר זאגען, בהדי כבשי דרחמנא למה לך?

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 8:27 pm
דורך berlbalaguleh
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:חזקיהו המלך, וויאזוי האסטו באקומען דעם דעטאלירטען דעסקריפציע פון דעם ס"מ? איז דאס א חלק פון דיין כך מקובלני מבית אבא, מיט וואס דו ביסט גרייט געווען זיך צו דינגען מיט ישעיהו? אדער דו האסט מקורות דערצו?
וויפיל מאל דארף מען דיר זאגען, בהדי כבשי דרחמנא למה לך?

סאיז דא למשל איינער א איד א ספרא רבה והרב י. מ. סופר שמו וואס טענה'ט אז בעיקבתא דמשיחא וועט אן ערליכער יוד נישט קענען לערנען תורה. נאר פאר וועם דער ס"מ העלפט צו דער וועט לערנען תורה. דאס איז געווען זיין תשובה ווען מ'האט איהם געפרעגט א קשיא אז מיר זעען דאך אז דער מוסד הרב קוק געט ארויס אזאלכע שיינע ספרים.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 11:48 pm
דורך געפילטע פיש
איז דא סמיילי וואס מ'קען לייגן וואס האט א פיקטשער פון א רעקארד (סי די בלע"ז) וואס האט א קריץ און שפילט איבער די זעלבע זאץ נאכאמאל און נאכאמאל נאכאנאנד?

בערל, איך ווייס ס'שוין נישט חודש אדר, אבער איך האף אז דו לאזט דיר פארהאלטן לפחות שלשים יום נאך פורים אויך.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:15 am
דורך נולד מאוחר
חזקיה זייער יינער געדאנק.
קענסט געבן א משל?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 8:43 am
דורך ענדע צדיק
חזקי', זייער שיין ארויסגעברענגט,
"היום אומר לו עשה כך ולמחר אומר לו עשה כך עד שיאמר לו עבוד עבודה זרה"
פארוואס קען מען זיך נישט אפשטעלן פאר דעם "עבוד עבודה זרה"?
נאר די סטעפס זענען אזעלכע קליינע, עשה כך, עשה כך, טוה נאר די קליינעקייט און די קלייניקייט, פלוצלינג זעט מען זיך ביים "עבוד עבודה זרה".

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 9:51 am
דורך ברסלבער
חזקי', זייער שיין געשריבן, א גרויסן יישר כח!
איך וויל נאר צולייגן א הערה, אז אלמלא הקב"ה עוזרו לא יכול לו, מיינט נישט נאר אז מען זאל דאס "וויסן", נאר אז מען זאל אים טאקע בעטן אז ער זאל העלפן, לכאורה האסטו דאס געמיינט צו זאגן, איך האב עס נאר געוואלט קלארער ארויסברענגן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:30 am
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:איז דא סמיילי וואס מ'קען לייגן וואס האט א פיקטשער פון א רעקארד (סי די בלע"ז) וואס האט א קריץ און שפילט איבער די זעלבע זאץ נאכאמאל און נאכאמאל נאכאנאנד?

בערל, איך ווייס ס'שוין נישט חודש אדר, אבער איך האף אז דו לאזט דיר פארהאלטן לפחות שלשים יום נאך פורים אויך.

כ'האב געוואוסט אז דו גייסט מגיב זיין. איך לאז מיר פארהאלטן שלוש מאות וששים וחמישה יום כמנין ימות החמה. נאר כ'בין זיכער אז דו האסט נישט געליינט אזויפיהל דעם "הרב" י.מ.ס. ווי איך. און ער ליגט מיר ווי א ביין אין האלז. א יעדעס מאל וואס איך אטעם דערמאן איך מיך פון איהם ס'איז כמעט אדער אינגאנצן נישטא נאך א שרייבער וואס זאל זיין אזוי אינטעללעקטשועללי דיסהאנעסט ווי ער. ובזה יצאתי ידי חובתי :lol: :roll: :lol:

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:58 pm
דורך געפילטע פיש
ס'דא זאכן וואס מ'קען נעמען פאר אזעלכע ביינער אין האלז.

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 10:25 am
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'דא זאכן וואס מ'קען נעמען פאר אזעלכע ביינער אין האלז.

אן א פרעסקריפשן אווער דע קאונטער?? :lol: