וויאזוי איז דער מין מענטש באשאפן געווארן?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

וויאזוי איז דער מין מענטש באשאפן געווארן?

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

אט אזוי. צוערשט איז געווען א מין ענערגיע, זייער א דקות'דיגע זאך וואס מען קען נישט געהעריג שילדערן אין ווערטער. די ענערגיע האט נישט קיין געהעריגן נאמען וויאזוי באצייכנט צו ווערן, ווייל אויף ווי ווייט מיר ווייסן, איז יענע ענערגיע באשאפן געווארן בלויז יענער איין מאל. קיינמאל פריער און קיינמאל שפעטער האט די בריאה נישט געזען אזא ענערגיע.

יענע ענערגיע האט אין זיך פארמאגט עפעס א מיסטעריעזן כוח. דער כוח איז באשטאנען פון עפעס וואס קען אויך נישט געהעריג דעפינירט ווערן, ווייל מיר ווייסן נישט וואס דאס איז, וויאזוי עס זעט אויס, וויאזוי עס ארבעט, וואס טרייבט עס, ווען און וויאזוי עס האט זיך אנגעהויבן. אבער מיר ווייסן אז דער כוח איז דארט, ווייל מיר זעען די תוצאות. מיר זעען בחוש אז יענע ערשטע ענערגיע איז פלוצלונג געווארן אקטיוו. און מיר ווייסן דאך א כלל אז אויב א שטיין הייבט זיך פלוצלונג אן קוילערן, מוז זיין עפעס א כוח וואס האט אים געשטויסן. אויב ענערגיע ווערט פלוצים דינאמיש, אקטיוו, מוז דאך זיין עפעס א כוח וואס האט דער ענערגיע געגעבן א שטופ.

ווען יענע ענערגיע איז געווארן אקטיוו, האט זי אנגעהויבן זיך אליין טוישן. די ענערגיע האט זיך, געשטופט פון יענעם מיסטעריעזן כוח, פארגרעסערט און פארברייטערט. מיט דער צייט האט די ענערגיע, געטריבן פון יענעם מיסטעריעזן כוח, "געבוירן" ניי פארמען פון ענערגיע, וואס זענען בעצם געווען אנדערש ווי די ערשטע ענערגיע, וועלכע האט זיי באשאפן.

דער "העכערער כוח" האט זיך אבער נישט אפגעשטעלט ביי דעם. די ניי-געשאפענע ענערגיעס האבן אנגעהויבן זיך צוזאמשטויסן און אויסמישן איינע מיט דער אנדערער. דער העכערער כוח האט געשטויסן און געשטופט אויף אזא אופן, אז פון די אויסגעמישטע ענערגיעס האבן צוביסלעך אנגעהויבן ארויסקומען קליינע שטיקלעך, אזעלכע פיצעלע, אבער ממשות'דיגע "באליס" און "באבלס".

קיינער האט נאך אלץ נישט געוואוסט וואס די ערשטע ענערגיע איז געווען, און וואס דער העכערער כוח וואס האט געמאכט אזויפיל שינויים אין דער ענערגיע איז; אבער יעדער האט פארשטאנען אז אזא כוח מוז עקזיסטירן, ווייל מען האט דאך געזען עין בעין ווי די ענערגיע "לעבט", זי טוט זאכן, זי בייט זיך. "עפעס" מוז דאך שטיין אונטער דעם אלעם.

דער כוח איז אבער נישט געווען צופרידן. ער האט געטריבן די ניי-געשאפענע שטיקלעך און באשטאנדטיילן צו קאכן און ארבעטן אלץ ווייטער און ווייטער, ביז עס איז פון זיי ארויסגעקומען א שפאגל נייע סארט בריאה, עפעס וואס האט אין זיך אריינגעבויט אזא קאמפיוטעריזירטן סיסטעם, וואס קאנטראלירט אלע פונקציעס פון דער באשעפעניש. דער קאמפיוטער סיסטעם איז געווען אזוי פארגעשריבן, אז די נייע בריאה האט דורך אים געקענט כמעט פון גארנישט פראדוצירן א קאפיע פון זיך – וואס איז געקומען צוזאמען מיט דעם זעלבן קאמפיוטעריזירטן סיסטעם.

די נייע סארט באשעפעניש איז געווען א ווילדער חידוש. ווייל ביז אהין, האט דער העכערער כוח פראדוצירט זאכן בהדרגה; יעדע נייע זאך איז געווען אביסעלע אנדערש, אביסל מער סאפיסטיקירט ווי די זאך פון וועלכער זי איז ארויסגעקומען. דאס אליין איז אויך זייער שווער צו פארשטיין, ווייל וויאזוי איז מעגליך אז צוויי פון ממש די זעלבע "זאכן" זאלן באשאפן עפעס וואס איז אנדערש – און בעסער – ווי זיי צוויי? די נייע בריאה איז אבער געווען א חידוש אפילו קעגן די ביז-יעצטיגע חידושים, ווייל די באשעפעניש איז שוין געווען עפעס פון גאר א צווייטן סוג ווי די וואס האבן זי באשאפן. נאר יעדער האט געוואוסט אז דא איז דא עפעס א העכערער כוח, וואס איז קלוג און בכוח דורכצופירן די אלע אותות ומופתים. איך פארשטיי טאקע נישט וויאזוי דער כוח ארבעט; אבער, זעסט דאך אז ער איז דא!

הקיצור, לאמיר נישט פארקריכן. דער נייער, קאמפיוטעריזירטער בריאה איז ווי עס זעט אויס נישט באשערט געווען קיין מנוחה. דער העכערער, מיסטעריעזער כוח וואס האט אנגעדרייט אלעס ביז אהער האט ווייטער געארבעט און פארארבעט, און געפירט דערצו אז די נייע, חידוש'דיגע בריאה האט פון זיך ארויסגעגעבן נאך פרישערע, נייערע זאכן.

איך וויל אייך נישט דרייען א קאפ מיט אלע פרטים, ווייל פון דא און ווייטער איז דער פראצעדור געלאפן מער-ווייניגער אויפ'ן זעלבן סיסטעם ווי ביז יעצט. דער העכערער כוח – וועלכן קיינער קען נישט זען און פארשטיין, נאר מוז עקזיסטירן ווייל מיר זעען דאך די תוצאות פון זיין ארבעט – האט ווייטער געטריבן די צושטאנד-געקומענע בריות צו טוישן זיך און באשאפן נאך פרישע מיני זאכן און באשעפענישן, ביז סוף כל סוף האט דער מין מענטש זיך באוויזן.

איינמאל דער מענטש איז דא געווען, האט ער אנגעהויבן געבן נעמען צו די אלע כוחות און ענערגיעס וואס האט גורם געווען זיין באשאף. ער האט די נעמען געגעבן נישט ווייל די נעמען זאגן וועגן די כוחות עפעס מער ווי פריער, נאר פשוט צוליב באקוועמליכקייט, אז מען זאל קענען צווישן זיך שמועסן וועגן יענע ענערגיעס און כוחות וואס האבן געפירט דערצו, אז ער, דער מענטש, זאל ווערן און קענען וועגן די זאכן טראכטן און שמועסן.

(נ.ב. דאס איז א קיצור-קיצור'דיגע און תמצית'דיגע כראנאלאגישע שילדערונג פון דער עוואלוציע פונעם מענטש. נעמען און מינדערוויכטיגע פרטים זענען געטוישט געווארן צו היטן אויף דער אידענטיטעט פון די באטרעפנדע.)
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

איז א כעמיקאלישע רעאקיצע א העכערע כוח?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:איז א כעמיקאלישע רעאקיצע א העכערע כוח?

פארוואס נישט? מעשי ידיו פון הקב"ה.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

מיט וואס איז עס מער "העכער" ווי א טיש, אדער טישו?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

מיט דעם אז עס האט שטערקערע כוחות וועלכע מיר פארשטייען נישט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

יידל האט געשריבן:מיט דעם אז עס האט שטערקערע כוחות וועלכע מיר פארשטייען נישט.

אויף דעם פרעג איך נאכאמאל, איז א כעמילאשיע כוח א העכערע כוח? דהיינו, פארוואס טראכסטו אז עס איז דא אין דעם כעמיקאלען רעאקציע "שטעקער כוחות וועלכע מיר פארשטייען נישט"?
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

http://www.youtube.com/watch?v=uAm-kbzT7xw

דעס איז זייער א געשמאקער טעאריע, אסאך בעסער פין אלע טעאריעס וואס כ'אב דערווייל געהערט. (פארשטייט זיך, דאס וואס שטייט אין חומש איז נישט קיין טעאריע...).
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:מיט דעם אז עס האט שטערקערע כוחות וועלכע מיר פארשטייען נישט.

אויף דעם פרעג איך נאכאמאל, איז א כעמילאשיע כוח א העכערע כוח? דהיינו, פארוואס טראכסטו אז עס איז דא אין דעם כעמיקאלען רעאקציע "שטעקער כוחות וועלכע מיר פארשטייען נישט"?


איך האב גערעדט וועגן דעם כוח וואס איז געשטאנען אונטער אזעלכע זאכן ווי "נעטשורעל סעלעקשאן" וכדומה. דאס איז איז עפעס א מיסטעריעזער כוח וואס קיינער ווייסט נישט וואס דאס איז, פון וואו עס קומט און וויאזוי עס ארבעט. כהאב עס אנגערופן "העכערער כוח" בלשון מושאל, אז סאיז עפעס א כוח וואס קיינער פארשטייט נישט. די "כעמישע רעאקציע" פון וואס דו רעדסט איז באשאפן געווארן פון דעם "העכערן כוח".
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך מיין אז נאטורליכע סעלעקציע איז די ווייניגסטע קאמפליצירט און די ווייניגסטע מיסטעריעז פון סיי וואספארא חוקי הטבע אין די בריאה.
האדם לא נברא אלא להתענג
פארשפארט