בלאט 1 פון 1
שניאור זלמן חאצקאלאוויטש
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 2:14 am
דורך מורינו הרב
מען קען רעדן א געוואלד איבער דעם מאדנעם פערשוין. פון איין זייט א גאון, א עילוי און בקי בכל הענינים, פון די אנדערע זייט א וויסטער משוגענער וואס האט נישט וואס צו טון מיט זיין גרויסן קאפ נאר זיך משוגע צו מאכן.
אבער פארוואס סתם רעדן? - לאמיר הערן פון אונזערע חברים דא וואס האבן אים שוין באגעגנט אדער וואס האבן זיך שוין אנגעשטויסן אין זיינע אקטיוויטעטן...
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 2:38 am
דורך זר זהב
מי הוא זה ואיזהו? כ'האב קיינמאל געהערט פון אים
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 2:50 am
דורך יואב
מצטרף לדברי זר,
מה קרה פה הרב מורינו?
איר האט נארוואס פארהאקט א נאוועל בוך אין באשלאסן צו הערן די מיינונג פון אנדערע איבער א פיגור און דעם געשיכטע?
וואס באדייט דעם מאדנע אויפשאקלונג אונעם געזעלשאפט פאורם?
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 4:55 am
דורך טעפל
א זוכעניש אין גוגל פירט מיר נאר צו דעם אשכול..
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 8:00 am
דורך ודי למבין
איך האב גראדע יא אסאך געהערט אויף אים, ער איז א ליובווויטשער בחור וואס רעדט פליסיג אסאך שפראכן און דרייט זיך אסאך ארום איןפארשידענע אראבישע לענדער, ער איז שוין פאטריבן גווארן אמאל פון א"י אלטס אראבישע שפיאן, אבער דאס אלעס איז נאר מקצת שבחו שלא בפניו.
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 8:16 am
דורך קאווע טרינקער
טעפל האט געשריבן:א זוכעניש אין גוגל פירט מיר נאר צו דעם אשכול..
לייג אריין "שניאור זלמן חצקלוביץ".
נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 9:19 am
דורך lazar
אוי איז דער א משוגענס, ער איז מער אראבער ווי איד.
דער רעדט אזא מין פליסיגן אראביש אז ס'קען זיך דאכטן אז ער איז בן אחר בן פון ישמעאל בן אברהם.
ער איז שוין געווען אין די מסוכנ'דיגסטע אראבישע ערטער, א דאנק זיין פליסיגן אראביש און זיין עטוואס טונקעלן געזיכט וואס מיט א שמאטע ארומגעבינדן דעם קאפ קען מען זיך שווערן אז ער איז א ערבי.
נשלח: פרייטאג יולי 03, 2015 5:20 pm
דורך [NAMELESS]