בלאט 1 פון 1

בדיקת חמץ אין די קלאזעט'ס

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 9:58 am
דורך גוטע פינטעלך
איך האב געוואלט פרעגען ווי אזוי דער עולם פירט זיך, אויב מען איז בודק די גאנצע הויז אלע פארמאכטע פלעצער אזוי ווי עס שטייט אין שלחן ערוך אז מען איז מחויב צו בודק זיין בחורין ובסדקין וכו', למשל די אלע קלאזעט'ס אדער פורניטשער ווי מען האלט וועש אדער טויס און זיי זענען נישט בכלל מקומות 'שאין מכניסין בהם חמץ', ווייל עס מאכט זיך אז מען זאל אינמיטען עסען ארויסנעמען פון דארט זאכען אדער די קינדער דרייען זיך דארטען מיט עסען.

אויב יא, איז עס נישט פשוט אלעס איז שוין שיין צוזאמגערוימט צוזאמגעפאקט, און ליל בדיקת חמץ קומט מען מיטען ליכט'ל מען דרייט אלעס איבער - מען דארף דאך זיכען בחורין ובסדקין, און אויך דויערט עס לכאורה זייער זייער זייער לאנג אויב מען איז בודק אויף אזא אופן.

אויב נישט, וואס איז די היתר?

איך האב געקלערט אז היות היינטיגע צייטען רוימען דאך די חשובע פרויען אדורך יעדען חור וסדק כפשוטו, אויב קען מען נישט אריינגיין מיט עפעס א כלי ניקוי אינעם לעכעל באגיסט מען עס מיט 'בליטש' 'עמאניע' 'סעינט מאריטץ' 'איזי אוף' ועוד ועוד באופן אז עס איז שוין זיכער נפסל מאכילת כלב ואפילו מאכילת מוריטשקעס, ממילא זענען דאך די אלע מקומות נישט הארבער ווי א 'לול של תרנגולים' וואס דארף נישט קיין בדיקה, וויל אויב וואלט ווען דארט געווען חמץ וואלטען עס ווען די הינדלעך וואס זענען דארטען מצוי אויפגעגסען (זעה ש"ע או"ח תל"ג ס"ו), די פרויען מיט זייער חזקת קלינען זענען לכאורה פונקט אזוי שטארק ווי די חזקה אז די הינדלעך וואלטען עס אויפגעגסען.

אבער דא עקא, איך האב געזאגט מיין חידוש פאר מיין קליינעם אינגעל, זאגט ער מיר "טאטי, איך מיין אז עס איז דא א קלארע גמ' פארקערט פון דעם" איך וואונדער זיך וואספארע גמ' ווייסט ער שוין פארקערט, זאגט ער מיר ער לערנט יעצט מס' ברכות, און ער האט גלערנט דארט אין דף כ"ב ע"א אז עס שטייט "שלא יהיו ת"ח מצויין אצל נשותיהם כתרנגולים", און זיין מלמד האט נישט געזאגט געהעריג פשט, אבער יעצט פארשטייט ער שוין, אז די גמ' מיינט צו זאגען אז א פרוי איז נישט אזוי מצויה אזוי ווי תרנגולים זענען מצויין, דהיינו אז הינדעלך זענען מצויין אין שטייג ממילא איז זיכער אז זיי וועלען אויפעסען די חמץ משא"כ פרויען זענען נישט מצויין אזי שטארק אין די הייזער פאר פסח מאכען.

נו איך בין געבליבען געפלעפט אז מיין זין איז אזא ת"ח מבין דבר מתוך דבר, איך האב עם נישט געהאט וואס צו ענטפערען, זיין רבי האט דאך נישט אויסגעלערנט די ריכטיגע פשט ווייל מען טאר דאך גארנישט וויסען, נו וועל איך עם גיין אויפקלערן.

עכ"פ וואס טוט מען ווי אזוי איז מען בודק די אלע פלעצער?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:13 am
דורך דולה ומשקה
אין הגדל של פסח - אבן ישראל פון הגאון האדיר רבי ישראל יעקב פישער שליט"א ראב"ד ירושלים עיה"ק שטייט אז ער האט נישט בודק חמץ געוועהן דעם קאך (קיטשען), וטעמו ונמיקו עמו, היות אלסדינג דארט איז כשר לפסח, והא ראי' אלעס איז שוין גע'כשר'ט, איבערגעדעקט, אין מ'קאכט שוין דארט פאר די ליל הסדרים, איז נישט דא קיין סיבה צו גיין זוכן דארט פאר חמץ, משא"כ אנדערע פלעצער פון דער הויז האט דאס נישט, דארף מען יא בודק חמץ זיין.

ס'האט א אמת דערין, ווייל דער הרגשים פון דער מענטש זאגט, אדרבה, ערשט דארט דארף מען בודק חמץ זיין דער מערסטע וואס נאר שייך.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:20 am
דורך געפילטע פיש
געפעלט מיר דיין זונ'ס פשט, וואס וועט ער אבער טוהן מיטן ת"ח? ווי קומט עס אריין?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:21 am
דורך ודי למבין
איך האב נעכטן געליינט א דרשה פון עפעס א רב (דאכטס מיר די אונגווארער רב שליט"א) אזס דער וואס פארלאזט זיך אויפן בני בית ביים בדיקת חמץ איז אן עם הארץ אזוי ווי מנוח וואס הלך אחרי אשתו.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:37 am
דורך ר' שמחה
דולה ומשקה האט געשריבן:אין הגדל של פסח - אבן ישראל פון הגאון האדיר רבי ישראל יעקב פישער שליט"א ראב"ד ירושלים עיה"ק

זללה"ה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:56 pm
דורך גוטע פינטעלך
יאנקל האט געשריבן:עס איז א דבר פשוט אז א "מקום שאין מכניסין בו חמץ" מיינט אן ארט וואס מ'האט נישט דארטן געברענגט קיין חמץ זינט מ'האט דארטן דעם לעצטן מאל גוט אויפגערוימט.


יאנקל, לכאורה אויב די 'גוט אויפגערוימט' איז פארגעקומען אין די שלושים יום פון יו"ט פסח העלפט נישט דאס רוימען אליינס, וויבאלד ס'האט שוין חל געווען א חיוב בדיקה, נאר אויב מען געט עס אויך א באקוק מיט א ליכטל (אפילו אינמיטען טאג) איז עס גענוג. מיין שאלה איז אויב מען האט עס נישט באקוקט וכדרך רוב העולם אז די ווייבער רוימען און מען באקוקט נישט מיט קיין ליכט, אויב עס איז דא עפעס יישוב פארוואס מען קוקט נאר אזוי אויבנאויף אין אלע פארמאכטע פלעצער.

אינטער די אלע גרויסע כלים וואס מען רוקט אוועק (לפנים משורת הדין) ווי למשל פרידזשעי"ר געי"ז רעינדז"ש וכדומה האב איך שוין לאנג אנגעזאגט פאר מיין חשוב'ע פרוי אז זי זאל עס אויך באקוקען מיט א ליכט.

במה דברים אמורים אין די שלושים יום, אויב אבער האט מען אויפגערוימט פאר די שלושים יום, מעגליך אז די ביסט גערעכט, און מען דארף נישט קיין בדיקה דארטען, וויבאלד בשעת עס פאנגט זיך אן די חיוב בדיקה איז עס שוין געווען א מקום שאין מכניסין בו חמץ.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 3:05 pm
דורך למדן
אויב איז א לייט גענוג ווי א ליכט און מ' קען בייטאג אויך איז דאך שוין אלעס בדוק, יעדער קוקט דאך איבער נאכן זויבערן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 3:05 pm
דורך גוטע פינטעלך
געפילטע פיש האט געשריבן:געפעלט מיר דיין זונ'ס פשט, וואס וועט ער אבער טוהן מיטן ת"ח? ווי קומט עס אריין?


קודם, אין משיבין על הדרוש, ועוד נאר פסח ביינאכט איז דא א חיוב פון "ואף אתה אמור לו".
עס קען אבער זיין אז נאר ביים ת"ח איז זיין ווייב נישט אזוי גוט ווי די תרנגולות אבער פאר די ע"ה איז עס גענוג.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 3:13 pm
דורך גוטע פינטעלך
למדן האט געשריבן:אויב איז א לייט גענוג ווי א ליכט און מ' קען בייטאג אויך איז דאך שוין אלעס בדוק, יעדער קוקט דאך איבער נאכן זויבערן


זייט ווען קוקט יעדער איבער מיט א לייט?, אויב מיינסטו סתם ווייל די ליכטיגקייט פון טאג שיינט און מען קוקט עס דעמאלטס איבער, דאס איז נאר גענוג אויף א "אכסדרה" אדער כנגד ארובה (א סק"יי ליי"ט בלעז) וכדומה וואס די זון שיינט זייער שטארק (זעה און ש"ע או"ח סי' תל"ג ס"א).

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 5:22 pm
דורך למדן
די לעקטערס וואס שיינען אין יעדן צימער איז נאך אזוי שטארק ווי די וואקסענע ליכטל (נישט ח"ו מבטל צו זיין די הלכה אויף אור לארבעה עשר, אבער אויף שלשים יום קודם בדיעבד דארף עס גענוג זיין) פונקט ווי מ' איז מתיר מיט א פלעש לייט,
העכסטענס האב איך אמאל געהערט פון א דיין אז מ' זאל איבערקוקן מיט א פלעש לייט נאכן רוימען

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 5:49 pm
דורך יאיר
די שאלה איז צו מען איז יוצא אן דעם הילצערנעם לעפל.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 6:30 pm
דורך גוטע פינטעלך
למדן האט געשריבן:די לעקטערס וואס שיינען אין יעדן צימער איז נאך אזוי שטארק ווי די וואקסענע ליכטל (נישט ח"ו מבטל צו זיין די הלכה אויף אור לארבעה עשר, אבער אויף שלשים יום קודם בדיעבד דארף עס גענוג זיין) פונקט ווי מ' איז מתיר מיט א פלעש לייט,
העכסטענס האב איך אמאל געהערט פון א דיין אז מ' זאל איבערקוקן מיט א פלעש לייט נאכן רוימען


למדן, לכאורה כאפסטו נישט אז עס איז דא א חילוק צווישען דירעקט לייט און כלליותדיגע לייט, איך מיין אז לפי הל' בדיקה איז נישט גענוג מען קומט אריין אין שטוב מיט א ליכטל און מען קוקט, נאר מען דארף צוגיין מיטען ליכטל [אדער א פלעשלייט] צו יעדען ווינקעל און לעכעל און שעלף וכדומה און דארט באשיינען דירעקט. ווייל אויב איז גענוג סתם ליכטיגקייט און שטיב איז דאך א 'אבוקה' בעסער, אלא מאי מען דארף דירעקט לייט בכל חור וסדק, און סתם א לעקטער פון שטיב איז נישט קיין דירעקט לייט.

[פ.י.א.[ FYI] איך באקוק אויך נישט טיף אין אלע קלאזעט"ס, איך וויל נאר פארשטיין דעם מנהג שנהגו].

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 6:39 pm
דורך יאיר
נקודות טובות, א היינטיגע באלב איז דען נישט לכל הפחות אזוי שטארק ווי די זון שיין פון אן אכסדרא?

ענטפער צו גוטע פינטלעך

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 2:24 pm
דורך berlbalaguleh
איך ווייס נישט וועלכן פשט דו לערנסט אין די גמ' אין מס' ברכות. אבער איין זאך ווייס איך יא. א שטוב וואו ס'איז דא א חשש אז מ'קען טרעפן א שטיקל טשיז קעיק צווישן די שבת'דיגע העמדער דארף מען נישט מורא האבן אז די העמדער און אנדערע אונטערוועש, וועלכע זענען געווען שיין מסודר וועלן ווערן צו ווארפן. ווייל זיי זענען ממילא נישט צוזאמגעלייגט אין א סדר. אין א יעדע מסודר'דיגע שטוב איז נישט דא קיין מציאות אז ס'זאל זיין חמץ צווישן די קליידער. ממילא דארף מען נאר זוכן ארום דעם קלאזעט, אבער נישט אינווייניג.

בין איך דער איינציגסטער?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:37 pm
דורך למדן
בין איך דער איינציגסטער וואס מיינע קליינווארג דרייען זיך מיט חמץ א גאנץ יאהר (ביז חודש ניסן) און עפענען לעדלעך מיט שיין צאמגעלייגטע העמדער און אונטער וועש אומגעבעטן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 6:16 pm
דורך גוטע פינטעלך
די ביסט נישט דער איינציגער ביי מיר פאסירט דאס אויך, פון אנהייב פלעגט אפשר גיין צומאל קולות, אבער היינט ב"ה לאזט מען די קליינע רואיג אומגעשטערט זיך ארומדרייען כרצונם הטוב (כמעט), כדי נישט צי פרעשורען די קליינע חוץ זאכען וואס מען מוז.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:41 pm
דורך קינות גירושין
יאיר האט געשריבן:די שאלה איז צו מען איז יוצא אן דעם הילצערנעם לעפל.

אוי עפנסטו יעצט אויף א קען מיט ווארעמס כגדענק נאך ווען דער בלאט האט חוזק געמאכט פון דעם האלצענע לעפל אוי האבען זיך די זאליס באלעקט דערמיט הלמאי .....