בלאט 1 פון 1

אפדעיט איבער די "בעל בית" ביזנעס אויסגאבע

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 2:30 am
דורך זר זהב
באקומען אין אימעיל:
-----
אויפקלערונג איבער די עבר און עתיד פון בעל בית

ניסן תשע"ג לפ"ק

מיר זענען אייך - טייערע ליינער - שולדיג א אויפקלערונג אויף די פארגאנגענע עטליכע חדשים. כדרכנו מאז, וועלן מיר זיין זייער אויפריכטיג מיט אייך, און גארנישט פארהוילן.

די בעל בית איז ערשינען פאר בערך צוויי און א האלב יאר - פון ווינטער שנת תש"ע ביז זומער שנת תשע"ב – אין א אימעיל פארמאט, צום צופרידנהייט פון טויזענטער היימישע ביזנעסלייט ארום די וועלט.
רעפלעקטירנדיג אויף צוריק, איז קלאר אז מיר האבן ב"ה עררייכט און פילייכט איבערגעשטיגן אלע ערווארטונגען, סיי מיטן צושטעלן נוצבארע און אייגנארטיגע תוכן, און סיי מיטן צוציען טויזענטער סובסקרייבער. אין די פארהעלטנסמעסיגע קורצע צייט איז די "בעל בית" געווארן די אויטאריטעט און פלאטפארמע אויף ביזנעס ענינים ביים היימישן עולם.
אונזער הצלחה איז באשטאנען פון נישט קאנקורירן מיט קיינעם, בעל בית איז ערשינען אויף א אייגנארטיגע פארמאט און סטיל, מיר זענען כסדר אויפגעקומען מיט פרישע געדאנקען, פרישע סארט טעמעס, געאייגנט בלויז פאר ביזנעסלייט. אזוי אויך איז אונזער ציל געווען אויפריכטיג צו העלפן דעם ציבור, און כמים פנים אל פנים, האט עס דער ציבור געשפירט און געשעצט. אין אט די אויבן דערמאנטע הינזיכטן האבן מיר ב"ה שטארק סוקסירט. אבער...
מיר האבן מלכתחילה אויסגעוועלט צו ערשיינען אין א אימעיל פארמאט, צוליב אירע פילע מעלות, שנעל, אפעקטיוו, ובעיקר גאר נידריגע דיסטריביושאן קאסטן. אין רעאליטעט האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז אימעיל ליידט פון א קריטישע פראבלעם, נעמליך, אדווערטייזער האבן נישט קיין צוטרוי אין די פארמאט. (די גרונטן און ווארהייט פון די אומצוטרוי איז גראדע אינטערעסאנט און לאזט זיך דעבאטירן, מיר וועלן עס אבער איבערלאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט בלי"נ.)
בנוסף לזה, אין די לעצטערע צייטן הערשט א פארגרעסערטע התעוררות איבער די אינטערנעט פראבלעם, לכשעצמו איז עס א געוואונטשענע ערשיינונג, אבער דאס האט פילפאכיג פארערגערט די אויסזוכטען צו באאינפלוסן אדווערטייזער צו אדווערטייזן אויף א אימעיל פלאטפארמע.
צוליב די אנטוויקלונגען זענען מיר געווארן געצווינגען איבערצורייסן די ערשיינען פון "בעל בית" און איבערצוקלערן אונזער ביזנעס סטראטעגיע, און אויפקומען מיט פרישע געדאנקען ווי אזוי, און אויב, די בעל בית זאל ווייטער ערשיינען. צוליב די אומקלארקייט וואס האט געהערשט, האבן מיר נישט געקענט ענטפערן אויף די הונדערטער אנפראגעס וואס מיר האבן באקומען, ווייל מיר זעלבסט האבן נישט געהאט קיין קלארע תשובה.
*
מיר זענען העכסט צופרידן צו מעלדן אז נאך פיל מחשבה און יגיעה האבן מיר מצליח געווען איבערצוארבעטן די ביזנעס מאדעל, אויפגענומען פרישע כחות און אינוועסטירער, און נאך פילע געוואלדיגע חידושים און פלענער. מיר וועלן בקרוב מעלדן מער פרטים, אויף די מאמענט קענען מיר אייך אבער אזויפיל פארזיכערן, אז דער בעל בית וועט בעזהי"ת ממשיך זיין אויף א פיל מער גראנדיעזע פארנעם, האלט אייך געשפאנט, עס לוינט זיך צו ווארטן...
*
ווי תמיד קוקען מיר שטארק ארויס צו הערן אייער מיינונג. אויב איר האט סיי וועלכע געדאנק אדער הערה , ביטע שרייבט אונז, מיר זענען דא אייך צו סערווירן.
בכבוד רב
די פארוואלטונג

גוטע געלעגנהייט
מיר זוכען אויפצונעמען טאלאנטפולע שרייבער אויף א "פרילענס" באזיס. פאר שיין באצאלט.
ספעציעל זוכען מיר שרייבער מיט באהאווענטקייט און די פאלגענדע געביטן, ריל עסטעיט, סטאק מארקעט, דורכפירן אינטערוויאוס, נאנטע באקאנטשאפט מהנעשה והנשמע אין די "היימישע" ביזנעס וועלט, אדער ספעציעלע באקאנטשאפט אין סיי וועלכע ענינים וואס קענען זיין אינטערעסאנט פאר אונזערע ליינער.
פאראינטערעסירטע, ביטע שיקט א אימעיל מיט אייער אינפארמאציע צו mail@balboos.com און מיר וועלן זיך מיט אייך פארבינדן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 3:53 pm
דורך לעמיל
למעשה ווארטען אונז נאך אויף די פרטים