ידיעות חז"ל און די מציאות
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 5:30 pm
א גוטן ליבע ליינער,
הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד, אז מען קען נאך טרעפן א ווינקל ווי אויסצולופטערן די געדאנקען און אריינכאפן היפש אפאר ידיעות.
אזוי ווי איך בין א גרינער דא ווייס איך נישט פונקטליך וויפיל מען האט שוין ארומגערעדט פון די נושא פון "חז"ל'ס ידיעות אין די חכמות הטבע", אבער פון מיין קורצע איבערבליק זעהט מיר נישט אויס אז די נושא איז באהאנדלט געווארן די הצורך, לפחות נישט אויף א מסודר'דיגן אופן. וויל איך דא פרעזענטירן א קורצע ארטיקל וואס רעדט ארום פון די נושא, סיי וואס די ראשונים און אחרונים האבן געהאלטן און סיי וויאזוי די מציאות שטעלט זיך אויס נאכן גרונטליך אדורכלערנען עטליכע מאמרי חז"ל. פארשטייט זיך אז די נושא איז א ברייטע און מען קען נישט אנרירן אין איין ארטיקל נאר א טיפה מן הים. איך האב נאר פרובירט צוזאמצונעמען עטליכע טעמעס וואס ברענגען ארויס מיין נקודה קלאר און ספעציעל טעמעס וואס לויפן דורכאויס חז"ל און זענען נישט קיין איזולירטע פאלן. כדי אראפצוברענגען יעדע מקור אין די ראשונים און אחרונים וואס רעדן דערפון אדער יעדע מאמר אין די גמרא וואס האנדלט מיט די נושא וועט זיך אויספעלן צענדליגע בלעטער ממילא אויב האלט איר אז איך וואלט געדארפט אראפברענגען נאך פעלער אדער מקורות (וואס איר האלט אפשר איז וויכטיגער אדער קלארער) ואתכם הסליחה.
די ארטיקל באציעט זיך נישט צו אלע דעות אין די נושא. איך גלייב אז יעדער דא איז באקאנט מיט די טראדיציאנאלע מיינונג בנוגע די נושא און איך פרעזענטיר נאר די באווייז אזויווי די אנדערע דעות וואס האלטן אז חז"ל האבן זיך פארלאזט אויף די ידיעות פון זייער צייטן. דאס מוז גארנישט אוועקנעמען פון חז"ל'ס גרויסקייט אדער ידיעות אין חכמת התורה וואס זיי האבן מקבל געווען מדור דור. נאר אזוי ווי היינט פארלאזן זיך אלע רבנים אויף סייענטיסטן (ווי דאקטורים וכדומה) אזוי אויך האבן זיך חז"ל פארלאזט אויף די ידיעות פון יענע צייטן וואס די ידיעות האבן זיך ליידער ארויסגעשטעלט צו זיין לעכערליך אין אפטע פעלער.
איך האב גאוואלט ארויפלאדענען א PDF קובץ, אבער אזוי ווי עס איז מער ווי די מאקסימום האב איך עס געמוזט צושטיקלען אין פיר חלקים וואס איך וועל לייגן אין עקסטרע תגובות .איך געב דא אויך די טעקסט כדי עס זאל זיין א דבר השלם (הגם די בילדער זענען ארויסגעפלויגן און נאך עטליכע פראבלעמען זענען ארויפגעשווימען וואס איך האב נישט קיין געדולד צו פאררעכטן - ממילא אויב ווילט איר זעהן א דבר השלם לאדענטס אראפ די PDF).
אמר רבי זירא אמר רבא בר זימונא אם ראשונים בני מלאכים אנו בני אנשים ואם ראשונים בני אנשים אנו כחמורים ולא כחמורו של רבי חנינא בן דוסא ושל רבי פנחס בן יאיר אלא כשאר חמורים (שבת קיב:)
אין די היימישע קרייזן איז אלגעמיין אנגענומען אז חז"ל זענען נישט געווען סתם קלוגע מענטשען וואס האבן פרובירט צו פארשטיין די תורה און די וועלט ארום זיי מיט זייערע ידיעות און זייערע פארשטאנד. חז"ל זענען באטראכט אלס מענטשען וואס זייער שכל איז למעלה מהשגתינו. יעדע ווארט זייערער איז אמת לאמתו של תורה און אויב זאל איינער פון אונז זיך מוטשען צו פארשטיין זייערס א סברא אדער א פשט אין פסוק איז דער פראבלעם זיינער און ער דארף זיך באמיעהן צו טוישן זיין פארשטאנד כדי צו אקאמאדירן די פשט פון חז"ל. גלייכפאלס אויב חז"ל זאגן א פאקט וואס שטימט נישט מיט די מציאות, איז דא עטליכע וועגן ווי זיך אן עצה צו געבן. אויב פארשטייסטו נישט גוט די באווייזן וואס באווייזן אז די וועלטבילד וואס חז"ל שטעלט אוועק איז פעלערהאפטיג און איז געבויט אויף אלטמאדישע קאנצעפטן דאן דינג דיך און זאג אז חז"ל זענען יא גערעכט און די היינטיגע סייענטיסטן זענען אומגערעכט און פארשטייען נישט די אמת'דיגע מציאות. אויב איז די פאקט אזוי קלאר היינט אז אפילו א קליין קינד נעמט דאס אן פאר אמת דאן זאג אז חז"ל רעדן נישט פון די מציאות נאר פון העכערע זאכן און דאס וואס זיי שרייבן פארקערט איז נאר א משל (וואס די משל מיינט פעלט נישט אויס צו זאגן. נאכאלעמען ברויכן מיר נישט – און מיר קענען נישט – אלעס פארשטיין). אויב איז פאסיג (דאס הייסט אז מען רעדט פון א ביולוגישע מציאות) קענסטו אויך זאגן אז נשתנו הטבעים – דאס הייסט אז די באשעפענישן היינט לעבן אנדערש ווי די באשעפענישן פון אמאל. פארשטייט זיך אז עס זענען דא נאך פארשידענע תירוצים אבער איך וועל זיי נישט אלע אויסרעכענען.
די שיטה איז געווענליך באגלייט מיט די באגריף פון ירידת הדורות ד.ה. אז יעדע דור פארשטייט די תורה און איר סודות ווייניגער ווי די דור פון פריער. אין דעם ארטיקל וויל איך זיך נאר באציען צו די כלל וואס פארברייטערט די אומפעהלבארקייט פון חז"ל אויף די וועלטליכע מציאות. די כלל וואס זאגט אז חז"ל האבען פארשטאנען די וועלט און די פיזישע מציאות בעסער ווי אונז פארשטייען היינט און די דעה וואס דינגט זיך אויף דעם גרעניצט זיך מיט אפיקורסות. דא וויל איך גענצליך פארניכטן די שיטה און אויפווייזן פון די מציאות אז חז"ל זענען נישט געווען קיין אסטראנאמען אדער דאקטורים, נישט קיין ביולאגען אדער סייוואספארע סייענטיסטן לויט די היינטיגע וויסנשאפט. אבער פאר איך הייב אן וויל איך אייך אויפדעקן די ערשטוינליכע פאקט אז דאס איז נישט מיין אייגענע המצאה נאר א גרויסע טייל פון די גאונים און ראשונים און אויך עטליכע אחרונים האבן אזוי געהאלטן, צווישן זיי זענען: רב סעדיה גאון, רב שרירא גאון, רב האי גאון, רב שמואל בן חפני גאון, רמב"ם און ר' אברהם בן הרמב"ם. אויב זאל די דעה ווערן באטראכט אלס אפיקורסות קענט איר צולייגן די אלע גאונים צו אייער ליסטע. פארשטייט זיך אז די דעות ווערן נישט דערמאנט אין חדר אדער ישיבה ווייל די לעצטיגע "גדולים" האלטן נישט אזוי און זענען געקומען צו די החלטה אז ווער עס האלט נישט ווי זיי איז אן אפיקורס. אזוי ווי די גמרא (סנהדרין ז) זאגט דאך אבער "שמוע בין אחיכם ושפטתם אמר רבי חנינא אזהרה לבית דין שלא ישמע דברי בעל דין קודם שיבא בעל דין חבירו ואזהרה לבעל דין שלא יטעים דבריו לדיין קודם שיבא בעל דין חבירו" וועל איך אייך פארשטעלן די אנדערע זייט און אלע באווייזן וואס ווייזן אויף פארקערט און איר זאלט באשטימען פאר אייך אליין וואס איר האלט איז ריכטיג. איך האף אז נישט קיין חילוק וואס אייער מסקנא וועט זיין וועט אייך די ארטיקל זיין אינפארמאטיוו.
אין יאר 1574 האט אן איטאליענישע חכם, עזריה מן האדומים (נאך זיין משפחה נאמען ROSSI) ארויסגעגעבן א ספר מיטן נאמען מאור עינים. דארט אנאליזירט ער אסאך אגדות חז"ל און ער קומט צו אז זיי שטימען נישט מיט די מציאות און זאלן נישט ווערן באטראכט אלס אמת. הגם בנוגע תורה זענען זיי די גרעסטע אוטאריטעטן ווייל זיי האבן מקבל געווען די תורה בקבלה איש מפי איש מפי הגבורה, אבער בנוגע וועלטליכע עניינים האבן זיי נישט געהאט קיין שום קבלה נאר זיי האבן געשריבן אזוי ווי עס איז געווען באקאנט אין יענע צייטן. אזוי שרייבט ער צום ביישפיל אויף איין פלאץ:
אין ספק שכל המקובל לנו מחכמינו במתיחס למצות התורה שרשיהן וענפיהן עד ראש כל אמיר דבר ה' הוא אשר באהבה ויראה נשיתהו עטרה לראשנו... ועוד זאת שנית מלתא דפשיטא לכל אנשי לבב שהנמצא להם ז"ל בדברים העיוניים כמו על אודות אצטגנינות וצורת השמים והארץ וכדומה אשר דבריהם בם אנושיים לגמרי בפנותם אל הדרושים ההם איש במתנת שכלו או כפי מה שקבל מחכמי הדורות מאיזה עם היו בלי שפע נבואה ועזר ממנה, יכולים אנחנו עם רצונם הטוב לתת בו אל האחרונים שכתבו נגדם אזן שומעת ולבחון דברי החלקים כפי כח דעתנו (אמרי בינה ראש פרק יד)
אקעגן אים איז ארויסגעקומען די מהר"ל מפראג מיט די גאנצע שארפקייט און אין זיין ספר באר הגולה (באר השישי) שרייבט ער אזוי:
והיה ראוי לסיים דברינו, לולא כי הגיע לידינו ספר אחד שחבר מבני עמנו, והובא הספר לפני ואמרו ראה כי זה חדושי דברים. כאשר ראיתי שמחתי לקראתו כשמחת חתן לקראת כלה, ובקראי בו נקרע לבבי ונשפך רוחי בקרבי, ואמרתי אוי לעיני שכך ראו ואוי לאזני שכך שומעים דברים כאלו, ארור יהיה היום אשר בו נגלו ונראים דברים אלו. איש אשר לא ידע להבין דברי חכמים, אף דבר אחד מדבריהם הקטנים וכ"ש הגדולים, וכל שכן דבריהם העמוקים, איך לא ירא לדבר בחכמים וידבר עליהם כאלו הם אנשים בדורו חביריו, דבר זה לא היה בישראל עד הדור הזה... ועתה בדור הזה הפחות והסכל מכל חכמה, יעמוד אחד וישלח לשונו בקדושים אשר היו לפנינו יותר מאלף שנה ויאמר ראה דרכי וחכם... ומובטח אני בשארית ישראל הנאמנים עם ה' ועם תורתו, כי לא ישאירו לספר הזה שם ושארית בישראל רק ידונו אותו כמשפטו, כי המבזה את החכמים אמרו בפרק חלק (סנהדרין צט:) שהוא בכלל האומר אין תורה מן השמים או בכלל אפיקורס.
און ער ענדיגט צו "לכן ספר הזה הוא בכלל ספרים החיצונים אשר אסור לקרות בהם. וכל איש בעל דת תורת משה ומאמין בתורה שבכתב ובתורה בע"פ, יהא הספר הזה בבל יראה ובל ימצא ולא יביט אליו ולא יסתכל בו לא ראיה שכלית ולא ראיה חושית".
די דאזיגע פולמוס ברענגט ארויס אלעס וואס אונז האבן פריער געשמועסט. ר' עזריה פארשטייט אז לגבי די וועלטליכע מציאות און היסטארישע פאקטן מוזען נישט די דעות פון חז"ל זיין אמת נאר זיי האבן זיך פארלאזט אויף די אמאליגע ידיעות וואס איז געווען אנגענומען אין זייערע צייטן און ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט זענען די ידיעות געווען פאלש. דער מהר"ל אבער איז נישט גרייט צו אנערקענען אזא פאקט נאר ער פארענטפערט אלע גמרות על פי הדרש און ער האט גרויס תרעומת אויף ר' עזריה אז ער באציעט זיך צו חז"ל כאילו זיי וואלטן געווען זיינע חבירים. לויט ווי ער פארשטייט זענען חז"ל אסאך העכער ווי יעדער פון אונזער דור און ער זאגט אז ר' עזריה האט נישט פארשטאנען די טיפע ווערטער פון חז"ל און ער לייגט אים אריין אין די גדר פון אפיקורס און זיין ספר אין די גדר פון ספרי חצונים.
יעצט לאמיר זעהן וואס די ראשונים האבן צו זאגן אויף דעם נושא. איך וועל אנפאנגען מיט די איבערנאטורליכע כוחות, דאס הייסט כישוף. אויב האט איר שוין אמאל געעפנט א גמרא האט איר זיך שוין זיכער באגעגענט מיט כישוף. די גמרא ברענגט אראפ פילע מעשיות פון כישוף-מאכער און עס איז קלאר אז די גמרא האט דאס אנגענומען פאר א מציאות. אזוי ווי די גמרא שרייבט אין חולין (ז:) "והאמר רבי יוחנן למה נקרא שמן כשפים שמכחישין פמליא של מעלה". אזוי אויך היינט איז אנגענומען ביי רוב אנשי שלומינו אז כישוף איז א מציאות'דיגע חכמה נאר עס איז אסור צו נוצען. יעצט אבער קוקט וואס די רמב"ם שרייבט אין הלכות עבודת כוכבים סוף פרק יא:
ודברים האלו כולן דברי שקר וכזב הן והם שהטעו בהן עובדי כוכבים הקדמונים לגויי הארצות כדי שינהגו אחריהן ואין ראוי לישראל שהם חכמים מחוכמים להמשך בהבלים אלו ולא להעלות על לב שיש תועלת בהן שנאמר כי לא נחש ביעקב ולא קסם בישראל ונאמר כי הגוים האלה אשר אתה יורש אותם אל מעוננים ואל קוסמים ישמעו ואתה לא כן וגו' כל המאמין בדברים האלו וכיוצא בהן ומחשב בלבו שהן אמת ודבר חכמה אבל התורה אסרתן אינן אלא מן הסכלים ומחסרי הדעת ובכלל הנשים והקטנים שאין דעתן שלימה אבל בעלי החכמה ותמימי הדעת ידעו בראיות ברורות שכל אלו הדברים שאסרה תורה אינם דברי חכמה אלא תהו והבל שנמשכו בהן חסרי הדעת ונטשו כל דרכי האמת בגללן ומפני זה אמרה תורה כשהזהירה על כל אלו ההבלים תמים תהיה עם ה' אלהיך.
אזוי שרייבט די רמב"ם אין נאך אפאר פלעצער אז כישוף איז הוילע דמיונות אזוי ווי ער שרייבט אין פירוש המשניות (סנהדרין פרק ז משנה ז) "ובעל אוב הנזכר במקרא יהיה בעשיית מעשים, ויש ממנו מין אחר והוא שלוקח גולגולת אדם אחד שנתעכל ממנו הבשר ויצניע אותה ויקטר לה ובודה דברים בה והוא שומע ממנה דברים כמו ששומעין מן המת במלאכת בעל אוב, וכל מה שאתה רואה ממאמר מדבר ושומע בענין זה הוא שמיעה כוזבת כפי מה שישים מחשבתו בזה, כמו שיארע לבני אדם הרבה במקום הפנוי רוצה לומר בשעת התיחדות".
אלזא דער רמב"ם האט זיך נישט צו טוהן געמאכט פון די אלע גמרות נאר ער האט געלערנט אז כישוף איז נאר אזוי ווי אן אחיזת עינים. ער גייט אזוי ווייט ווי צו זאגן אז דער וואס גלייבט אין די כח פון כישוף (דהיינו אין זיין צייט אז אלע חכמים האבן אנגענומען אז כישוף עקזיסטירט נישט) איז א טיפש און ווערט גערעכנט ווי א קינד. יעצט קוקט אריין אין שמואל א פרק כח. פאר די וואס זענען נישט אזוי בקי אין נ"ך (און איך האב מורא אז דאס איז ליידער רובא דרובא) וועל איך געבן א קורצע איבערבליק אויף דעם קאפיטל.
די פלשתים האבן זיך צוזאמגענומען צו מאכן א מלחמה מיט די אידן. שאול המלך האט נישט געוואוסט וואס צו טוהן. שמואל הנביא האט שוין נישט געלעבט און די אורים ותומים האבן אים נישט געענטפערט. בלית ברירה האט שאול געהייסן מען זאל אים זוכן א כישוף-מאכער. שאול האט אבער געהאט אויסגעהרג'ט אלע כישוף-מאכער ממילא האט ער זיך פארשטעלט און האט געבעטן די 'בעלת אוב' זי זאל אים ארויפברענגען שמואל הנביא פון די טויטע כדי ער זאל וויסן וואס צו טוהן. ווי נאר די בעלת אוב האט געזעהן שמואל האט זי געזאגט פאר שאול פארוואס האסטו מיך אויסגענארט און נישט געזאגט אז די ביסט שאול. שמואל הנביא האט געפרעגט שאול פארוואס ער באדערט אים און ברענגט אים ארויף פון די טויטע און למעשה האט ער געזאגט פאר שאול אז ער וועט שטארבען אין די מלחמה וכך הוה.
יעצט קוקט אריין וואס די רד"ק שרייבט אויפן פסוק:
ואני רואה לפרש הנה מעשה האוב לפי מה שנמצא כתוב. אמרו רז"ל בעל אוב זה המדבר מבין הפרקים ומבין אצילי ידיו... וראינו מחלוקת בין הגאונים בדבר הזה וכלם נשתוו כי מעשה האוב הבל ותוהו ודברי כזב והתול, אבל יש מהם אומרים כי לא דבר שמואל עם שאול וחס ושלום לא עלה שמואל מקברו ולא דבר אבל האשה עשתה הכל ברמאות כי מיד הכירה כי שאול הוא, אך להראות לו כי מצד החכמה הכירה ומצאה דבר זה אמרה למה רמיתני ואתה שאול ודרך בעלת אוב להביא בן אדם שמדבר מתוך מחבואו בלשון נמוך וכאשר בא שאול לדרוש מאתה וראתה אותו נבהל וידעה כי למחר יהיה יוצא למלחמה וכל ישראל היו בפחד גדול וידעה מה שעשה שאול שהרג כהני ה' שמה בפי המגיד הדברים הנאמרים בפרשה. ומה שאמר ויאמר שמואל אל שאול על מחשבת שאול כי היה חושב כי שמואל היה המדבר אליו ומה שאמר ולא עשית חרון אפו בעמלק ידוע היה דבר זה, כי מאותה שעה אמר לו שמואל וימאסך מהיות מלך ומה שאמר לרעך לדוד ידוע היה זה בכל ישראל כי דוד נמשח למלך.
ומה שאמר מחר אתה ובניך עמי מדרך סברא אמר זה. זהו פירש רב שמואל בן חפני הגאון ז"ל ואמר אף על פי שמשמעות דברי החכמים ז"ל בגמרא כי אמת היה שהחיתה האשה את שמואל לא יקובלו הדברים במקום שיש מכחישים להם מן השכל.
אבל רב סעדיה ורב האיי הגאונים ז"ל אמרו אמת הוא כי רחוק היא שתדע האשה העתידות וכן שתחיה היא את המת בחכמת האוב, אך הבורא יתברך החיה את שמואל כדי לספר לשאול את כל הקורות העתידות לבא עליו והיא האשה אשר לא ידעה בכל אלה נבהלה, כמו שנאמר ותזעק בקול גדול ואשר אמרה האשה את מי אעלה לך דברי התולים הם, כי דעתה היה לעשות כמנהגה, אלה דבריהם.
זעהן מיר דא געוואלדיגע זאכן. קודם כל שרייבט די רד"ק אז הגם עס איז דא א מחלוקת צווישן די גאונים וואס איז פשט אין פסוק זענען אלע מודה אז מעשה אוב עקזיסטירט נישט. און די אלע גאונים זענען אפילו גרייט צו פארדרייען פשוט פשט אין פסוק אבער אזוי ווי ר' שמואל בן חפני שרייבט לא יקובלו הדברים במקום שיש מכחישים להם מן השכל. האבן מיר דא ר' סעדיה גאון, ר' האי גאון, און ר' שמואל בן חפני גאון וואס האלטן אז כישוף עקזיסטירט נישט נאר דאס איז א שפיל. די גאונים האבן נישט פרובירט צו פארענטפערן די גמרא און די פסוקים אז אמאל זענען יא געווען מכשפים אדער סיי וואספארא אנדערע תירוץ נאר זיי דינגען זיך גלאט מיט די גמרא מיט די אויבנדערמאנטע כלל אז אויב מיר פארשטייען היינט אנדערש דארף מען נישט גלייבן אזוי נאר וויבאלד חז"ל האלטן אזוי. די גאונים קימערן זיך נישט אז די גמרא האט געגלייבט אין כישוף און זיי פרובירן ניטאמאל צו פארענטפערן די גמרא נאר זיי זאגן לא יקובלו הדברים במקום שיש מכחישים להם מן השכל.
יעצט וועלן מיר זעהן וואס די גאונים שרייבן וועגן די רפואות וואס ווערן געברענגט אין די גמרא. אין אוצר הגאונים (גיטין סח: עמ' 1) ווערט געברענגט די תשובה פון ר' האי און זיין טאטע ר' שרירא גאון:
"שאלה: ודשאלתון למכתב לכון הנהו אסואתא דמי שאחזו קורדיקוס תשובה: צריכין אנן למימר לכון, דרבנן לאו אסותא אינון, ומילין בעלמא דחזונין בזמניהן וכחד חד קצירא אמרונין, ולאו דברי מצווה אינון, הלכך לא תסמכון על אלין אסותא, וליכא דעבד מינהון מדעם, אלא בתר דמבדיק וידע בודאי מחמת רופאים בקיאים דההיא מילתא לא מעיקא לה, וליכא דליתי נפשיה לידי סכנה. והכין אגמרו יתנא ואמרו לנו אבות וסבי דילנא, דלא למעבד מן אילין אסותא אלא מאי דאיתיה, כגון קיבלא דקים ליה לההוא דעבד דלית ביה עקתא".
איבערטייטש – שאלה: און דאס וואס איר האט מיך געבעטן צו שרייבן וועגן די רפואות וואס ווערן דערמאנט אין גיטין אין פרק מי שאחזו. תשובה: מיר מוזען ענק זאגן אז חז"ל זענען נישט קיינע דאקטורים און די רפואות וואס זיי האבן געזאגט זענען געווען לויט די וואס זיי האבן געזען לויט די קראנקע מענטשען אין זייער צייט. די רפואות זענען נישט קיין מצוה און ממילא פארלאזט ענק נישט אויף די רפואות. קיינער האט נישט גענוצט די רפואות נאר נאך ער האט זיכער געמאכט דורך געלערנטע דאקטורים אז די רפואה שאדט נישט, ווייל קיינער וועט זיך נישט אריינברענגען אין א סכנה...
יעצט וועל איך ברענגן שטיקלעך פון א מאמר וואס ר' אברהם בן הרמב"ם האט געשריבן אויף דרשות חז"ל. ער לייגט אראפ די כללים זייער שיין און דייטליך. די מאמר איז געדרוקט געווארן אין די ערשטע בלעטער פון עין יעקב. דא האט איר א לינק צום מאמר http://www.daat.ac.il/daat/mahshevt/aga ... ada1-2.htm. עס איז ווערט צו ליינען פון אנהייב ביזן סוף. צוליבן אריכות וועל איך נאר שרייבן א איבערבליק פונעם מאמר.
ר' אברהם פאנגט אן ביים אראפשטעלן א וויכטיגע כלל אז צו אננעמען סייוואספארא דעה אן דורכצוטוהן די דעה נאר ווייל די מענטש וואס שרייבט די דעה איז א גרויסער חכם איז נישט אויסגעהאלטן סיי לויטן סברא און סיי לויט די תורה. ממילא זאגט ער לויט די הקדמה מוזען מיר נישט אננעמען אלעס וואס חז"ל שרייבן וועגן אסטראנאמיע, טבע אדער רפואה הגם זיי זענען געווען גרויסע חכמים אין די חכמת התורה. וועגן דעם זאגט ער נעמען מיר נישט אן די רפואות וואס חז"ל שרייבן ווייל מיר זעהן אז זיי העלפן נישט.
ער זאגט נאך מער אז די סבה פאר וואס מען האט גערופן ר' יהודה הנשיא "רבינו הקדוש" ווייל ער איז געווען גרייט מקבל צו זיין דעם אמת פון וועם אימער עס זאגט עס. אזוי ווי די גמרא אין פסחים (צד:) ברענגט אראפ אז רבי האט געזאגט "ונראין דבריהן מדברינו". ער האט אנערקענט אז די חכמי אומות העולם זענען גערעכט פארקערט ווי די חכמי ישראל.
איך וועל דא צוענדיגן מיט א פאר שורות וואס די רמב"ם שרייבט אין מורה נבוכים (חלק ג' פרק י"ד – תרגום שוורץ) "אל תדרוש ממני להתאים את כל ענייני האסטרונומיה שהם ציינו אל המצב כפי שהוא, כי המתמטיקה היתה לקויה באותם זמנים. והם לא דנו בזאת מבחינת שהם מוסרים אמרות אלה מפי הנביאים, אלא מבחינת שהם היו חכמי אותן תקופות במקצועות אלה או שמעו אותן מפי חכמי אותן תקופות."
דא איז די רמב"ם שיין מסכם וואס אונז האבן מיר געשריבן ביז יעצט אז די חכמים האבן זיך פארלאזט אויף די חכמים פון זייערע צייטן און ממילא האבן זיי נישט אלעס געוויסט ריכטיג. און אזוי שרייבט די רמב"ם אין נאך עטליכע פלעצער אין מורה נבוכים.
אלזא ביז יעצט האב איך אייך געוויזן אז עס זענען דא א היפשע צאל גאונים און ראשונים וואס האבן געהאלטן אז די מציאות וואס חז"ל האבן געשריבן זענען געווען געבויט אויף אמאליגע דעות און ממילא איז נישט קיין שום פראבלעם צו זאגן אז אסאך גמרות שטימען נישט מיט מציאות. עס זענען דא נאך עטליכע ראשונים און אחרונים וואס האבן געהאלטן ענדליכע דעות אבער איך האב נאר אראפגעברענגט וויפיל איך האב געהאלטן איז וויכטיג און גענוג גוט אויפצוווייזן אז די שיטה וואס איז אנגענומען היינט איז ווייט פון די איינציגסטע אנגענומענע שיטה ביי אידן.
ביז דא האב איך נאר געוויזן אז עס עקזיסטירט נאך א שיטה ביי אידן – אין פאקט איז די שיטה אנגענומען ביי די גרעסטע ראשונים און גאונים – און דער וואס האלט אזוי קען ווייט אנגערופן ווערן אן אפיקורס. אבער אזוי ווי ר' אברהם בן הרמב"ם שרייבט אז מען זאל נישט אננעמען קיין איין שיטה אן דורכטוהן צו עס איז אמת וועלן מיר יעצט פרעזענטירן די באווייז אז די גמרא איז פול מיט פאקטן וואס זענען געבויט אויף די אלטמאדישע שיטות פון די אמאליגע חכמים. איך וועל נישט אויסרעכענען אלע ווייל יכלה הזמן והם לא יכלו. איך וועל נאר אראפברענגען עטליכע צענטראלע טעמעס וואס לויפן דורכאויס די גמרא און ווייזן אז מען קען נישט פארשטיין די מאמרים נאר אויב מען זאל זאגן אז די גמרא האט געהאלטן אזוי ווי די אלטע טעאריעס פון די אמאליגע חכמים וממנו יקיש המקיש.
די פארעם פון די וועלט
דאס איז א בילד פון אונזער וועלט. לויט ווי מיר ווייסן היינט איז די וועלט רונדיג און מיר וואוינען אויפן פלאך פון די וועלט ארום און ארום. די וועלט איז איינע פון עטליכע פלאנעטן וואס קרייזן ארום די זון. די זון איז איינע פון מיליאנען שטערנס פון אונזערע גאלאקסיע די מילכשטראסע און אונזער גאלאקסיע איז איינע פון די מילאנען גאלאקסיעס אין די יוניבערס.
פאלגענד איז א טיפישע בילד ווי די אמאליגע חכמים האבן געהאלטן אז די וועלט קוקט אויס. זייער בילד פון דער וועלט איז אינגאנצן אנדערש פון אונזער בילד אבער אזוי זעהט אויס די וועלט פאר א בעאבאכטער אויף די וועלט פלאך.
די וועלט זעהט אויס פלאך ווען מען קוקט זיך ארום און עס איז ארומגענומען מיט ריזיגע וואסערן די אוקייניס וואס האבען נישט קיין עק ווי ווייט די אויגן זעהן. כדי צו מסביר זיין וויאזוי עס רעגנט האבן זיי פארשטאנען אז די עס איז דא א גרויסע וואסער העכער די הימל וואס נוצט זיך נישט אויס. אבער פארוואס פאלט נישט די וואסער אראפ צום ערד? פאר דעם איז דא די הימל. די הימל איז א סאלידע מאטעריאל וואס האלט צוריק די וואסער פון פאלן. ווען עס רעגנט עפענען זיך אויף פענסטערס אין די הימל – וארובות השמים נפתחו – און די וואסער טראפט אראפ צום ערד.
ווי מיר וועלן זעהן יעצט האבן חז"ל געהאט זייער אן ענדליכער בילד פון די וועלט, הגם אז אויף די פונקטליכער דעטאלן וועלן מיר זעהן אז עס זענען דא מחלוקות אבער אלע האבן מסכים געווען אויפן אלגעמיינען בילד. יעצט וועלן מיר אנפאנגען מיט די גמרות.
די וועלט איז פלאך
די גמרא אין מסכת תמיד (לא:) ברענגט אראפ די פאלגענדע מעשה:
עשרה דברים שאל אלכסנדרוס מוקדון את זקני הנגב אמר להן מן השמים לארץ רחוק או ממזרח למערב אמרו לו ממזרח למערב תדע שהרי חמה במזרח הכל מסתכלין בה חמה במערב הכל מסתכלין בה חמה באמצע רקיע אין הכל מסתכלין בה וחכמים אומרים זה וזה כאחד שוין שנאמר כגבוה שמים על הארץ [וגו'] כרחוק מזרח ממערב ואי חד מינייהו נפיש נכתוב תרווייהו כי ההוא דנפיש ואלא חמה באמצע רקיע מ"ט אין הכל מסתכלין בה משום דקאי להדיא ולא כסי ליה מידי
די זקני הנגב האבן געהאלטן אז וויבאלד ווען די זון איז העכערן קאפ קען מען נישט קוקן דערויף אבער ווען עס שיינט אויף קען מען יא קוקן דערויף מוז זיין אז די זון איז ווייטער ווען עס שיינט אויף און גייט אונטער אבער ווען ער איז העכער אונזער קאפ איז ער נענטער צו אונז ממילא איז די ליכטיגקייט צו שטארק פאר אונזער אויגן צו קוקן דערויף. די חכמים אבער ברענגן זיך א ראיה פון פסוק אז ביידע זענען די זעלבע ווייט נאר דאס וואס מען קען קוקן אויף די זון ווען עס שיינט אויף איז וויבאלד עס איז פארשטעלט אביסל דורך די בערג משא"כ ווען עס איז העכערן קאפ פארשטעלט עס גארנישט.
די ריכטיגע סיבה פארוואס ווען די זון שיינט אויף קען מען קוקן דערויף האט גארנישט צו טוהן ווייל עס איז פארשטעלט דורך בערג אדער ביימער. ווען איר שטייט ביים וואסער און איר זעהט די זון אויפגיין קענט איר אויך קוקן דערויף הגם גארנישט פארשטעלט עס. די סיבה האט צו טוהן מיט די פאקט אז די זון'ס שטראלן דארפן דורכפארן א גרעסערע שטרעקע פון אטמאספערע. אבער לאמיר איבערהיפן אויף דעם קליינעם דעטאל. וואס איז אבער קלאר פון די גמרא איז אז די חכמים האבן געהאלטן אז די וועלט איז פלאך און די הימל איז א סאלידע דאך העכער די וועלט. אז איר קוקט אויפן אמאליגן בילד פון די וועלט קענט איר פארשטיין די גמרא גאנץ קלאר. אלכסנדר מוקדון האט געוואלט וויסן צו עס איז ווייטער פון די ערד ביזן כיפת השמים אדער פון איין זייט וועלט ביזן אנדערן, און די ביידע חכמים געבן זייערע דעות דערויף. אויב קוקט איר אויף אונזערע מאדערנע בילד פון די וועלט האט די גמרא נישט קיין פשט. וואס מיינט בכלל מזרח און מערב? ווען מען שטייט אויף א רונדיגע באל איז אלס העכער דיינע אויגן זענען פון די ערד קענסטו זעהן ווייטער. ווען איר קוקט אויפן האריזאנט ביים וואסער קענט איר זעהן צווישן צוויי אדער דריי מייל אין יעדן ריכטונג אפהענגיג אין ווי הויך איר זענט. אויב גייט איר ארויף אויף א הויכן בארג קענט איר זעהן פיל ווייטער. ווען איר זענט אין אן עראפלאן קענט איר זעהן ארום 220 מייל אין יעדן ריכטונג. ממילא האט נישט קיין פשט צו פרעגן ווי ווייט מזרח איז פון מערב.
די זעלבע מיטן שאלה ווי ווייט איז די הימל. די הימל איז נישט קיין סאלידע כיפה וואס נעמט ארום די ערד. די בלויע הימל וואס איר זעהט איז די לופטיגע אטמאספערע ארום די וועלט. די אטמאספערע האט נישט קיין פונקטליכע גרעניץ ווי עס ענדיגט זיך נאר עס ווערט דיננער און דיננער אלץ העכער מען גייט ארויף. ארום ניינציג פראצענט פון די אטמאספערע איז אין צען מייל פון די ערד. כמעט הונדערט פראצענט פון די אטמאספערע איז אינערהאלב 62 מייל פון די ערד און דאס איז באטראכט אלס די אנפאנג פון ספעיס לויטן אינטערנאציאנאלן קאנווענשאן. די זון איז אויך נישט אויפגעהאנגען אויפן הימל נאר איז פיל ווייטער פון די ערד (בערך 93 מיליאן מייל פון די ערד). ממילא לויט אונזער בילד פון די וועלט האט די גאנצע גמרא נישט קיין הענט און קיין פוס.
יעצט לאמיר זעהן נאך א גמרא אין חגיגה (יב.):
אדם הראשון מן הארץ עד לרקיע שנאמר למן היום אשר ברא אלהים אדם על הארץ וכיון שסרח הניח הקדוש ברוך הוא ידיו עליו ומיעטו שנאמר אחור וקדם צרתני ותשת עלי כפכה אמר רב יהודה אמר רב אדם הראשון מסוף העולם ועד סופו היה שנאמר למן היום אשר ברא אלהים אדם על הארץ ולמקצה השמים ועד קצה השמים כיון שסרח הניח הקדוש ברוך הוא ידו עליו ומיעטו שנאמר ותשת עלי כפכה אי הכי קשו קראי אהדדי אידי ואידי חד שיעורא הוא.
פון די גמרא איז אויך קלאר אז די חכמים האבן געהאלטן אז די וועלט איז פלאך. וואס מיינט אז אדם הראשון איז לאנג פון איין עק פון די וועלט ביזן צווייטן. א רונדיגע וועלט האט נישט קיין עקן. וואס מיינט פון איין עק הימל ביזן אנדערן? דאס מוז מיינען אז די כפת השמים טרעפט זיך צוזאם מיט די עקן פון די וועלט אזוי ווי איר קענט זעהן פונ'ם בילד. ממילא ברענגט זיך די גמרא א ראיה פונ'ם פסוק אז אדם הראשון איז געווען אזוי לאנג ווי פון איין עק הימל ביזן צווייטן וואס דאס מיינט די זעלבע זאך ווי פון איין עק וועלט ביזן צווייטן. דא שרייבט די גמרא אויך אזוי ווי די חכמים וואס האבן געזאגט פאר אלכסנדר מוקדון אז די שטרעקע פון איין זייט וועלט ביזן צווייטן איז די זעלבע ווי פון די שטרעקע פון די ערד ביזן הימל. לויט אונזער בילד פון די וועלט האבן מיר געזעהן אז עס איז זינלאז צו פארגלייכן די צוויי שטרעקעס. אויב זאל "פון איין עק וועלט ביזן צווייטן" מיינען די קוטר פונעם וועלט (ארום 7900 מייל) דאן איז די שטרעקע פיל לענגער ווי די דיקקייט פונעם אטמאספערע (ארום 60 מייל). אויב זאל די הימל מיינען די שטרעקע פון די ערד ביזן זון (ארום 93 מיליאן מייל) דאן איז די שטרעקע פיל לענגער ווי פון איין עק וועלט ביזן צווייטן. איך מיין אז פון די צוויי גמרות איז קלאר ווי דער טאג אז די גמרא האט געהאלטן אז די וועלט איז פלאך און א סאלידע כיפה נעמט ארום די וועלט און אינעווייניג די כיפה פארט ארום די זון. יעצט וועלן מיר זעהן ווי די זון גייט ביינאכט ווען זי גייט אונטער.
ווי גייט די זון ווען זי גייט אונטער?
די גמרא אין פסחים דף צד: ברענגט די פאלגענדע מחלוקת:
חכמי ישראל אומרים ביום חמה מהלכת למטה מן הרקיע ובלילה למעלה מן הרקיע וחכמי אומות העולם אומרים ביום חמה מהלכת למטה מן הרקיע ובלילה למטה מן הקרקע אמר רבי ונראין דבריהן מדברינו שביום מעינות צוננין ובלילה רותחין תניא רבי נתן אומר בימות החמה חמה מהלכת בגובה של רקיע לפיכך כל העולם כולו רותח ומעינות צוננין בימות הגשמים חמה מהלכת בשיפולי רקיע לפיכך כל העולם כולו צונן ומעינות רותחין
מיר בעאבאכטען אז די זון גייט אונטער אויף מערב און צום קומענדיגן טאג גייט זי אויף אויף מזרח. פון ווי קומט די זון אן פון מערב ביז מזרח? ווי מיר ווייסן היינט גייט די וועלט ארום די זון און נישט פארקערט אבער אפילו מיר וועלן דאס אנקוקן ווי די זון גייט ארום די וועלט, ווייסן מיר אז די זון גייט קיינמאל נישט אונטער בעצם. די זון דרייט זיך ארום די וועלט און ווען אונז קענען מער נישט זעהן די זון זאגן מיר אז עס איז נאכט. פארשטייט זיך אז ווען עס איז נאכט אין ניו יארק קען זיין טאג אין יאפאן. די חכמי ישראל אבער האלטן אז ביינאכט גייט די זון ארויס פון די כיפת השמים און גייט ארום די כיפה פון אינדרויסן. וואס קענען מיר לערנען פון דעם? קודם כל זעהן מיר אז די חכמי ישראל האבן געהאלטן אז די וועלט איז פלאך און ווען עס איז נאכט פאר אונז איז נאכט פאר אלעמען. ווייל אין פאקט ווען די זון איז פונאינדרויסן די כיפה קען זי קיינער אויף דער וועלט נישט זעהן. נאך זעהן מיר פון דא אז די הימל איז א סאלידע דאך און ווען די זון איז העכער איר קען מען איר נישט זעהן.
די שיטה פון חכמי אומות העולם איז מער ענדליך צו די מציאות. ווי מיר ווייסן האבן די גריכישע פיליזאפן געוויסט אז די וועלט איז רונדיג שוין מיט הונדערטער יארן פון פאר די צייטן פון די אמוראים. פון די ראיה וואס רבי ברענגט אבער צו די חכמי אומות העולם ווייזט אויס אז ער האט זיי פארשטאנען אז די וועלט איז פלאך אויך לויט זיי און די זון גייט ממש אונטער די ערד און אזוי ווארעמט זי אן די קוועלער.
יעצט דארפן מיר אבער פרעגן די קשיא וויאזוי גייט די זון דורך די סאלידע הימל און קומט אן אינדרויסן פון די כיפה? צו פארענטפערן די קשיא האבן די חכמים געהאלטן אז עס זענען דא פענסטערס אין הימל דורך ווי די זון גייט ארויס [עס זענען דא מערערע פענסטערס וויבאלד די זון גייט אונטער אין אן אנדערע פלאץ יעדן טאג פון יאר. אין די זומער גייט די זון אונטער פיל מער צו צפון און אין די ווינטער פיל מער צו דרום]. לאמיר זעהן עטליכע מקורות דערפאר:
ובשס"ו החמה עולה ויורד קפ"ג עולה ברוח מזרחית וקפ"ג יורד ברוח מערבית כנגד שס"ו ימות שנת החמה ובשס"ו החלונות יוצאות ונכנס במזרח צ' בקרן דרומי צ"א בקרן צפונית וחלון אחד באמצע ושמו נוגה תקופת תשרי מתחיל מחלון נוגה והולך וסובב בקרן דרומית חלון אחד עד שהוא מגיע לחלון בילגה... שנ' הולך אל דרום וסובב אל צפון הולך אל דרום בתקופ' תשרי ובתקופת טבת וסובב אל צפון בתקופת ניסן ובתקופת תמוז סובב ששה חדשים בקרן דרומית ששה חדשים בקרן צפונית ועל סבבותיו לחלון שבמזרח שב הרוח. (פרקי דרבי אליעזר פרק ה)
שלש מאות וששים וחמש חלונות ברא הקב"ה שישתמש בהן העולם. מאה ושמונים ושתים במזרח ומאה ושמונים ושתים במערב ואחד באמצעו של רקיע שממנו יצא מתחילת מעשה בראשית (ירושלמי מסכת ראש השנה דף יב:)
יעצט וועט איר שוין האבן גאר אן אנדערע כוונה ווען איר וועט זאגן ביים דאווענען "ובוקע חלוני רקיע".
אינטערעסאנט צו באמערקן איז אז די רבינו חננאל אין פסחים דף צד. איז מסביר די גאנצע קוסמולוגיה לויט די גמרא (דהיינו די כפה מיט די חלונות) און ער ענדיגט צו "ואע"פ שהחוזים בכוכבים שבזמן הזה מדברים דברים המכחישין לא משגחינן להו אלא אנו מזהרים דברי רבותינו כתקנם ולא לחוש לדברי זולתם". זעהט מען אז ער האט קלאר געלערנט אז דאס איז א מציאות'דיגע זאך נאר די חכמי התכונה זאגן אנדערש ווי די גמרא און ממילא נעמט ער אן ווי די גמרא. אבער ווי מיר ווייסן היינט איז די בילד פאלש. אזוי ווי ר' אברהם בן הרמב"ם זאגט "לא תהדר פני גדול".
די שקיעה פון רבינו תם איז אויך געבויט אויף די חלונות. די שקיעה ראשונה איז ווען די זון גייט אריין אין די פענסטער און די שקיעה שניה איז פאר די זון קומט ארויס פון די אנדערע זייט [די הימל איז זייער דיק אזוי ווי מיר וועלן שוין זעהן].
ווי דיק איז די הימל?
נישט נאר איז די הימל א סאלידע כיפה וואס נעמט ארום די ערד נאר עס האט אויך א דיקקייט. ווי דיק איז דאס? אויף דעם האבן מיר א מחלוקת צווישן די חכמים אין עטליכע פלעצער. די פאלגענדע ירושלמי (ברכות ד:) ברענגט אראפ אפאר שיטות:
דתני בשם ר' יודה עוביו של רקיע מהלך חמשים שנה ... וכשם שעוביו של רקיע מהלך חמשים שנה כך עוביה של ארץ ועוביו של תהום מהלך חמשים שנה ומה טעם היושב על חוג הארץ וכתיב וחוג שמים יתהלך וכתיב בחוקו חוג על פני תהום חוג חוג לגזירה שוה... ורבנן אמרין כשני אבות הראשונים כימי השמים על הארץ וכשם שבין הארץ לרקיע מהלך חמש מאות שנה כך בין רקיע לרקיע מהלך חמש מאות שנה ועוביו מהלך חמש מאות שנה. ומה חמית מימר עוביו של רקיע מהלך חמש מאות שנה. אמר רבי בון יהי רקיע בתוך המים יהי רקיע בתווך. רב אמר לחים היו שמים ביום הראשון ובשני קרשו רב אמר יהי רקיע יחזק הרקיע יקרש הרקיע יגלד הרקיע ימתח הרקיע אמר רבי יודה בן פזי יעשה כמין מטלית הרקיע היך מה דאת אמר וירקעו את פחי הזהב וגומר. תני בשם ר' יהושע עוביו של רקיע כשתי אצבעיים.
זעהן מיר דא אז עס זענען געווען עטליכע דעות אין די דיקקייט פון די הימל צווישן חז"ל אליין און די חילוק צווישן די צוויי מערסטע עקסטרעמע דעות איז געווען כרחוק מזרח ממערב – צווישן 2 אצבעות און 500 יאר (לויטן חשבון פון 'מהלך אדם בינוני ביום ארבעים מיל' קומט דאס אויס צו בערך 7 מיליאן מיל – א היפשע ביסל מער ווי צוויי אצבעות!). די שיטות אויף די דיקקייט פונעם הימל ווערן אראפגעברענגט אסאך מאל אין חז"ל.
נאך א זאך זעהן מיר אין די ירושלמי אז די רבנן האלטן אז די שטרעקע פון די ערד ביזן הימל איז 500 יאר. און אזוי ווי מיר האבן שוין געזעהן אז די חכמי ישראל האלטן אז די שטרעקע פון איין עק ערד ביזן צווייטן איז די זעלבע ווי די שטרעקע צווישן די ערד אין הימל קומט אויס אז די לענג פון די וועלט איז ארום 4.5 מיליאן מייל (לויט ווי אונז ווייסן איז די היקף פון די וועלט א נישטיגע 25 טויזנט מייל). לויט ווי מיר וועלן זעהן זענען דא עטליכע דעות אין דעם אויך.
יעצט וועל איך אראפברענגן נאך איין גמרא (פסחים צד.) בנוגע די דיקקייט פונעם הימל ווי די גמרא נוצט די לענג פון בין השמשות צו אויסרעכענען די דיקקייט פונעם הימל:
אמר רבא שיתא אלפי פרסי הוי עלמא וסומכא דרקיעא אלפא פרסי חדא גמרא וחדא סברא סבר לה כי הא דאמר רבה בר בר חנה אמר רבי יוחנן כמה מהלך אדם בינוני ביום עשר פרסאות מעלות השחר ועד הנץ החמה חמשה מילין משקיעת החמה עד צאת הכוכבים חמשה מילין נמצא עוביו של רקיע אחד מששה ביום... תא שמע מצרים היא ארבע מאות פרסה על ארבע מאות פרסה ומצרים אחד מששים בכוש וכוש אחד מששים בעולם ועולם אחד מששים בגן וגן אחד מששים בעדן ועדן אחד מששים בגיהנם נמצא כל העולם כולו ככיסוי קדירה לגיהנם תיובתא תא שמע דתנא דבי אליהו רבי נתן אומר כל הישוב כולו תחת כוכב אחד יושב תדע שהרי אדם נותן עינו בכוכב אחד הולך למזרח עומד כנגדו לארבע רוחות העולם עומד כנגדו מכלל דכל הישוב כולו תחת כוכב אחד יושב תיובתא תא שמע עגלה בצפון ועקרב בדרום וכל הישוב כולו אינו יושב אלא בין עגלה לעקרב וכל הישוב כולו אינו הוה אלא שעה אחת ביום שאין חמה נכנסת לישוב אלא שעה אחת ביום תדע שבחמש חמה במזרח ובשבע חמה במערב חצי שש וחצי שבע חמה עומדת בראש כל אדם תיובתא תא שמע דאמר רבן יוחנן בן זכאי מה תשובה השיבתו בת קול לאותו רשע בשעה שאמר אעלה על במתי עב אדמה לעליון יצתה בת קול ואמרה לו רשע בן רשע בן בנו של נמרוד הרשע שהמריד את כל העולם כולו עלי במלכותו כמה שנותיו של אדם שבעים שנה ואם בגבורות שמונים שנה שנאמר ימי שנותינו בהם שבעים שנה ואם בגבורות שמונים שנה מן הארץ עד לרקיע מהלך חמש מאות שנה ועוביו של רקיע מהלך חמש מאות שנה ובין (כל) רקיע לרקיע מהלך חמש מאות שנה וכן בין כל רקיע ורקיע אך אל שאול תורד אל ירכתי בור תיובתא
דא זאגט רבא אז די גאנצע וועלט איז נאר 6000 פרסה (ארום 15000 מייל) און דערנאך רעכנט ער אויס די דיקקייט פונעם הימל לויט ווילאנג עס נעמט פארן זון דורכצוגיין דעם הימל ביחס צו דער צייט וואס עס נעמט איר דורכצוגיין פון מזרח צו מערב. זיין חשבון ווייזט אים אז די הימל איז נאר 1000 פרסה דיק. האבן מיר נאך א שיטה אויף די דיקקייט פונעם הימל. די גמרא איז אבער נישט צופרידן מיט רבא'ס חשבונות. די גמרא ברענגט זיך ראיות פון א סעריע פון ברייתות אז די וועלט איז פול גרעסער פון 6000 פרסה. די גמרות הוכחות זענען געבויט אויף אזעלכע סייענטיפישע פאקטן ווי דעם אז "מצרים איז פיר הונדערט פרסה אויף פיר הונדערט פרסה און כוש איז זעכציג מאל אזוי גרויס [פארגעסט נישט אז מצרים אליין איז ארום 1000 מייל ביי טויזנט מייל און כוש איז זעכציג מאל גרעסער!] וכו' וכו'. די גמרא ברענגט זיך נאך מאדנע הוכחות וואס איך וועל נישט מסביר זיין דא כדי איר זאלט נישט מיד ווערן. אויב עס איז אייך אינטערעסאנט קוקט נאך די גמרא אויפן פלאץ מיט פירוש רש"י. די לעצטע הוכחה וואס די גמרא ברענגט איז פון א ברייתא וואס זאגט קלאר אז די דיקקייט פונם הימל איז 500 יאר אזוי ווי מיר האבן שוין געזעהן אין אנדערע פלעצער.
תוספות אויפן פלאץ שרייבט שוין אז די אלע גמרות קריגן זיך איינע אויפן אנדערע אזוי ווי אונז האבן מיר שוין געזעהן עטליכע סתירות. על כל פנים זעהן מיר פון דא אז אפילו לויט די גמרא'ס מאדעל פון די וועלט איז די גמרא אויך נישט געווען קלאר מיט די דעטאלן (אזוי ווי די דיקקייט פון די הימל און די גרויסקייט פון די וועלט – און מיר רעדן דא פון ריזיגע חילוקי דעות). יעצט וועל איך אראפברענגען נאך איין גמרא אין חגיגה (יב:) וואס רעדט ארום וויפיל הימלען עס זענען דא און פונקטליך אויף וואס שטייט די וועלט. איך מיין אז עס פעלט נישט אויס קיין פירושים:
תניא רבי יוסי אומר אוי להם לבריות שרואות ואינן יודעות מה רואות עומדות ואין יודעות על מה הן עומדות הארץ על מה עומדת על העמודים שנאמר המרגיז ארץ ממקומה ועמודיה יתפלצון עמודים על המים שנאמר לרוקע הארץ על המים מים על ההרים שנאמר על הרים יעמדו מים הרים ברוח שנאמר כי הנה יוצר הרים ובורא רוח רוח בסערה שנאמר רוח סערה עושה דברו סערה תלויה בזרועו של הקדוש ברוך הוא שנאמר ומתחת זרועות עולם וחכמים אומרים על שנים עשר עמודים עומדת שנאמר יצב גבולות עמים למספר בני ישראל ויש אומרים שבעה עמודים שנאמר חצבה עמודיה שבעה רבי אלעזר בן שמוע אומר על עמוד אחד וצדיק שמו שנאמר וצדיק יסוד עולם אמר רבי יהודה שני רקיעים הן שנאמר הן לה' אלהיך השמים ושמי השמים ריש לקיש אמר שבעה ואלו הן וילון רקיע שחקים זבול מעון מכון ערבות וילון אינו משמש כלום אלא נכנס שחרית ויוצא ערבית ומחדש בכל יום מעשה בראשית שנאמר הנוטה כדוק שמים וימתחם כאהל לשבת רקיע שבו חמה ולבנה כוכבים ומזלות קבועין שנאמר ויתן אותם אלהים ברקיע השמים...
פון די פריערדיגע גמרא זעהן מיר נאך א זאך. חז"ל האבן געהאלטן אז די הימל שיינט אליינס אן די זון און יעדע נאכט קומט ארויס א פארהאנג (וילון) וואס פארשטעלט די ליכטיגקייט פון די הימל (אזוי ווי רש"י לערנט פשט אין גמרא). אזוי ווי תוספות אויפן פלאץ איז מסביר מוז מען זאגן לויט דעם אז די פארהאנג איז גענוג דורכזיכטיג אז די שטערנס זאלן קענען דורכשיינען [ אזוי ווי א פארהאנג פון סחורה וואס א שטארקע ליכט קען דורכשיינען]. לויט איין דעה אין ברכות (נח:) איז א פליעדיגע שטערן (shooting star) פשוט א ערשיינונג וואס פאסירט ווען די פארהאנג צורייסט זיך אין מען זעהט דורך די שיין פון די הימל:
מאי זיקין אמר שמואל כוכבא דשביט... רב הונא בריה דרב יהושע אמר וילון הוא דמקרע דמגלגל ומחזי נהורא דרקיעא.
איך מיין אז איך האב שוין געוויזן גענוג מאמרי חז"ל אויפצוווייזן אז מען קען נישט פארשטיין די גמרא נאר אויב מען זאל אננעמען אז די גמרא האט געהאט די אלטע קוסמולוגישע בילד פון די וועלט. עס איז נישט איין מאמר וואס מען קען פארענטפערן נאר עס זענען צענדליגע מאמרים (פילע פון זיי האב איך נישט אראפגעברענגט כדי נישט צו באלעסטיגן דעם עולם) וואס זענען געקניפט און געבינדן איינע מיטן אנדערע. אויב נעמען מיר אן אז די גמרא האט אנגעקוקט די וועלט אזוי מיר ווייסן אז אסאך קולטורן אין יענע צייט האבן אנגעקוקט די וועלט דאן האבן מיר נישט קיין שום פראבלעם צו פארשטיין די מאמרי חז"ל און אלעס שטימט כמין חומר. חז"ל האבן נישט געוואוסט אונזערע היינטיגע סייענטיפישע פאקטן און זיי האבן פרובירט צו פארשטיין די וועלט און אירע תופעות לויט זייער פארשטאנד און אמאליגע וויסנשאפט פון די וועלט. צום ביישפיל די גמרא אין ברכות (נט.) פרובירט מסביר צו זיין ערדציטערנישן, דינערן און בליצן מיט אינטערעסאנטע סברות. צום ביישפיל לויט איין מאן דאמר פאסירט א דינער ווען איין וואלקן גיסט וואסער צום צווייטן. לויט א צווייטע מאן דאמר פאסירט דאס ווען א בליץ צוברעכט שטיקער אייז אין די וואלקענעס וכו' וכו'. אזוי ווי מיר זעהן אין די גמרות האט די גמרא נישט געהאט קיין אויסגעארבעטע קוסמולוגיה נאר עס זענען געווען פילע און קאלירטע סברות צו מסביר זיין די תופעות פון די וועלט.
איך וועל יעצט צו ענדיגן מיט די תופעה פון רעגן און מיט דעם וועל איך ענדיגן וועגן די קוסמולוגיה פון די גמרא און מיר וועלן גיין ווייטער צו אנדערע נושאים אין סייענס. די גמרא אין תענית ברענגט אראפ די פאלגענדע מחלוקת:
תניא רבי אליעזר אומר כל העולם כולו ממימי אוקיינוס הוא שותה שנאמר ואד יעלה מן הארץ והשקה את כל פני האדמה אמר לו רבי יהושע והלא מימי אוקיינוס מלוחין הן אמר לו ממתקין בעבים רבי יהושע אומר כל העולם כולו ממים העליונים הוא שותה שנאמר למטר השמים תשתה מים אלא מה אני מקיים ואד יעלה מן הארץ מלמד שהעננים מתגברים ועולים לרקיע ופותחין פיהן כנוד ומקבלין מי מטר שנאמר יזקו מטר לאדו ומנוקבות הן ככברה ובאות ומחשרות מים על גבי קרקע שנאמר חשרת מים עבי שחקים.
אזוי ווי מיר זעהן אין די גמרא האט ר' אליעזר געהאלטן אז די רעגן וואסער קומט פון די אוקיינוס – אזוי ווי מיר ווייסן טאקע היינט (כאטשיג אז די וואלקענעס מאכן נישט זיס די וואסער נאר די זון פערדאמפט די וואסער פון אוקיינוס צו פארע און די זאלץ בלייבט איבער אין ים. ווען עס זאמלט זיך אן אסאך פארע ווערט א וואלקן). ר' יהושע אבער האט געהאלטן אז די וואסער קומט פון די מים העליונים, די וואסער העכערן כיפת השמים . די וואלקענעס זענען נאר מקבל די וואסער פון די מים העליונים.
אזוי אויך שטייט אין מדרש רבה
הרקיע דומה לבריכה ולמעלה מן הבריכה כיפה ומחמת שהבריכה (הכיפה) מזעת טיפים עבות הן יורדין לתוך מים המלוחים ואינן מתערבין (בראשית פרשה ד פסקה ה)
כותי אחד שאל את ר"מ... ועוד שאלו א"ל אפשר (תהלים סה) פלג אלהים מלא מים מששת ימי בראשית ולא חסר כלום אתמהא א"ל הכנס ורחוץ ושקול עצמך עד שלא תכנס ומאחר שתכנס הלך כיון שיצא ושקל עצמו לא חסר כלום א"ל כל אותה הזיעה שיצאת לא ממך יצאת א"ל הן א"ל ומה אתה שאתה ב"ו לא חסר מעיינך כלום מעיינו של הקב"ה על אחת כמה וכמה הוי פלג אלהים מלא מים מששת ימי בראשית ולא חסר כלום (בראשית פרשה ד פסקה ד)
אין די לעצטע מדרש איז ר' מאיר מסביר פארן כותי אז פונקט ווי ער פארשטייט אז ער וועגט די זעלבע פארן שוויצן ווי נאכן שוויצן (הגם ער האט פארלוירן וואסער אין פארעם פון שווייס) אזוי אויך נוצן זיך די מים העליונים נישט אויס.
דא וועל איך ענדיגן מיט די קוסמולוגיה פון חז"ל. עס זענען דא נאך פילע מאמרי חז"ל וואס זענען דן אין די קוסמולוגיה פון די וועלט. צום ביישפיל פון וואס באשטייט די הימל וכו' וכו'. איך האב אייך נאר געוואלט ברענגען גענוג סחורה צו באקומען א קלארן בילד פון די קוסמולוגיה פון חז"ל און איך האף אז מיט דעם וועט איר קענען פארשטיין רוב מאמרי חז"ל וואס זענען עוסק אין די נושא.
יעצט וועלן מיר ארומרעדן פון אן אנדערע נושא, די נושא פון אביוגונזיה, דאס הייסט די געבורט פון א לעבעדיגע באשעפעניש פון אומארגאנישע מאטעריאל (ד.ה. פון נישט לעבעדיגע מאטעריאל – שימל צום ביישפיל).
המשך אין די קומענדיגע תגובה