גיוס בני ישיבות, וואס טוט מען ווייטער.
נשלח: מוצ"ש מערץ 16, 2013 11:52 pm
[justify]די חרדישע וועלט איז אויפגעציטערט, אויפגעשוידערט, שאקירט, איבער די לעצטע באריכטן וואס קומען פון ארץ ישראל, איבער די פריש אנשטאנענע קריזיס פון גיוס בני ישיבות. די עסקנים אין רבנים ארבעטן פיבערהאפטיג ארום דעם זייגער צו טרעפן א פאסיגע לעזונג אפצורופן דעם שרעקליכן גזירה וואס הויערט ווי א שווארצע וואלקן איבער כלל ישראל.
אלס האט זיך אנגעהויבן נאך די פארלאפענע בחירות ווי די פארטיי עם אחד אונטער די אנפירערשאפט פון דעם שונא הדת יאיר לפיד, וואס זיין הויפט ציל איז "אריינצושלעפן די חרדים אין מיליטער און מאכן פון די חרדים א לייט" כלשונו, האט אנגעצויגן און געווינען גאנצע נייצען בענקלעך.
און אנפאנג האט מען געמיינט בעסער געזאגט געהאפט אז נתניהו וועט ליבערשט שאפן א קאליציע מיט זיינע נאטירליכע שותפים יהדות התורה און ש"ס, אבער וואס א טאג איז פארביי איז די בילד געווארן קלארער אין קלארער אז דאסמאל וועט נתניהו אפנויגן פין זיין געוואוינהייט און פארמירן א קאליציע מיט לינקן יאיר לפיד, און זיין עם אחד פארטיי למרות רוחם פון די פירער פון יהדות התורה און ש"ס. וואס דאס מאכט די גאנצע גזירת גיוס א ברענעדיגע אקטועלע טעמע וואס ברויך און פאדערט א זאפארטיגע לעזונג .
למעשה וואס צו טוען פון איצט און ווייטער איז נישט אזוי גלאטיג. ווייל מ'ברויך צו פארשטיין אז די געווענליכע אפציעס וואס יעדע אנדערע סעקטאר אין א מדינה וואלט ווען געהאט אויפן טיש -אין א צייט וואס זייער עקזיסטענס איז אין א געפאר-, האבן מיר חרדים נישט, ואפרטם אחת אחת.
למשל אויב וועלן מיר סטראשען אז מיר באצלען נישט קיין שטייער, מיסים, ביז ווילאנג די גזירת גיוס ווערט אפגערופען, וואס לכאורה וואלט עס געווען א שטארק בארעכטיגטע טאט, ווייל אפילו אין פרידן צייט וואלטן מיר אויך נישט געדארפט צאלן שטייער מיטן טענה אז 'רבנן לא משלמי כרגא' און ווי ס'איז וואויל באקאנט איז בני ברק און ירושלים עיירות שכולן רבנן, נאר וואס דען אין פרידן צייט באצאלן מיר מיסים משום חילול השם אדער וועגן 'אין יד ישראל תקיפה', אבער יעצט אין מלחמה צייטן פאלן אוועק די אלע טענות.
אבער למעשה וועט די סטראשע גלייב איך זיי ניטאמאל א קיצעל טוען.
פארוואס ?
די סבה איז זייער פשוט ווייל זיי גלייבן נישט אז עס איז דא ביי אונז א צען פראצענט וואס צאלן שטייער, און נישט חלילה ווייל מיר ארבעטן שווארץ, נאר ווייל מען ארבעט פשוט נישט, און אז מען ארבעט נישט פארדינט מען נישט, און אז מען פארדינט נישט האט מען נישט אויף וואס צו צאלן טעקס (שטייטצך אונז ווייס מיר יא דעם אמת וויפיל שטייער מיר צאלן).
א צווייטע געדאנק אין א נארמאלע קולטור וואלט ווען געווען א מאסיווע סטרייק; דאס וואלט ווען געווען א שטארקע אפציע אין יעדע אנדערע קולטור אין אזא סיטאציע, אבער דאס קומט אויך נישט אין באטראכט ביי אונז, פשוט ווייל עס איז נישטא פון וואס צו סטרייקן, און אז עס איז נישטא פון וואס צו סטרייקן וועט זיך עס נישט אנזעהן אין ערגעץ דעם סטרייק, און אז עס זעהט זיך נישט אן טוט עס גארנישט אויף.
פארוואס ?
אויף דעם איז די סבה אויך זייער א פשוטע. עס וועט זיך נישט אנזעהן די סטרייק ווייל די בענק וועלן זיין געהעריג אפן, די טראנספארטאציע וועט אנגיין און פילן שוואונג, שפיטעלער וועלן פונקוצירן געהעריג, די לופט פעלדער וועלן נישט זיין געשלאסן, ניטאמאל איין פלייט וועט ווערן געקענסלעט. די משטרה, צה"ל, און משמר הגבול איז דאך אפגערעדט אז ס'וועט גארנישט אפעקטירן.
העכסטענס וועלן אפאר פלעי גרופס אין בני ברק זיין פארמאכט, אין אפאר גמ"חן אין ירושלים, אפשר די מקוה אין זכרון משה און איצקאוויטש, וועלן אויך קומען צו א האלט פאר א פאר שעה. אויסער דעם וועט עס מאכן א רושם בערך ווי א השתנה אינעם ים הגדול.
איז למעשה וואס יא ? וואס איז די עצה אין אזא געפארפולע צייט?
איז ארויפגעקומען אפאר גאונישע-עסקנישע הצעות אויפן טיש, מאנכע עסקנים האבן געטענה'ט מען זאל זיך לאזן ארעסטירן בחורים אינגעלייט קינדער מענער ווייבער וכו', כ'מיין די חשבון איז זייער פשוט: ס'איז נישטא מער ווי פיפציג טויזענט טורמע-צעלן אין גאנץ ארץ ישראל, און פון די פיפציג טויזענט זענען רוב פארנומען, אלזא וואס וועלן די פארשאלטענע ציונים קענען טאן מיט א האלב מיליאן חרדים?
און אפילו זיי וועלן אויף בויען ספיציעלע תפיסות צו קענען קאמעדירן אזא ריזיגע מאסע, העמער גיין זיצן אין די מאסן, סוף כל סוף איז רבי עקיבא מיט רבי חנינא בן תרדיון אויך געזיצן און געפייניגט געווארען פאר לערנען תורה מיט אידישע קינדער. און חוץ מזה וואס א חילוק ווי מען לערנט בבא בתרא און מען טרינקט קאווע, צו אין בני ברק אין א ישיבה אדער אין א צעל אין מגרש הרוסים, ס'איז אלס דאס אייגענע, העכסטענס וועט מען זיך פארשפארן די ארבעט פון משגיחים.
אבער נאכן איבערגיין די פלענער איז מען געקומען לדעה אחת אז ס'נישט קיין לעזונג, ווייל ווי אן עקספארט אין פינאנצען האט איבערגעגעבן פארן די געטרייע עסקנים איז אונזער פראבלעם נישט דאס גיין אין תפיסות; אונזער פראבלעם איז אז מיר קענען נישט עקזעסטירן אן דעם פינענציאלע הילף פון א מדינה, מיר קענען נישט לעבן אן ביטוח לאומי, קצבאות הילדים, און אלע אנדערע סאציאלע הילף אדער סערוויס וואס א בירגער דארף האבן אין א ציוויליזירטע מדינה.
איי וועט עטץ פרעגן ווי אזוי מאכן עס די ירושלימע קנאים, זיי נעמען דאך נישט קיין שום רעגירונג הילף, און מיט דעם אלעם לעבן זיי א חיים טובים, אמת טאקע אז יעדע דריטן טאג שטארבט א צווייטער דארט מיט א הארץ אטאקע אדער פון הויכע בלוט דרוק, אבער ס'רוב מאכן עס יא דורך. איז אפשר דאס אויך א מהלך פאר די איבעריגע האלב מיליאן אידן?
די תירוץ איז איינפאך, עס קומט נישט אין באטראכט! די חוץ לארץ יודן זענען שוין גענוג איבערגעשטרענגט און זאט פון הונדרעט טויזענט ירושלימע קנאים, וואס קומען יעדע שני וחמישי נאך געלט. זיי זענען נישט ביכולת מפרנס צו זיין נאך א האלב מיליאן פרישע נצרכים.
אויסער דעם וואס אפילו די קנאים ביזנעס וועט אויך נישט צו לאנג אנהאלטען, ווייל די צווייטע דור ירושלימע קנאים פאנגען שוין אן חתונה מאכן ב"ה, דאס הייסט פאר יעדע אמאליגע ירושלימע שנארער גייט יעצט זיין פערצען פרישע. אין די מצב הפרנסה ביי אחינו בני ישראל בגולה, האט זיך נישט פארבעסערט קיין סאך און די לעצעטע צייט, אונזער איינקופט און אינקאם, איז נישט קיין סאך געוואקסען זינט אייערע טאטעס זענען דא געווען שנארן פאר אייערע חתונה צוואנציג צוריק, און אודאי זיך נישט געדאפעלט פערצען-פאכיג.
ווידעראום פון הרב סאלאווייציק פין בריסק הערט מען אנדער פלענער, ער שרייט אז מען וועט נישט האבן קיין ברירה אין נעמען די וואנדער שטעקען אין די האנט און זיך אריבער צוען קיין אמעריקע. אויבן אויף איז עס א גוטע פלאן, נאר דאס אלעס איז בתנאי "אויב" אמעריקע וועט אונז אויפנעמען מיט אפענע ארעמעס.
עס זעהט אבער אויס אז הרב סאלאווייציג איז נאך צוריק געבליבן מיט אן ערך פון 07 יאר, ווען אמעריקע האט געפענט די טיר נאכן צווייטן וועלט קריג פאר א גרויסע מאסע אידן, א דאנק דעם האליקאסט. און ווי עס קוקט אויס חשבון'ט הרב סאלאווייציג אז עס איז נאך געבליבן אפען זינט דאן. אלזא הרב סאלאווייציג כ'האב פאר אייך נישט אזעלעכע גוטע נייעס אמעריקע'ס טויערן זענען מער ווייניגער פארשלאסן.
איך ווינדער זיך נישט אויפן ראש ישיבה אליין וואס איז אריינגעטאן ראשו ורובו אין קדשים די לעצטע יובל יארן און נישט ארויסגעקוקט מד' אמות של הלכה, פון ווי זאל ער וויסן וואס טוט זיך אין דעם ווייטן אמעריקע, איך ווינדער זיך מער אויף זיינע יועצים, אויף זיינע ארומיגע, וואס האבן פארפעלט מסביר זיין דעם ראש ישיבה, אז נשתנו העתים ונתחלפו הזמנים, היינט דארף מען שטיין אין די ליין צו באקומען א גרין קארטעל, עס ווערן נישט געגעבן מער ווי איטליכע טויזענט עמיגראציע קארטלעך א יאר, אין אויך נאר אזעלכע וואס ברענגען מיט מיט זיך עפעס א פאך אין די האנט, אדער א מאני מעיקינג ביזנעס, און אנדערע ווערטער עפעס וואס וועט אויך געבן פאר 'פעטער שמואל' אין נישט נאר נעמען ביי אים.
איך פארשטיי אונז קומען נישט אינגאנצן מיט ליידיגע הענט, אונז קומען מיטן זכות פין א האלב מיליאן בני ישיבות און אברכי הכולל, און מיט אזא מספר פון בני ישיבות וועט עס עס זיכער געבן א געוואלדיגע זכות פאר די אמעריקע רעגירונג אזש זיי וועלן אודאי געווינען אלע מלחמות, זייער זאמד וועט ווערן פיילן און זייער ערד באמבעס, אבער ליידער דא אין אמעריקע זענען זיי נישט אזעלכע גלויביגע, זיי קויפן נישט אזעלכע סחורה. אויסערדעם טענה'ן זיי אז לעיקוואד אין ברוקלין איז פונקט גענוג זכותים פאר זיי.
אין טראכט נישט פון גיין קיין אוגאנדא אדער עפעס אן אנדערע ציוויליזירטע לאנד, ווייל יעדע לאנד טראכט קודם פון זיך, ווי אזוי צו קענען איבערלעבן אין דעם עקאנאמישן סטראגל, אין קיינער איז נישט אויסן יעצט אריינצונעמען א עול פון א מיליאן לומדי תורה וואס דאפלען זיך יעדע פאר יאר.
ווי האט אמאל א בארימטע דיכטער געשריבן: "קיין איינציג לאנד אויף דער וועלט, ווי געבילדעט עס זאל נישט זיין, וויפיל גראד היץ עס זאל נישט ווייזן זיין טערמאמעטער פון מענטשן לאוו (ליעבע),וועט נישט גערן אריינלאזן א מאסע פאלק, וואס פארמאגט נישט מער- נאר א הונגעריגן מאגן!"
בכלל די גאנצע עצה פון זיך אריבער צוען צו א צווייטע לאנד דערמאנט מיר די מעשה פון יענע חצקעל פון כעלעם, וואס האט זיך נישט געקענט אן עצה געבן מיט זיין פסיכלאגישע פראבלעמען, איז אים איינגעפאלן א פשוטע עצה ער וועט זיך אריבער ציען קיין ווארשע און אזוי וועלן אלע זיינע אישוס אין פראבלעמען געלייזט ווערן, די אישוס וועלן איבערבלייבן אין כעלעם. ער האט פשוט פארגעסן איין זאך אז אויסער אלע חפצים וואס ער נעמט מיט מיט זיך קיין ווארשע, נעמט ער אויך מיט זיך חצקאל אליין, אין חצקעל איז דאך די מקור פון די פראבלעמען. די זעלבע מיט אונז מיר האבן ערנסטע אומגעלייזטע פראבלעמען און דאס וועט מיט קומען מיט קיין אמעריקע קיין בראזיל אדער קיין אוגאנדא.
אין די פארלאפענע וואך איז אויפגעקומען א פרישע הצעה מען זאל אויפהערן צו צאלן מארגעטשעס, זאלן זיך די בענק דערשטיקן מיט אונזערע חובות. דאס זעהט שוין יא אויס ווי א פיינעם פלאן, כ'וואלט אפשר צוגעלייגט צום פלאן מען זאל אויף הערן צו צאלן געז לעקטער אויך, אז שוין בחנם זאל זיין אינגאנצען בחנם. כ'טראכט אז עס איז אזא גוטע פלאן אז מען זאל זעהן אנצוהאלטען דעם מנהג אפילו נאכדעם וואס זיי רופן אפ דעם גזרה.
יעצט קומט אן פרישע באריכטן אז מען פלאנט צו מאכן א מיליאן מענשט מארטש, אזא 'תהלוכה ברוב עם'. הגם מיר חרדים האבן קיינמאל נישט געוויסט פון אזא זאך ווי מארטשן עס שמעקט עפעס פונעם גוי, אויבן-אויס זעהט אויס אז ס'נאר געמאכט פאר די שווארצע, אדער העכסטענס פאר ליבאוויטשע, אבער עת לעשות ה' הפרו תורתיך, אז מען דארף דעם גנב נעמט מען אראפ פינעם תליה. כ'הער נאך זאגן מער, עס איז דא אפילו א פלאן צו בארגן די ליבאוויטשע 'מצוה טענקס', אין פאל די ישראלים וועלן קומען מיט זייער קאמפס פליגער!
ס'נאר דא איין פראבלעם ווער וועט אנפירן דעם גרויסן מארטש? דאס איז אויסער די געווענליכע פראבלעמען פון קענען צאם ברענגען דעם עם מפוזר ומפורד; די קנאים שרייען מיר קומען נישט ווילאנג אגודה אסר'ט נישט די בחירות; די שך'ניקעס שרייען מיר קומען נישט ווילאנג די ליבאוויטשע געבן אויף זייער משיח; און די בעלזא וועט נישט קומען ווי לאנג מאכניפקע וועט נישט אראפ דעם צו-נאמען בעלזא.
אויסער דעם איז דא א פראבלעם ווער וועט אנפירן דעם תהלוכה; דודי זילבערשלאג וואס איז געווען פון די הויפט עסקנים דאס לעצטע מאל (ווען מען האט פראטעסטירט אקעגן בית משפט העליון), איז שוין עבר עליו הכלח, ער האט אסאך פוטער אויפן קאפ; משי זהב פון זק"א איז צו פארנומען מיט זיין ארגענזאציע, אויסערדעם וועט עס נישט שמעקן פאר די רעכט גענויגטע משתתפים; ווידער דער אלטער פרוש לעבט שוין נישט; זיין זון הרב מנחם פרוש וואלט ווען געווען א פאסיגער אויסוואל, אבער זינט ער האט זיך צוריבן מיט גער און געפענט 'המבשר' א קאמפעטישןפאר 'המודיע' האט ער פארלוירן זיין סטאטוס אלס פרעזענטירער פון 'אלע' שלומי אמוני ישראל; מ'רעד אז אפשר וועט דער ווייסער סלאנעמער איבערנעמען די לייצעס, ווי נישט ווי האט ער געמאכט א פיינעם דזשאב ביי די כותל הפרדה סומעטאכע.
יעצט קומט אן א שוידערליכן באריכט אז די מארטש ווערט געפלאנט נישט מער און נישט ווייניגער, נאר ווען אבאמא יר"ה וועט אנקומען קיין מדינת ישראל.
אוי כ'בעט ענק טייערע ברידער נאר נישט דאס, נישט מאכן דעם מארטש ווען אבאמא איז דארט, ווייל די איינציגסטע זאך וואס איר וועט אויפטאן איז שאדן מאכן אייערע ברידער אין די פאראייניגטע שטאטן.
לאמיר אייך מסביר זיין בקיצור נמרץ פון וואס מען רעדט דא: מיר, אייער חרדישע ברודער אין די פאראייניגטע שטאטן געמער זיך קוים אן עצה מיט אונזער סומעטאכעס דא וואס איינס יאגט נאך דעם צוויטען. ווי נישט ווי אז מען וויל דוקא קען מען אויך שרייען אויף אונז אזעלכע מיאוס'ע ווערטער ווי פאראזיטן וכדו', אונזער לעבנס שטייגער האט אסאך ענליכקייטן צו אייערע. נארוואס דען, מיר פרובירן צו האלטן א שטילן פראפייל, מיר פרובירן דאס מערסטע וואס שייך מען זאל נישט קוקן אויף אונזער זייט, מען זאל נישט רעדן פון אונז, און מען זאל נישט הערן פון אונז.
נאכמער אפילו עס זאל ווען פארקומען יעצט א פרישע גזירה פון חיטוטי שכבי, וויס איך נישט צו מיר וועלן אייך קענען העלפן מיט א פראטעסט אין מאנהעטן כמנהגנו מאז ומקדם, אלעס כדי נישט צו זיין אין די ספאט לייט פון די גוישע מידיע, צו זיין אין זייערע טמא'נע מיילער זיי זאלן פרעגן 'מה טיבו של השחורים האלו'? ווייל דאן וועט זיין אך און וויי, מיר וועלן טראגן אן ענליכן פנים צו אייערס, מיר וועלן זיך חלילה פארפלאנטערן אין דעם זעלבן פארפלאנטערטע עסק וואס איר געפינט זיך שוין.
אויב וועט איר מאכן א טומעל דארט, און א אבאמא מיט זיינע מיניסטארן וועלן זיך אביסל אינטערעסירן איבער דעם טומעל, וועט ער נישט דארפן מער ווי הערן א פיפצען מינוטיגע שיעור פון א יעדע פרייען 'בר בי רב', אין איר האט געמאכט דעם פרעזידענט ירום הודו פארן נעקסטע יאיר לפיד ביי אונז אין לאנד! . און פאר אייך ? פאר אייך האט איר גארנישט אויפגעטוען! ווייל מה דאך מיר פארשטייען קוים וואס מיר האלטן, וועט אודאי א פארטעמפטע גוי נישט פארשטיין. איז ממילא וועט עס נאר זיין א שאדן פאר אונז, א בחינה פון 'זה לא נהנה וזה חסר'. אלזא טוט אונז א גענאדע און מישט אונז נישט אריין אין דעם סומעטאכע, ציר וועלן אייך העלפן וואס שייך, אבער נאר נישט דאס!
אלזא וואס יא ? כ'מיין ליצנות און אפ'חוזקן איז דאך נישט קיין קונץ, די קונץ איז אויפצוקומען מיט אן אלטערנעטיוו עפעס א עצה וואס וועט יא ארבעטען, דאס וועלן מיר איבערלאזן פארן קומענדיגן ארטיקעל אי"ה.[/justify]