בלאט 1 פון 2
מאכן א פסיכאטארישע פאציענט נעמען מעדיצין
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 7:38 pm
דורך היימישער ליטוואק
וויאזוי מאכט מען אן ערוואקסענע מענטש זאל מסכים זיין צו נעמען פסיכאטרישע מעדיצין? וה"ה וויאזוי מאכט מען אז אן ערוואקסענע מענטש זאל מסכים זיין צו גיין צו א פסיכאטאר?
איך רעד פון אזא סיטואציע וואו דער באטרעפנדער אליינס רעדט זיך איין אז אלעס איז גוט; דער איז שולדיג יענער איז שולדיג... ווען דאס וואלט געוועהן און יענץ וואלט געשען וואלט אלעס גוט געווען...
האט איינער עקספיריענס אין דעם? (ביטע נישט אריינווארפן סתם ליצנות - עס איז נישט קיין ליצנות'דיגער ענין. ה"י)
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 7:43 pm
דורך יידל
מען מישט עס אריין אין זיין עסן (אין די ערשטע תקופה). נאך וואס דער מצב וערט בעסער, קען מען אויסזאגן די סוד בתקוה אז דער פאציענט וועט אליינס איינזען די אמת.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 8:03 pm
דורך מורינו הרב
היימישער ליטוואק:
איך נעם אן אז די יעצטיגע שאלה האט א שייכות מיט א שאלה וואס דו האסט לעצטנס געפרעגט מאחורי הפרגוד...
איך וואלט דעריבער גע'עצה'עט אז מען זאל אים זאגן "אויב נעמט ער נישט די מעדיקאציע, דאן וועט מען צורעדן דער 'מי ימצא' זאל זיך גיין איר וועג, וד"ל.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 8:08 pm
דורך חזקיהו המלך
פסייקיעטריק דראג'ס איז דענזשערעס, ס'מאכט קאליא אסאך אסאך מער ווי עס טוט אויף, ושומר נפשו ירחק מהם,
זיך אנדערע וועגען יענעם צי העלפען נישט פסייקיעטריק דראגס, אין אוואדי נישט אריינמישען אין די עסען, יענער איז א עדאלט אין ער האט א בחירה אין בפרט איז עס זיין בחירה נישט צי נעמען קיין שעדליכע דראגס, טריי צי נעמען א גוטען סייקאלעדזשיסט,
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 8:29 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
חזקיהו המלך האט געשריבן:פסייקיעטריק דראג'ס איז דענזשערעס, ס'מאכט קאליא אסאך אסאך מער ווי עס טוט אויף, ושומר נפשו ירחק מהם,
זיך אנדערע וועגען יענעם צי העלפען נישט פסייקיעטריק דראגס, אין אוואדי נישט אריינמישען אין די עסען, יענער איז א עדאלט אין ער האט א בחירה אין בפרט איז עס זיין בחירה נישט צי נעמען קיין שעדליכע דראגס, טריי צי נעמען א גוטען סייקאלעדזשיסט,
ביטע צייכען אן די שטודיע פון דו נעמסט דיין ידיעה. אדער האסטו גאר אריינגטשיד אין די ספר רפואות, איידער דו האסט דאס גונז געווען?
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 8:47 pm
דורך היימישער ליטוואק
@ מורינו, און אויב די מי ימצא איז שוין געגאנגען איר וועג?
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 9:21 pm
דורך יואליש
ווי נעמט מען די פלייצע צו זאגן אז מ'זאל נישט נעמען מעדעצין, חזקיהו? וואס איז דיין מיינונג אויף פלו שאטס?
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 9:31 pm
דורך היימישער ליטוואק
די שאלה איז אויך לגבי וויאזוי צו מאכן ער/זי זאל מסכים זיין צו גיין צו א פסיכאטאר/פסיקאלדזשיסט. סא אפילו לשיטת חזקיהו מעג ער צולייגן א פלייצע מיט גיבן אן עצה.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 10:02 pm
דורך חזקיהו המלך
יואליש האט געשריבן:ווי נעמט מען די פלייצע צו זאגן אז מ'זאל נישט נעמען מעדעצין, חזקיהו? וואס איז דיין מיינונג אויף פלו שאטס?
ליין
דעם ביך וועסטע וויסען,
פאר א אנהייב קענסטע
דאס ליינען,
נאכדעם וועסטע וויסען אז די אחריות איז צי זאגען יא צי נעמען, נישט צי זאגען נישט צי נעמען, ח"ו צי שטופען א מענטש עס צי נעמען, דער וואס טוט עס אפילו ער מיינט גוט ווייל ער ווייסט נישט, טוט א הימל שרייענדע עוולה, אין אז ער ליינט דאס וואס איך שרייב יעצט אין טוט עס נאכאלץ איז ער נישט קיין שוגג נאר א מזיד, אין לעניית דעתי איז עס אבירייהו דרציחה, אפילו קיינער איז נישט מחויב מיר צי גלייבען אויפען ווארט , אבער עכ"פ עס גוט אדורעך טוהן פאר צווינגען אנדערע מענטשען צי נעמען אזא סם,
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 10:18 pm
דורך היימישער ליטוואק
דו ביסט אפשר יא אדער אפשר נישט גערעכט. איך ווייס נישט, און דער גאנצער מעדיצינישער עסטעבלישמענט האלט אז דו ביסט נישט גערעכט. עניוועי, אפשר מאכט א באזודערע אשכול אויף דער נושא, און איך וועל זיך אויך בל"נ משתתף זיין כפי מסת הפנאי.
אבער לענינינו, איז דאס נישט די נקודה. דאס האלטסטו אויך אז צו א פסיקאלעדזשיסט דארף מען יא צו גיין, טא וואס טוט מען כדי צוצודריקן אזא איינער וואס האלט אז עס פעלט איהם גארנישט? איז דא עפעס מעטאדן וועלכע דו ווייסט אז זיי ארבעטן? וואס דו האסט געהערט אז עס קען משכנע זיין אזא איינעם?
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 10:56 pm
דורך מורינו הרב
היימישער ליטוואק האט געשריבן:@ מורינו, און אויב די מי ימצא איז שוין געגאנגען איר וועג?
אויב דאס איז דער פאל, איז די שאלה אין מאחורי גענצליך אנדערש, וד"ל...
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 11:34 pm
דורך יואליש
חזקיהו המלך האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:ווי נעמט מען די פלייצע צו זאגן אז מ'זאל נישט נעמען מעדעצין, חזקיהו? וואס איז דיין מיינונג אויף פלו שאטס?
ליין
דעם ביך וועסטע וויסען,
פאר א אנהייב קענסטע
דאס ליינען,
נאכדעם וועסטע וויסען אז די אחריות איז צי זאגען יא צי נעמען, נישט צי זאגען נישט צי נעמען, ח"ו צי שטופען א מענטש עס צי נעמען, דער וואס טוט עס אפילו ער מיינט גוט ווייל ער ווייסט נישט, טוט א הימל שרייענדע עוולה, אין אז ער ליינט דאס וואס איך שרייב יעצט אין טוט עס נאכאלץ איז ער נישט קיין שוגג נאר א מזיד, אין לעניית דעתי איז עס אבירייהו דרציחה, אפילו קיינער איז נישט מחויב מיר צי גלייבען אויפען ווארט , אבער עכ"פ עס גוט אדורעך טוהן פאר צווינגען אנדערע מענטשען צי נעמען אזא סם,
כ'קען דיר געבן ביכער צו ליינען פון יעצט ביז שיתא ימי אלפא. מיין פראגע איז געווען, האסט נישט דיאגנאזירט דעם פאציענט פאר וועם דער שואל פרעגט. ווארשיינליך איז דיין פאזיציע איז "קיינער" טאר נישט נעמען מעדעצינען. דאס איז אן אומאחריות. אין שטארקע קעיסעס ליידן די באטרעפענדע, און די ארומאיגע ליידן. און דאס ברויך אנהאלטן אלעס ווייל ס'איז דא א בוך אויף עמעזאן? דאס אז א פאציענט וויל נישט נעמען נאך דעם וואס א פסיכיאטער האט דאס פרעסקרייבט מיינט נישט אז ער ברויך עס נישט.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:28 am
דורך חזקיהו המלך
יואליש האט געשריבן:כ'קען דיר געבן ביכער צו ליינען פון יעצט ביז שיתא ימי אלפא. מיין פראגע איז געווען, האסט נישט דיאגנאזירט דעם פאציענט פאר וועם דער שואל פרעגט. ווארשיינליך איז דיין פאזיציע איז "קיינער" טאר נישט נעמען מעדעצינען. דאס איז אן אומאחריות. אין שטארקע קעיסעס ליידן די באטרעפענדע, און די ארומאיגע ליידן. און דאס ברויך אנהאלטן אלעס ווייל ס'איז דא א בוך אויף עמעזאן? דאס אז א פאציענט וויל נישט נעמען נאך דעם וואס א פסיכיאטער האט דאס פרעסקרייבט מיינט נישט אז ער ברויך עס נישט.
דער מענטש קען זיין דארף הילף, נישט פסייקיעטריק דראג, די דראגס העלפען נישט ס'מאכט קליא, אפילו ווען לאמיר זאגען די תוצאה פין קליא מאכען העלפט פאר די מצב איז עס אבער נאך אלץ נישט ריכטיג,
ווען מען פארברענט א מענטש, פארברענט עס אויך אלע מחלות, אבער ס'רציחה, אז איינער צי'מזיק'ט יענעם'ס מוח מיט פילען איז עס קיינמאל נישט ריכטיג, ס'אלע מאל דא נאך וועגען פאר ווער עס וויל אמת'דיג טרעפען, מען מיינט מ'וועט יענעם אנשטאפען מיט פילען אין העלפען אלע פראבלעמען, ס'איז אבער נישט די וועג, אין ס'מאכט אסאך מאל שאדען וואס איז זייער זייער שווער צי צוריק דרייען,
ראה הוזהרנוך !
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:54 am
דורך נולד מאוחר
חזקיה סאיז זייער א נארמאלער זאך ביי א סייקאלאדזשיזט צי זאגן פארן א פאציענט דיין מצב איז זייער ערענסט, רעדן וועט נישט העלפן, נעם מעדיצין.
סווענט זיך ווי ווייט די באטראפנער האלט. למשל איינער וואס איז סאסיידל אדער איינער וואס האט געסנעפט.
אזוי ווי סארדזשערי דארף מען פראבירן צי פארמיידן דאס מערסטע וואס איז שייך. סהאט געוויסע ריסקס אינוואלווד, דאך איז נאריש צי זאגן א מענטש זאל זיך נישט לאזן אפערירן.
דאס איז אבער נישט די נושא דא.
היימישער סדא לאקעל מעדיקל סענטרס וואס פריסקרייבן די זאכן. דארפסט נישט קיין סייקיטריסט, סתם אן אינטערניסט קען געבן.
איז אודאי אינו דומה צי געהעריג דייגנאזן ביי א סייקיטריסט.
די אויפטי איז די פרוי קען לייקנען אז זי האט א פראבלעם ווייל זי קען זיך נישט זען פון די 'נערווען קראנקע'.אויב וויסט צי איר לאקאל דר. גייט עס בהאנדל איז סאך לייכטער אין איר מיינד.
ווענט זיך וואס די מצב איז.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:45 am
דורך פוןדעסטוועגןדאך
חזקיהו,
וואס וועט זיין אז איך וועל דיר ברענגען שטודיעס וואס וועלען צייגען אז מיליאנען מענטשען זענען געהאלפען געווארען? וועסטו דעמאלט אוועקווארפען די ספרים חיצונים פון מענטשען שלא קראו, ולא שנו, ולא שימשו? פון א מענטש וואס האט א דיגרי פון א פרומע רעליגיעזער קאלעדזש, וואס איז נישט עקקרעדיטעד, ברענגסטו א ראיה? ווייל זי ברענגט אפאר עובדות וואס זענען אדער יא אדער נישט געשטויגען און געפלויגען, גייסטו אפווענדען די גאנצע חכמת הרפואה? וואס פארא חכמה איז דאס?
די FDA אפראוועד נאר א דראג נאך שבע חקירות ודרישות. וויפיל אמת'ע חקירות ודרישות האסטו געמאכט?
לאז נישט פאלען קיין ווערטער לייכט. עס וועלען נאך זיין די וואס וועלען מיינען אז יש דברים בגו אין דיינע ווערטער, והקולר יתלה בצוארך.
דאס איז נישט קיין דזשאוק.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 3:53 am
דורך חזקיהו המלך
נולד מאוחר האט געשריבן:חזקיה סאיז זייער א נארמאלער זאך ביי א סייקאלאדזשיזט צי זאגן פארן א פאציענט דיין מצב איז זייער ערענסט, רעדן וועט נישט העלפן, נעם מעדיצין.
סווענט זיך ווי ווייט די באטראפנער האלט. למשל איינער וואס איז סאסיידל אדער איינער וואס האט געסנעפט.
ביי דע וועי איינע פין די אזוי געריפענע
סייד עפעקטס פין SSRI דראגס איז סאיסייד, ס'שטייט אין די
אינסערט פין די דראגס,
כ'וויל נישט אריין אין לאנגע תגובות יעצט, אבער כ'האלט מיר ביי דעם וואס כ'האב געזאגט אז SSRI דראגס איז זייער שעדליך,
די עפראוועל פראסעס פין די עף די עי איז זייער קרופטירט אין די גאנצע סייקיעטריק דראג שפיל איז פאלטשע סייענס, אין ס'נישט מיין אויפטוה
זייער אסאך געזונט עקספערטען האלטען אזוי,
ס'צייט צי אויסוואקסען די קינדערישע געפיהל אז די אפיציעלע עסטאבלישמענט אין די גאווערמענט זענען אלעמאל גערעכט, ס'דא איבער זיי שטארקע אינטערעסען וואס טוישען די פריאריטעטען, אין די תוצאות זענען זייער טרויעריג, ודי למשכיל,
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 3:56 am
דורך טעפל
חזקיהו המלך האט געשריבן:דער מענטש קען זיין דארף הילף, נישט פסייקיעטריק דראג, די דראגס העלפען נישט ס'מאכט קליא, אפילו ווען לאמיר זאגען די תוצאה פין קליא מאכען העלפט פאר די מצב איז עס אבער נאך אלץ נישט ריכטיג
וואס הייסט ס' מאכט קאליע? איך קען לכה"פ 5 מענטשן וואס האבן גענומען נערווען פילן און געפירט א שיינע לעבן, ביז זיי האבן מחליט געוועהן איין שיינעם טאג אז זיי זענען אקעי און אויפגעהערט נעמען און אהיים געקומען יענעם טאג און ס'איז געגאנגען דארט ששון ושמחה מהפכת סדום ועמורה.. און גע'גט, 2 פון דעם נעבעך כהנים!!, גייסטו יעצט זאגן אז זיי זענען קראנק געווארן פון די פיל!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 4:57 pm
דורך Ben-Shishim
@ Heimish Litwak
I belive you are talking about a person who suffers from BiPolar, in that case it is a MUST to get him to a doctor if possible to convince, otherwise he should be taken to a hospital emergency room
@ King Cheskal
seems like you never dealt with a person who suffers from BiPolar, being a long time member with hatzolah, i do invite you to join me on just one of the calls and then and only then i will have you repeat ur silly mind.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 5:02 pm
דורך יאיר
היימישער ליטוואק, איז דא א מעגליכקייט אז דער יעניגער ליידט אויף בארדערליין פערסאנאליטי דיסארדער? אויב יא איז דאס גאר א שווערע פעלד צו איבערצייגן דעם מענטש אז ער דארף הילף, און אין געוויסע שווערע פעלער ממש אוממעגליך.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:17 pm
דורך היימישער ליטוואק
יאיר, איך האב מעיין געווען און עס איז מעגליך אז דאס איז א פערסאנאליטי דיסארדער, אע"פ וואס ביי-פאלער איז אויך נישט אויסגעשלאסן.
איז דען נישטא קיין אופן, מעטאדער אדער טריק זיי צו קאנווינסן?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:21 pm
דורך יאיר
ווענדט זיך וועלכע פערסאנאליטי דיסארדער. איינער וואס ליידט פון עקסטרעמע BPD איז זיין שכל און געפילן אזוי פארדרייט, זיין גאוה איז ביז'ן הימל און זיין זעלבסטווירדע איז ווינציגער ווי זערא, אזא מענטש איז זייער שווער צו קאנווינסן אז "ער" איז גאר דער פראבלעם, כאטש ס'איז מסתמא דא פראפעסיאנעלע טאקטיקן ווי אזוי דאס צו טון. אין אזא פאל איז די וויכטיגסטע אז די וואס ליידן פון אים זאלן באקומען באלדיגע הילף. בכל אופן, מוז דאס גיין דורך א פראפעסיאנעלע טעראפיסט וואס האט עקסטערע עקספיריענס מיט בארדערליין און יאיר פון קאווע שטיבל (אדער סיי וועלכער לעי פערסאן) קען נישט געבן אן אפיניאן.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 9:01 pm
דורך חשבון
ווי נעמט א מענטש די אחריות פון זאגן נישט נעמען? לוי אראן וואלט גענומען וואלטן מיר נאך געהאט די נשמה'לע דא. וועגן עפעס א קליין ביכל איינס פון טויזענט זאל מען פסקענען אזא זאך ? אביסל אחריות!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 9:21 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
אפשר קען מען אנשטעלן אז א חבר פון דעם מענטש (לאמיר אים רופן ראובן) זאל שפילן ווי גלייך ער ליידט אויף דער זעלבער (אדער אן ענליכער) פראבלעם ווי דעם אייגנטליכן מאן דהוא (שמעון). דאן זאלסטו זען אז דער שמעון זאל פארמישט ווערן אין דער "פרשה", מען זאל אים בעטן אז ער זאל זען צו "העלפן" דעם ראובן. אפשר אזוי וועט מען קענען מאניפולירן דעם מצב בהדרגה און מיט שכל אז שמעון זאל מסכים זיין "מיטצוגיין" מיט ראובן צום פסיכאלאג אדער פסיכאטאר. (וועלכער איז נעבעך א רחמנות -- ער ווייסט אליין נישט אז ער נויטיגט זיך אין הילף.)
אויב איז עס א פערסאנאליטי דיסארדעט, ווי יאיר שרייבט, דארף מען זייער אכט געבן, ווייל
יאיר האט געשריבן:איינער וואס ליידט פון עקסטרעמע BPD איז זיין שכל און געפילן אזוי פארדרייט, זיין גאוה איז ביז'ן הימל און זיין זעלבסטווירדע איז ווינציגער ווי זערא, אזא מענטש איז זייער שווער צו קאנווינסן אז "ער" איז גאר דער פראבלעם.
פארדרייט אויף אזוי ווייט, אז ער וועט צוזאמברענגען הימל און ערד כדי זיך אליין איבערצוצייגן אז אפילו יתכן אז ס'איז בכלל דא עפעס א פראבלעם, האט עס זיכער גארנישט מיט אים. יענער איז שולדיג, די אומשטענדן זענען שולדיג אא"וו. א פערסאנאליטי דיסארדער קען פירן א מענטש אפילו זיך איינצורעדן אז ער האט אן אנדער פראבלעם, אויב יענץ איז עפעס מיט וואס ער איז מער באקוועם צו לעבן. במילא דארף מען גאר גאר אכט געבן וויאזוי אויסצוארבעטן די שפיל אז דער מאן דהוא זאל נישט כאפן.