בלאט 1 פון 1

אקעי "באזז", איך ווייס שוין אז דו מאכסט א סעיל!

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 10:06 am
דורך אבי גערעדט
באקומט די באזז באצאלט פאר יעדע קאפי פון זייער פלייער וואס זיי פארשפרייטן?

וואו מ'דרייט זיך און וואו מ'פרייט זיך ווארפן זיך ארום באזז פלייערס, אין יעדע איינציגע מאגאזין אויסגאבע פלייער וכו וכו. אין חוץ פון איינלייגן ס'פלייער נעמען זיי ארויס צענדליגע זייטן מיט עדס.

איך האב באמת גארנישט קעגן באזז, זאלן זיי ווערן מולטי מיליאנערן, עס וואונדערט מיר נאר וואס די פשט פון די איבערקערעניש איז, אין אויך ווער איך שוין היבש נערוועז דערפון, ס'מאכט א גארבעדש און א חאזעריי.

אין צום לעצט: איך וואוין סייווי אין אפסטעיט אין איך קען ענק נישט שטיצן.. סארי באזז..

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 4:52 am
דורך טעפל
גערעכט, אבער די רעבעזיכרוינעלעבאכע פון ליובאביטש זאל זיין געזונט פלעגט צו זאגן/זאגט אז חזקה על תעמולה שאינה חוזרת ריקם, אין אינגאריש עדווערטייזן העלפט!!! ס'איז דא כמה וכמה אידן וואס וואוינען נישט אין אפטאון..

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 10:40 am
דורך אבי גערעדט
האב איך דען טענות אויף זייער אדווערטייזמענטס? איך ווינדער מיך אויף זייער אבנארמאלע מאס קאפיעס אין בלעטער וואס זיי פארשפרייטן, ביי די גוים איז אויך דא אזא משוכות, עס ווערט גערופן עקסעסיוו אדווערטייזמענט, אבער דאס ערלויבן זיך נאר די ריזיגע פירמעס

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 5:21 pm
דורך וואלפה
אז די רעדסט פון קריכעדיגע עדווערטייסמענטס קען איך נישט פארשטיין ווי אזוי די האסט אויס געלאסט דעם אבי אבות בבחינות בע"ד בא"ג עדוועטייזער "בית הבתים" פון דוב זיידא, דער רוח רע זעהט מען מיט פארמאכטע אויגען. צי אין צייטינגען, גליונות, קול מבשר, פלייערס, מודעות און... איך מיין אז איך וועל אנקומען שנעלער ווען איך איך וועל זאגען ווי נישט ( אויב עס איז דא ). איך געדענק ווען איך בין געגאנגען אין קעמפ און אזא פגע רע האט געהאנגען דורוך די פאריאריגע שפין געוועבאכטס, און איך בין געשטאנען און זיך געווינדערט פארוואס דוב זיידא שרייבט נישט זיין לעצטע נאמען...

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 3:34 am
דורך shem-tov
אוי דער באזז האט זיך דא אויך אריינגעגליטש נאך א מזל ק"ש דערהאלט נישט קיין פלייערס, און וואס טוט זיך מיט קארס פאר קידס

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 12:26 am
דורך עפעס גוט
און וואס איז מיט קארס פאר קידס? און וואס איז מיט geico? דאס איז דאך די מעין איידיע פון עדווערטייזמענט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 12:35 am
דורך עפעס גוט
ווען באזז האט אנגעהויבן פארשפרייטן זייער קאפי קאפס האבן זיי געשריבן און די לוח הציבור מיט די ווערטער א נדבן זוכה מנדב צו זיין האט קאפס פאר בתי מדרשים פאר מער אינפורמציה רופט ########### די שמשים האבן זיך ארויפגעכאפט דעראויף זיי האבן גערופן נעקסטע טאג קומט או באזזזזזזזז קאפס אזוי קליין ווי ברוינפן גלעזלעך