ביבער- א פארגאנגענהייט

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
[NAMELESS]

ביבער- א פארגאנגענהייט

שליחה דורך [NAMELESS] »

די זעלבס מארד פון גשוסטין ביבער איז אסאך מער פון סתם א טינעידשער וועלכע וויל בועט זיין, אויב וועט ער זיך נישט כאפן באצייטנס וועט דער ווינדער אינגל ווערן זייער שנעל צו נאך א פאפ אפגאט וועלכע האט געהאט א טראגעדישע ענדונג.

לאמיר זעהן וואס די צוויי חדשים פון ביבער האט אונז פארשאפט. געשלאגן זיינע לייבוועכטער, ברעכן אויפן סטעידש (וועלכע זיי האבן פארענטפערט אז עס קומט פון פאדארבענע מילך), בילדער מיט דשוינט (דראגס), און א נאקעטע בילד ווי די אידן האבן גערוהט, קומען זייער שפעט צו א קאנצערט אין לאנדאן, עלטערן פון קינדער דארט וועלכע האבן אים געוואלט צורייסן, און פאריגע וואך מכות מיט א לאנדאנע פאפאראצי פאטאגראפירער. נישט שלעכט פאר א 19 יעריגע צוציק.

שווער צו זאגן אז מיר האבן דאס נישט געזעהן קומען, לאמיר אוועקלייגן וואס זיינע ווארטזאגער און ארומיגע זאגן מיט אביסל סקעפטיזם. אלע ראיות ווייזן אז דער בחור האט דאס איינמאהל פאר אלעמאל פארלוירן. ער האט זיך טאקע נישט איינגעשפארט אין זיין דירה, נישט געווארן אפגעשטעלט פארן דרייוון אינטער די השפעה פון מינים ממינים שונים, נישט פארברענגט א נאכט אין תפיסה, און אויך נאך נישט אפגעשוירן זיין האר. אבער א קליינע בליק וואס עס איז נאר געשטאנען איבעראל אין די לעצטע צוויי חדשים ווייסט מיט א זיכערקייט אז וואס איז געווען וועט שוין נישט זיין. א נייע תקופה הייבט זיך אן.

אויפן פלאץ פון א זיס קינד (אדער אומדערטרעגליך, ווי אזוי ענק ווילן נאר) וועלכע זינגט אוי בעבי בעבי, איז ארויסגעוואקסן א אינגער מחוצף (אדער נאך מער אומדערטרעגליך), וועלכע איז לכאורה גארנישט אנדערש פון יעדע 19 יעריגע יוגענטליכער אין אמעריקא. פראבירן אביסל דא און דארט דראגס, טרינקן מער וויפיל ער קען (און זיך באקענען מיט זיינע קישקעס), אביסל געשלעגערייען דא און דארט, און נאקעטע בילדער אויף טוויטער. לאמיר זאגן אזוי, ביבער איז נישט דער ערשטער נערמאלע יוגענטליכער וועלכע פירט זיך אויף אזוי, די פראבלעם איז- ביבער איז נישט קיין נערמאלע יוגענטליכער טינעידשער. און דא שטעקט די פראבלעם.


גשוסטין ביבער איז היינט איינע פון די מערסטע באקאנסטע פארשוינען פונעם פלאנעט, מיט זיינע קליינע הענטעלעך דרייט ער אן אינדארסטרי פון ביליאנען דאלער, וועלכע פאדערט אסאך פרעשור און מוח. זיין טאג טעגליכע לעבן פאדערט א גוטע אסטראטעגיע און א גוטע ביזנעס פלאן וועלכע קען קוקן אפאר טריט ווייטער. גערעכט, עס וועט זיין נעריש צו טראכטן אז ער האט סיי וועלכע קאנטראל אויף די גאנצע ביזנעס. לכאורה איז ביז א געוואוסע פוינט אין זיין לעבן אלעס געווארן אויספלאנירט און אויסגערעכענט, אלעס האבן זיינע פראדעצירער און מענידשערס קאלטבלוטיג אויסגערעכענט פאר אים. אבער די הצלחה זיינע פון די לעצטע 5 יאר, ווייסט אויף א ריזיגע דרייוו וועלכע ער האט, א געוואלדיגע אמביציע וועלכע ער פארמאגט, און אביסל מער שכל פון סתם זיין א פאפי אויף די סטעידש פאר אנדערע מענטשן.

אין אנדערע ווערטער, א פאפי אויף סטרינעס צו נישט, ביבער האט אין די לעצטע פאר יאר גע׳ארבעט אסאך שווערער פון סיי וועלכע בחור אין זיין יארגאנג. און געפינט זיך אינטער פרעשור און דרוק וועלכע נאר איינער וועלכע קען נישט האבן א מינוט מנוחה, און דארף אויפבויען אזא אפגאט, און נישט האבן קיין פריוואטע מינוט אין זיין לעבן, נאר אזא איינער קען דאס פארשטיין. דעריבער טאקע פארדעם, טאקע ווייל ער פילט אן גאנצע סטעדיומס מיט בחורים און מיידלעך וועלכע וויינען און שרייען פאר אים, וואלט אדער ער אדער זיינע פראדעצירער געדארפט נעמען אין אכט אז זיין טינעידש ווידערשפעניקייט איז אסאך שווערער פון סיי וועלכע אנדערע טינעידשער.



מען דארף נישט זיין די וועלטס גרעסטע חכם אדער פסיכילאג צו פארשטיין ווי אזוי דער ביבער איז געווארן פון א ווינדער קינד צו א מענטש מיט ערענסטע פסיכילאגישע פראבלעמען. ווען מיידלעך וויינען ווען זיי שרייען דיין נאמען פון ווען דו ביסט שוין 15 יאר אלט, אין די יארגאנג ווי יעדער זיכט זיך זיין היראו און מענטש וועם ער וויל נאכמאכן, איז נישט דא קיין ספק אז דער בשבילי נברא העולם ווערט ביי אים זייער שטארק, זיין איגאו און גאווה ווערט אזוי הויעך אז קיינער קען אים נישט אראפנעמען פון דעם, און ער גלייבט שוין אליינס אז ער איז די אפגאט וועלכע זיינע פראדאצירער האבן פארקויפט פאר די מאסן. די 38 מיליאן פאלא'ערס אין טוויטער איז באמת זייער זיס און מאכט דיר פאר איינע פון די וועלט באקאנסטע מענטשן אין די פלאנעט- פרעג נאר פאר יוסי געשטעטנער און אנדערע אידישע WANNA BE וועלכע פרייען זיך מיט די עטליכע טויזענט צו גאר פאלא'ערס וועלכע זיי האבן. טאקע א שאד אז אין די צייט פון זיין לעבן האט ער באשלאסן אלעס אראפצווארפן און אויסרופן: פאק איט, איך בין א טינעידשער און לאז מיר זיין.



עס איז נישט קיין סוד אז די צייט וואס אזא יונגע שטערן בלייבט אין די הייעך איז נישט מער פון 5-7 יאר (איינער געדענקט דא עמית ליסוואנט?), די המשך פון זיין לעבן ווענדט זיך אין אים און אין זיין מעגליכקייט צו טוישן מוזיקאליש און אין זיין אויסשטעל. אפילו אויב זיין קויל וועט זיך נישט טוישן עפעס דראסטיש, און אפילו נישט ווייניג ליבהאבער וועלכע וועלן אים נאכלויפן צוליב זיין חסד נעורים, די גאנצע ביבער משוגעת וועט פאלן אין די קומענדיגע 2-3 יאר, אפילו ער וועט נישט פארשטיין פארוואס און וואס און פארוועם ער זינגט בכלל. זיין גאנצע סוד פון זיין ציענדיגקראפט (פאר ווער עס האט עס, אדער פאר די וועלכע האבן אים אויסגעוועלט פאר א גאנצע שטערן און קינסטלער) איז געווען זיין זיסע שמייכל און אומשולדיגע אויסקוק וועלכע האט געגעבן פאר אסאך יוגענטליכע זייער זעלבסזיכערקייט מיט זיינע ליבע ניגונים. ביבער איז געווען די פאנטאזיע פון די אלע אלע קינדער און יוגענטליכע.


די פראבלעם וועלכע שטייט פאר דעם גאלדענעם שטערן איז למעלה א דאפעלטע: פון איין זייט זענען זיינע פענס (בלע"ז) שוין עלטער געווארן און זיי גייען אנפאנגן צו זיכן מער אינטערעסאנטע און ציענדיגע שטערנס, און ווער ווייסט? אפשר בעסערע אין קוואליטעט. פון די אנדערע זייט, אויב וועט ער וועלן ווערן מער אויפשטענדלעריש און ווילד, ווארט אים אפ א שווערע פילד מיט גרעסערע און שמיציגערע און שטערקערע ווי אים. ביבער גייט זייער שנעל געווארן אז זיין קראפט און גלאנץ הייבט אן אינטער צו הינקען. פינקט ווי עס איז אוועקגעגאנגען פון מקאלי קלעקין, די קריס קראס קינדער, און נאך אנדערע. אמת, עס איז די אפציע אז ער זאל ווערן ווי דרעו בערימור איז אפשר גוט טיארעטיש, אבער אין מציאת איז עס נישט מעגליך. אפילו שוין אלס מיידל האט בערימור געהאט מער אן אינטערעסאנטע און שווערע לעבן, איר אינגע שווערע יארן האבן אסאך צוגעגעבן צו איר חן, על כל פנים מער פון א ווילדע בעל גאווה וועלכע שטייט אין זיין טינעידש יארן.

די מינוט וואס ביבער האט געשלאגן דעם בריטישן פאטאגראפירער, פארשטייט זיך ווערנדיג פארלוירן פאר א סקונדע, דאס איז געווען א מינוט וועלכע האט איבערגעדרייט ביבער'ס לעבן, און ער ווייסט דאס אפילו נישט. דאס צוזאמשטויס צווישן סעלעברעטיס מיט פאפאראצי וועלכע מאכט משוגע, איז א זאך וועלכע אלע סעלעברעטיס ליידן דערפון, אפילו ביבער ווייסט די מציאת זייער גוט. ביבער האט אנגעפאנגען צו גיין אין די פיס טריט פון בריטני ספירס און צו וואס זי האט געטוהן צו איר אין 2006, און קען אפילו זיין אז די ברעקונג פוינט גייט זיין אסאך שווערער פון בריטני. ווען בריטני איז באקאנט געווארן איז זי שוין געווען 18 יאר אלט, זי איז שוין געווען עלטער פון ביבער ווען ער איז באקאנט געווארן, און מיט דעם אלעם האט זי נישט געקענט אויסהאלטן די אינערליכע דרוק וועלכע זי איז געווען אינטער, אין א בליק אויף צוריק קען איר יעדער פארשטיין און עס מאכט אסאך סענס, און זי האט זיך שוין ב"ה צוריקגעכאפט און געווארן צוריק נערמאל אבער די שאדן וואס זי האט זיך אנגעדרייט קען זי קיינמאל נישט אויסמעקן. ביבער איז אין אסאך א שווערע צושטאנד, די סאציאלע מידיא איז היינט אסאך גרעסער און עס איז אסאך מער אינטערדרוקענדיג. און חוץ פון דעם וואס היינט קומען און גייען שטערנס ווי די שוואמען נאך א רעגן. יעדן טאג א צווייטער גייט ארויף און אראפ. פרעג פאר מייקל דשעקסאן ווי שווער עס איז געווען אנצוהאלטן די מאמענטום און ער האט נאך געטויגט דערצי.

(איבערגעטייטשט פון NRG)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איךזע נישט פארוואס ביבער איז א פארגאנגענהייט, לכל היותר וועט ער פשוט האבן א לעבן אזוי ווי אלע סעלעבריטיס, דראגס, ****, צוברעכן און אויפבויען רילעישאנשיפס יעדן צווייטן טאג, אא"וו.
האדם לא נברא אלא להתענג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ער פארלירט אסאך פאלא'ערס (נישט אין טוויטער- אין לייף), פון די 5 געשוואוירענע חסידים זיינע וואס איך קען, 2 האבן אים היינט פיינט, 1 קערט נישט, און נאר צוויי האבן אים נאך ליב.
ליין אין טוויטער וואס זיינע (געוועזענע) פענס שרייבן היינט אויף אים. ער גליטשט זיך יעצט אראפ זייער א גראדע וואנט אראפ
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

אגב, Justin אויף אידיש איז יוסטין.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
קעצעלדיג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 4:53 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך קעצעלדיג »

דזשוסטען שרייבט אויף זיין טוויטער... (דורך א בילד) אין די פענס בלייבן ווייטער פארקויפט

די לעצטע שטיק צייט האלט מיר מיין טיעם אין איין זאגן "האלט די פרעסע צופרידן" אבער איך בין שוין מיד פון די צאללאזע לגיונות אין די פרעסע יעצט. זאגענדיג אז איך בין אין ריהעב און מיין משפחה איז דיסעפאוינטעד אין מיך. מיין משפחה איז מער ווי שטאלץ, און גארנישט איז געזאגט געווארן דורך זיי, מיינע עלטער-עלטערן וואלטן נישט געוויסט וויאזוי אנציקומען צו די מידיע אפילו זיי וואלטן געוואלט, אלזא דאס איז א ליגענט און ריהעב קאמאן. אויב איינער גלייבט אז איך ברויך ריהעב איז דאס יענעמס אייגענע טיפשות לאל איך בין 19 יאר אלט און איך פארמאג פינף נומער איינס אלבאוים'ס, כ'בין 19 און איך האב שוין געזען די גאנצע וועלט, כ'בין 19 און איך האב דערגרייכט מער וויפיל איך וואלט נאר געקענט אמאל חלום'ן, איך בין 19 און עס מוז זיין שרעקעדיג פאר געוויסע מענטשען אז דאס איז נאר די אנפאנג. כ'ווייס מיין טאלאנט שטאפל, און כ'ווייס מיין קאפ איז גראד אין פלאץ. כ'ווייס ווער איך בין און כ'ווייס ווער איך בין נישט אין מיין מעסעזש איז צו גלייבן. מיינע אלבום'ס וואלטן געקענט זיין וועגן סיי וואס אבער מיינע מעסעדזשעס זענען געווען קיינמאל זאגן קיינמאל און גלייב, נישט צו גלייבן אין מיר נאר גלייב אין דיר אליינס... עס גייט מיר באמת נישט אן אויב דו גלייבסט נישט אין מיר ווייל איך גלייב אין מיך, מיינע חברים גלייבן, מיין משפחה גלייבט. מיינע אנהענגער גלייבן, און קוק ביז ווי דאס האט מיר געברענגט... איך שרייב דאס יעצט מיט א שמייכל אויף מיין געזיכט און ליבשאפט אין מיין הארץ. לאזענדיג דיר וויסן ערשט האנטיג וויאזוי איך פיהל באמת אנשטאט צו לאזן די מעשה וואקסן. איך בין א גוטער מענטש מיט א גרויסע הארץ. און זאלסט נישט טראכטן אז איך פארדין די נעגעטיוויטעט אין די פרעסע כ'האב אראפ גערבעט מיין אינטן אנציקומען ווי איך בין און מיין שווערע ארבעט שטעלט זיך נישט אפ דא... דאס אלעס איז נישט גרינג. איך ווער אויפגעברויזט צומאל. כ'בין נאר א מענטש. איך גיי מאכן טעותים. און דורך דעם גיי איך וואקסן און ווערן בעסער. אבער די אלע ליבשאפט פון ענק שטייגט איבער די נעגעטיוויטעט. איך האב ענק ליעב. א דאנק.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

יאיר האט געשריבן:אגב, Justin אויף אידיש איז יוסטין.

Justin איז נישט א ווארט. ס'א נאמען. סוי אין אידיש שרייבט מען זיין נאמען דזשאסטין.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

כ'בין געווען זיכער אז מ'רעדט דא פון די סאלקא ווייכע ביבער הוטן, אז זיי זענען היינט שוין א פארגאנגענהייט.
ממי, האסט געהאלטן ווארט אז ס'קומט א גוטס, און ס'איז טאקע גאנץ אן אינטערעסאנטע נושא.
איך האב נישט וואס צו צולייגן מער ווי: הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם.
מעל גיבסאן, שאן פען, בריטני ספעירס, מייקל דשעקסאן, מארלין מאנרא, עלוויס פערסלי, וויאזוי הייסט ער דארט פון די דארק נייטס, טשארלי שין, עננע ניקל סמיטה, וויטני יוסטאן, לינדזי לאוען, יוכיחו!
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

און איך האב זיך נאך איינגערעדט אז justin will buck the trend.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
קעצעלדיג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 4:53 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך קעצעלדיג »

עס דערמאנט מיר פון עטליכע יאר צירוק ווען קריס בראון האט צומאזיקט און צובלוטיגט זיין דאן-מיידל-פריינד ריהאנע. און די וועלט האט זיך איבערקערט זיינע פענס האבן נישט געוואלט הערן פון אים די אסאך ראדיא סטאנציעס האבן אויפגעהערט שפילן זיינע ניגונים, בקיצור מ'האט געשמיעסט אז ער איז פערטיג פאר אייביג. און היינט צוטאגס איז ער צירוק אויף די ליסטע פון די העכסטע צוואנציג אויף די הייסע הונדערט. און נישט נאר דאס נאר ער האט זיך צירוק פארבינדן מיט ריהאנע אין א רילעשענשיפ
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

Now that you're 19 years old, Justin Bieber, it's time for us to have The Talk. No, not the one about the birds and the bees: The one about Lindsay Lohan.

See, Justin, we saw that rant you posted on Instagram -- yes, the one you quickly deleted -- about how everybody should lay off you. You wrote that you were "tired of all the countless lies in the press," specifically the stories that claim you're out of control and headed to rehab. You wrote that you're "a good person with a big heart," that you have "worked your ass off" and "accomplished more than I could've dreamed of," and that you don't deserve to be criticized. Then you said that haters should stop "comparing me to Lindsay Lohan," and made a joke about her money problems.

In other words, you think Lindsay Lohan is a train wreck, while you're on top of the world. You could never end up like that, you think. But oh, Justin -- you are venturing dangerously close to Lohan territory right now. This, right now, is your reality check.

Let's start with your recent behavior. Since January, you've been photographed smoking weed and groping a young fan. You were seen running around London half-naked and wearing a gas mask. You threw a temper tantrum on your birthday when a trendy club wouldn't let your underage friends come in to party. You attacked the paparazzi. You showed up late to one show and cancelled another. You collapsed onstage and ended up in the hospital. Do you get why people might be worried?

The more troubling thing, though, is how you've reacted to these situations. The way you handled the pot-smoking pictures, with a Twitter apology and a sheepish SNL joke -- that was classy. But getting angry at every criticism and false report, claiming that you don't "deserve" that kind of treatment because you work so hard? That, sir, is ridiculous.

Your Instagram rant reminded us of the things Charlie Sheen said during his infamous meltdown. The whole time, he was insisting he was a rock star, totally in control of his life, and being unjustly persecuted by the media. Meanwhile, it was obvious that his substance abuse problem and personal life were out of control. Lindsay Lohan, too, likes to play the "media martyr" card. Whatever mess she gets into, she inevitably insists that she's totally fine, it wasn't her fault and she's being unfairly targeted because of who she is. You obviously don't believe Lindsay when she says these things, given your joke. So why should anyone believe you?

Let's say the media is totally wrong about you, and you're on the straight and narrow. What does it benefit you to complain about the false reports? Alternately, let's say you're indulging in a wild-child phase, and you think that's your right because you're 19. Okay then. Why should you care what anybody else thinks?

The fact is, there's only one way to change people's minds about salacious tabloid reports: prove them wrong. If you change your behavior, the rumors will stop hounding you. Right now, your Twitter complaints say one thing, and your erratic actions say another. Moan about the press all you want, but you're the one feeding the beast.

And maybe you don't care what we have to say to you, which is fine. But hear us out on one last thing. When you start believing that the press has a personal vendetta against you, and when you start believing that you deserve special treatment because you're better than other people -- that's the moment you lose control of your career.

Right now, you are so dependent on maintaining a perfect image and earning the fans' love that you're blind to what's actually happening in your life. Forget the fame. Forget the media. Be true to yourself. Go away and get help if you need it; the fans will still be there. Otherwise you're headed for a vicious spiral of people-pleasing and crazed behavior that too many child stars have experienced.

Please don't be that guy, Justin. The world has enough Charlies and Lindsays as it is.
האדם לא נברא אלא להתענג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייער שיין געשריבן, ווער איז דער מחבר?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

זיין ליבלינג האט איהם איבערגעלאזט, דאס קען מיינט אז דער אייזבערג איז סאך גרעסער אונטער דער וואסער ווי העכער.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די סקאנדאל איז, אז איבעראל טראכט ער פון זיך. אפילו ווען ער גייט צו אנא פראנק, איז אויך נאר וועגן אים. סעלפיש בלע״ז.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך פאנג אן פארשטיין וואס מ'זאגט אז ווען א קליין בעיבי זאל ווען האבן שכל איינצוזעהן ווי אומבאהאלפן (און וואספארא קינדישקייטן ער טוט) וואלט ער געשטארבן פאר צער.
טאקע א רחמנות אויף דזשאסטין. שטעל דיך פאר מ'וואלט מיר אויסגעפראקט [זייענדיג א אינגל] אין די איד אונעם בלאט, אז ווארטענדיג אין די רייע צו כאפן א ביסקיסע, אין ס'מעדערש, (טאנצענדיג מיט די הענט אין הויזן טאש) האב איך מיר אריינגעכאפט פאר א צווייטן וואס איז געשטאנען פאר מיר.
סעלפיש!!!..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יענקל, ביז גערעכט. אבער אזוי גייט די וועלט.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

ביבער ריטייערט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

ונבנתה העיר האט געשריבן:ביבער ריטייערט.

ביי די 18 קען מען ריטייערען?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

מסתמא פלאנט ער נישט צו נעמען סאשעל סעקיוריטי.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ס'איז אזוי ווי אוועקגיין פון קאווע שטיבל פאר אפאר וואכן כדי צו באקומען אטענשין. זה הוא ולא יותר.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

אויב גייט ער נישט זינגען, ביז א אפאר יאר ארום ווער וועט איהם אנקוקן?
לך לך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 339
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:51 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך לך לך »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:ס'איז אזוי ווי אוועקגיין פון קאווע שטיבל פאר אפאר וואכן כדי צו באקומען אטענשין. זה הוא ולא יותר.
:lol:
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:ס'איז אזוי ווי אוועקגיין פון קאווע שטיבל פאר אפאר וואכן כדי צו באקומען אטענשין. זה הוא ולא יותר.

כמו שכתבתי בסעיף ד'

viewtopic.php?f=10&t=5465
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
פארשפארט