די קנאים'ס בליק אויפן נייעם קאליציע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
וואלפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 10:26 pm
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

די קנאים'ס בליק אויפן נייעם קאליציע

שליחה דורך וואלפה »

יעדער האלט מן הסתם מוט אז ביבי האט צוזאם געשטעלט זיין קאליציע פון ליכוד, לפיד, בנט, און לבני. און די חרדים- ש"ס און אגודה זענען נישט ווי בדרך כלל אריינגענומען געווארן אינעם רעגירונג.
עס ווארט נישט קיין האניג פאר אחינו בני ישראל אין ארה"ק בכלל - גיוס בני ישיבות, קנאים אריין גערעכנט.( איך גיי נישט אריין אין די שמוס צי דינען אין מיליטער איז א פראבלעם צו נישט, איך רעדט יעצט לגבי וואס רוב עהרליכע יודען אן קיין ספעציעלן מיינינגען ציטערען פאר דעם)
און בפרט פאר - כמעט אלע - וואס די מדינה שטאפט זיי מיט געלט.
גייענדיג צווישען אגודה'דיסטן זעהט זיך אן א שטארקע אנגעצויגענקייט וואס עס וועט למעשה זיך אויסקאכען. מען פארלאזט זיך אויפן בש"פ און מען האפט אז די קעגענזייטיגע קאליציע וועט אן האלטען פון תענית אסתר ביז פורים,
אבער הקב"ה דארף נישט צוקומען צי קיינעם'ס עצות .
וואס עס האט מיך געמאכט אויף צי מאכען מיין ערשטע אשכול - כאטש איך בין נישט די גרעסטע שרייבער, און נאכדערצו אז און בין גאר א נייע קאווע טרינקער און איך האב ניטאמאל אן איינאנג ווי אזוי א סיפ צו געגעבען, - איז אז די קנאים דרייען זיך ארום מיט א שמייכעל פון איין זייט אויער צום צווייטען כאילו זיי אלע האבען צו פסח און צו חתונה מאכען בהרחבה (קען זיין אז זיי דרייען זיך מיט זייער קיופאנס, אדער האבען זיי אויסגעצאלט זייער מעמבערשיפ, און זיי גייען אריין און דיע 200 גורלות. וואס לכבוד דעם מען קויפט איין די גאנצע געשעפט, ווייל מען איז א "זיכערע" געווינער... איך האב נאך נישט "אזוי" גוט אדורוך געטוהן די דבר יום ביומו אז איך זאל פינקטלעך אלעס צוטרעפען...) אלעס ווייל דיע זיבען בענקטלעך האט אויפגעטוהן א מכה, און ביבי לאכט פון "ענק"!. און מען נעמט ענק נישט אריין אין ראגירונג....
איי פארוואס פרייסטוך?!, אלע יודען (אנטשילדיג לויט זיי זענען דאך נישט אלע קיין יודען, טא לאמיך בעסער ארויסזאגען אלע "עהרליכע יודען") זענען אויף געהאקטע צרות!!! . בשלמא (דא דרייט מען מיט די פינגער ווי ביי מה נשתנה) זלוינים וואס זענען נאך אנגעפראסקעט פון די פאשלא וואס זיי האבען געכאפט ווען ר' זלמן לייב איז געפארן קיין א"י צרוקצוהאלטן יודען פון גיין צי די בחירות הטמאות, האפענדיג אז אגודה וועט ארויס קומען מיט א נישטיגע פיר מאנדאטען, און "ג' האט געבראכען רעקערד ווען זיי האבען באקומען בסך הכל 7 זיצען, וואס דאס איז געווען די מכה בפטיש אויף די אנגעווייטאגקייט נאכען כאפען א איי פון הרב וואזנער...
פארשטייט מען פארוואס זיי בילעען. וואס ווילסטו די שטיין זאל געלונגען און ער זאל נאך מקיים זיין שתיקה יפה....?!
אבער די ארונים וואס זעננען דאך נישט געגאנגען צום כינוס כלל ישראל, אלטס אזויגעריפענע קנאות (!), און אנדערע קנאים, וואס איז זייער שמחה ?.
אגודה איז סייווי דארט צי מען מעג ( ליין: צי די ווילסט) יא צו נישט, אויב זענען זיי אינדרויסען זענען "ענק" אויך אין אן עת צרה
ווי קומט אזא שמחה ביי זיי וויל איך פארשטיין
אנשטאט אויסארבייטען יענעמס שפיצען,
ארבייט דיך אויס, אז די זאלסט פארנעמען שפיצען! (אדמו"ר מסלאנים)

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר