בלאט 1 פון 1

הידעת?

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 9:39 am
דורך ודי למבין
איך וויל בס"ד יעדן טאג אריינלייגן א 'הידעת' אויף א געוויסע ענין.
איך האף די עולם וועט הנאה האבן
1) דאמראק, (אויף הולענדיש: : Damrak) איז א הויפט שאסיי אין סענטער אויף אמסעטרדאם, וואס גייט פון נארט צו סאוט, אןן פאבינדט צווישן די צענטראלע באן טערמינאל אין די 'דאם' סקעווער. די שאסיי איז געבויט געווארן אויף די פלאץ וואס עס פלעגט אריבערגיין א קאנאל וואס האט פארבינדן די דאמב וואס איז געבויט געווארן אויפן 'אמסטעל' טאך מיט די אראפליסינג פון די טייך. פון דעם קימט די נאמען פון די גאס 'דאמראק', דאס מייינט אויף האלאנדיש 'די גאס וואס גייט נאך די דאמב'. אינטערן דאמראק שאסיי לויפן אריבער ליניעס פון די אמסטערדאם סאבוייי. (ויקיפידיה)

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 9:48 am
דורך ודי למבין
2) כתב רש"י, נישט רש"י האט אוסגעטראפן די כתב רש"י, און ער האט זיך אויך נישט באונצט מיט די שריפט. (דאס מיינט אס עס קען זיין אז רש"י וואלט נישט געקענט ליינען די רש"י אין די חומש...). די סיבה פארוואס דאס ווערט אנגערופן כתב רש"י, איז ווייל די ערשטע ספר אין לשון קודש וואס איז געדריקט געווארן אין יאר ה' אלפים רל"ה איז געווען פירוש רש"י על התורה, און די דריקער האט אינטערגעשיידט צווישן די חומש און די רש"י דורך ניצן א עקסטערע פאונט פאר פירוש רש"י האט ער געוצט די פאונט פון רש"י אותיות, און מיט די יארן געווארן אנגערופן געווארן "כתב רש"י"

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 8:32 am
דורך ודי למבין
די באקאנטע ענגלישע מאלער 'וויליאם האלמאן האנט' פלעגט בעיקר מאלן אויפן ריאליסטישן מאלן סטייל, (ד. מ. מאלן זאכן פון לעבן אזוי ווי זיי זענען, כמו שהוא).
א עקזעמפעל אויף דעם איז די story פון זיין באקאנטע בילד 'די שעיר המשתלח לעזאזאל'. 'האנט' האט געוואלט פארשטעלן די שעיר לעזאזאל וואס שטייט אין תורה, האט ער מחליט געווען זיך צו באניצן מיט א העכטע ציג אלטס א מאדעל פאר זיין בילד, און עס מאלן אויף די בעקגראונד פון א view וואס שטימט מיטן תנ"ך'ס דעסקריבשן. פאר דעם האט ער געארגן א ציג צו הר סדום און ער האט דאס געשטעלט אויפן בעקגראונד פון הרי אדום. כדי צוענדיגן די עכטקייט פון די בילד, האט 'האנט' געברענגט די ציג צו אויסגעטרינקייט (dehydration) אינטערן ברענדיגע זון פאר ער האט דאס אנגעהויבן צו מאלן (זעט זיך אויס אז ער האט זיך געמאכט א חשבון אז ווען די שעיר איז אנגעקומען קיין עזאזאל איז ער שוין געווען גיט אויסגעטריקנט). דאס האט געקאסט די לעבן פון די ציג נאך פאר די בילד האט זיך גענדיגט. 'האנט' האט זיך אבער נישט מייאש געווען, ער איז צוריק געגאנגען קיין ירושלים און געקויפט נאך א ציג, אזוי האט ער איבער געמאכט די פראסעס נאך צוויי מאל פאר עס איז אים געלונגען ענדיגן דאס בילד.

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 8:21 pm
דורך איחוד פעלד
רבינו תם'ס גאטשעס האט גארנישט מיטען רבינו תם........

און אויף א ערענטערע נאט, דער רבינו תם'ס תפילין וואס אונז טראגען מיר היינט, איז נישט כשר לכתחילה לויטען רבינו תם. אפשר אפילו בדיעבד, ווייל די פרשיות דארפען זיין די אנדערע וועג. ליגעדיג.

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 8:22 pm
דורך איחוד פעלד
רש"י מצות, מיינט נישט רש"י, ר' שלמה יצחקי, נאר רחיים של יד.

רא"ש מצות, מיינט די שיטה פין רא"ש.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 12:33 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
איחוד פעלד האט געשריבן:רבינו תם'ס גאטשעס האט גארנישט מיטען רבינו תם........

און אויף א ערענטערע נאט, דער רבינו תם'ס תפילין וואס אונז טראגען מיר היינט, איז נישט כשר לכתחילה לויטען רבינו תם. אפשר אפילו בדיעבד, ווייל די פרשיות דארפען זיין די אנדערע וועג. ליגעדיג.

כ'מיין די סבה פארוואס עס הייסט רבינו תם'ס גאטשע איז ווייל נאר אידן וואס לייגן רבינו תם תפילין טראגן עס.
קען זיין ס'איז א דבר פשוט אבער מיר האט עס גענומען א צייט צו כאפן.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 9:29 am
דורך ודי למבין
און איך האב געמיינט אז די טעם איז ווייל אזוי ווי די זמן רבינו תם איז לענגער ווי די זמן הגאונים אזוי איז די שיעור פון די גאטשעס, כן היה נלענ"ד, ואכמ"ל

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 12:39 pm
דורך ודי למבין
4) די בערלינע וואנט, איז געווען א ריזיגע וואנט פון concrete (בעטון – א געמיש פון צעמענט שטיינער וואסער און זאמד), אין די קאמפליט לענג פון 97 מייל, וואס האט ארומגענומען די enclave (מובלעת) פון וועסט בערלין וואס איז געווען אינטער קאנטראל פון מערב דייטשלאנד.
די מויער האט אפגעטיילט צווישן די יארן תשכ"א און תשמ"ט – בערלין וואס איז געווען ביז תש"ה די הויפט שטאט פון דייטשלאנד – אין צווי חלקים: איסט בערלין אינטער מזרח דייטשלאנד און וועסט בערלין אינטער מערב דייטשלאנד. עס האט אויך אפגעטיילט צווישן וועסט בערלין און די שטחים פון מזרח דייטשלאנד. די מויער איז געווען גערעכנט ווי איינע פון די עיקר סימבאלן פון די קאלטע קריג.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 12:46 pm
דורך היימישער ליטוואק
לא זה ולא זה. נאר אזוי ווי פרומע ווארטן ביז שפעטע זמן, אזוי אויך איז דאס די פרומערע גאצ'עס.