בלאט 1 פון 1

קמחא דפסחא מיט בושות

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 12:25 pm
דורך קליינער
עס איז מיר דערגאנגען א שמועה אז צווישן די פילע צדקה אונטערנעמונגען וואס ווערן פארמירט די טעג אלס הכנה צום גרויסן יום טוב פון זמן חריתינו, זענען אויך פאראן גוטע אידן וואס טוען אויסטיילן פעקלעך און זעקלעך פאר נויטבאדערפטיגע משפחות אבער פארגעסן און אפשר ווילן זיי גאר אז מען זאל זיך בשעת'ן אויפפיקן די פעקלעך, זיך דערמאנען אז מען איז געווען עבדים ביי פרעה'ן און אייננעמען שווערע זעק מיט בושות ביינאזאם מיט די זעק צוויבל.

איך שרייב נישט קיין נאמען, און איך מיין נישט ספעציפיש קיינעם איידער איך בין אליינס געפארן נעמען און מיטהאלטן די שנארעריי אקציעס, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן פון מעורר זיין די וואס טוען אזעלכע הייליגע מצוות אז מען דארף אכטונג געבן אויף כבוד הבריות און זיך אויפפירן אביסל מענטשליך.

איך וועל דא אראפגעבן א ווארט פון מיינער א פענע ידיד וואס האט אט דאס געשריבן:

איך גלייך זייער צו העלפן אידן, און ווען איך בין אראפגעגאנגען צו ...... וואס איז בארימט מיט זיין קמחא דפסחא פארטיילונג אין ...... בין איך געווארן פייער רויט ווען ער האט מיר נישט געענדיגט צו צימבלען און פרעגן אויב איך בין זיכער אז איך דארף טאקע אזויפיל באקסעס פאר יענע משפחה און איך זאל נאכאמאל טשעקן אויב איך נעם נישט איבעריג...

ער פרעגט מיט ווייטאג, יעדער ווייסט אז דאס זענען נישט קיין שטאטישע פראגראמען און מען טיילט נישט פון אן ענדלאזע קאסע, איז פארוואס אפשטעלן יעדן און פרעגן אזעלכע נארישע פראגען? נעמט מען דען ווייל מען וויל? די הוצאות יום טוב זענען דאך אומגעהויער און דאס מאכט אז מען זאל מוזן אויסשטרעקן די הענט, און פארוואס אזעלכע בושות???

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 12:45 pm
דורך חשבון
זייער אמתדיג אבער עס איז דא א צווייטע זייט דערצו דער איד נעמט צוזאם א גאנץ יאר געלט צו קענען טיילן קומען אן יידן וואס סטאקן זיך אן מיט גרעיפדזשוס און אייער פאר ביז נאך אושפיזא ד'דוד. ער איז נישט מחיוב דיך אויסצוהאלטן עד סוף כל הדורות ער וויל דיר העלפן פאר פסח און דאס טוט ער. אז דו דארפסט מער קענסטו ארום גיין אין די בתי מדרשים אזוי ווי ער טוט. נעמען גאנצעטע שאכטלעך גרעיפ דזשוס מיט אייער און תפוחי אדמה מיט צוויבל צו קענען פראווענען שמחת בית השואבה איז נישט זיין פראבלעם

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 9:31 pm
דורך berlbalaguleh
חשבון האט געשריבן:זייער אמתדיג אבער עס איז דא א צווייטע זייט דערצו דער איד נעמט צוזאם א גאנץ יאר געלט צו קענען טיילן קומען אן יידן וואס סטאקן זיך אן מיט גרעיפדזשוס און אייער פאר ביז נאך אושפיזא ד'דוד. ער איז נישט מחיוב דיך אויסצוהאלטן עד סוף כל הדורות ער וויל דיר העלפן פאר פסח און דאס טוט ער. אז דו דארפסט מער קענסטו ארום גיין אין די בתי מדרשים אזוי ווי ער טוט. נעמען גאנצעטע שאכטלעך גרעיפ דזשוס מיט אייער און תפוחי אדמה מיט צוויבל צו קענען פראווענען שמחת בית השואבה איז נישט זיין פראבלעם

את"ל (אם תימצי לומר) אז א יוד וויל זיך אנסטאקן מיט תפוחי אדמה און צוויבל ביז אושפיזא דדוד מלכא משיחא. ס'מאכט אבער נישט קיין סענס. מילא גרעיפ דזשוס קען זיך נאך אפשר האלטן פריש ()רעפרידזשערעיטעד) איבער'ן זומער. אבער קארטאפל און צוויבל זיכער נישט. אז מ'געט זאל מען געבן בסבר פנים יפות.

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 10:02 pm
דורך דעינעש
אוטש..!

ואל תצריכנו לידי מתנת בשר ודם.

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 10:52 pm
דורך איחוד פעלד
געוועהנליך ווען איינער האלט ביי דער מצב אז ער נעמט פין די חלוקות, האט ער שוין נישט קיין בושות.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 12:17 am
דורך שמעקעדיג
נישט ריכטיג. אפשר נאך עטליכע יאר נעמען.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 2:33 am
דורך דעת תורה
berlbalaguleh האט געשריבן:
חשבון האט געשריבן:זייער אמתדיג אבער עס איז דא א צווייטע זייט דערצו דער איד נעמט צוזאם א גאנץ יאר געלט צו קענען טיילן קומען אן יידן וואס סטאקן זיך אן מיט גרעיפדזשוס און אייער פאר ביז נאך אושפיזא ד'דוד. ער איז נישט מחיוב דיך אויסצוהאלטן עד סוף כל הדורות ער וויל דיר העלפן פאר פסח און דאס טוט ער. אז דו דארפסט מער קענסטו ארום גיין אין די בתי מדרשים אזוי ווי ער טוט. נעמען גאנצעטע שאכטלעך גרעיפ דזשוס מיט אייער און תפוחי אדמה מיט צוויבל צו קענען פראווענען שמחת בית השואבה איז נישט זיין פראבלעם

את"ל (אם תימצי לומר) אז א יוד וויל זיך אנסטאקן מיט תפוחי אדמה און צוויבל ביז אושפיזא דדוד מלכא משיחא. ס'מאכט אבער נישט קיין סענס. מילא גרעיפ דזשוס קען זיך נאך אפשר האלטן פריש ()רעפרידזשערעיטעד) איבער'ן זומער. אבער קארטאפל און צוויבל זיכער נישט. אז מ'געט זאל מען געבן בסבר פנים יפות.


און טאקע דערפאר איז בכלל נישט קיין נאווינע צו זען אין די נאך פסח טעג גאנצע פעקלעך מיט פארפוילטע צוויבל אין די גארבעטש הייזער. לבי אומר לי אז דאס קומט נישט פון הייזער וואס מען האט באצאלט פאר די צוויבל טאפ דאלאר.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 3:30 am
דורך shem-tov
ער זאגט פשוט נאך וואס מ'האלט אים אין איין זאגן ביים שנארן. ועוי"ל 'פאוער קוראפטס'

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 10:49 am
דורך ידען
איך ווייס נישט אויב UJO קומט ביי די אשכול, אבער איך בין זייער אויפגערעגט אויף זיי.

כאב געהאט צוויי קארטלעך אויף צו פיקען די גרעיפ זשוס פון זיי און זיי האבען נאר געהאט פאפוילטע פאטעטעס און גארבעזש צוויבעל.

איך האב מיך נישט געשעמט צו גיין נעמען פון זיי ווייל יעדער נעמט פון זיי און איך מיין אז סע יא שטאטישע פראגרעםס, אבער וועלעכע נארמאלע מענטש דארף פאפוילטע גארבעזש?
מע קומט פאר די גרעיפ זשוס און מן הסתם האבען זיי געהאט איין סקיט און ווען איך בין געקומען האבען זיי מער נישט געהאט.

פיקטשערס וועט מען לייגען איבעראל אבער די פאליטישענס ווייסען נישט אז נאר 10 משפחות האבען באקומען גוטע זאכן און די אנדערע האט מען געשלעפט פאר די פיקטשערס און זיי האבען גארנישט באקומען נאר געדארפט צאלען געז פאר א פאר שעה ווארטען.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:21 pm
דורך berlbalaguleh
דעת תורה האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
חשבון האט געשריבן:זייער אמתדיג אבער עס איז דא א צווייטע זייט דערצו דער איד נעמט צוזאם א גאנץ יאר געלט צו קענען טיילן קומען אן יידן וואס סטאקן זיך אן מיט גרעיפדזשוס און אייער פאר ביז נאך אושפיזא ד'דוד. ער איז נישט מחיוב דיך אויסצוהאלטן עד סוף כל הדורות ער וויל דיר העלפן פאר פסח און דאס טוט ער. אז דו דארפסט מער קענסטו ארום גיין אין די בתי מדרשים אזוי ווי ער טוט. נעמען גאנצעטע שאכטלעך גרעיפ דזשוס מיט אייער און תפוחי אדמה מיט צוויבל צו קענען פראווענען שמחת בית השואבה איז נישט זיין פראבלעם

את"ל (אם תימצי לומר) אז א יוד וויל זיך אנסטאקן מיט תפוחי אדמה און צוויבל ביז אושפיזא דדוד מלכא משיחא. ס'מאכט אבער נישט קיין סענס. מילא גרעיפ דזשוס קען זיך נאך אפשר האלטן פריש ()רעפרידזשערעיטעד) איבער'ן זומער. אבער קארטאפל און צוויבל זיכער נישט. אז מ'געט זאל מען געבן בסבר פנים יפות.


און טאקע דערפאר איז בכלל נישט קיין נאווינע צו זען אין די נאך פסח טעג גאנצע פעקלעך מיט פארפוילטע צוויבל אין די גארבעטש הייזער. לבי אומר לי אז דאס קומט נישט פון הייזער וואס מען האט באצאלט פאר די צוויבל טאפ דאלאר.

נאר דאס רעפלעקטירט אויפ'ן נותן פונקט אזוי ווי אויפ'ן מקבל. ווייל זייער א סאך פון די אומזיסטע פירות וירקות זענען שוין מלכתחילה די העלפט אדער נאכמער אינגאנצן פארפוילט.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 4:22 pm
דורך דענקער
מען זאגט א ווערטל אז דערפאר וויינען די ירושלימ'ער שנורערס ערב ת"ב ביי די סעודת המפסקת, ווייל זיי האבן יעמאלט אויפגעגעסן די לעצטע איי פון קימחא דפיסחא...

א געלעכטער אין די זייט...
די ארגאניזאציע פון שלום לויפער'ס קינדער זענען בד"כ זייער אפגעהיטן אין דעם כבוד פון די נצרכים ל"ע. זייער חלוקה איז זייער רעספעקטפול און עפישענט. מען פארשפרייט נישט אין די גאנצע שטאט די פארשעמטע געזיכטער פון די נויטבאדערפיגע. ועל כולם, זייערע פראדוקטן זענען שיין, פריש טאפ קוואליטי.
עס קען זיין זיי פרעגן אמאל אומבאטעמטע פראגעס, זיכער נישט בכונה. אבער זיי ברויכן זיכער מאכן אז מעות צדקה ווערן נישט מיסברויכט. און אז אנדערע נצרכים ווערן נישט בא'עול'עט ווייל דער מחותן ברויך זיך דערטרענקען אין טרויבן זאפט אדער עפל קאמפאט.
בעיני ראיתי ווי מענטשן גנב'ען אראפ פון סקיט נאך א קעסטל עפל (נומ. 11...) ווייל ס'זאל זיין... ס'קאסט דאך נישט קיין געלט...

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 4:30 pm
דורך דענקער
די בערג פארפוילטע צוויבל און מייערן וואס מען זעט אויף אלע ווינקלען און וויליאמסבורג, זענען פון די פאליטישע פוסעים על ראשי עם קודש ארגאניזאציע. ווי מען שטייט 4 שעה אויף קענט עוועניו ווארטנדיג אויף די זכיה צו קענען ווערן פאטאגראפירט אלס מצטרך לבריות נעמענדיג אפאר קעסטלעך אפפאל.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 6:37 pm
דורך signout
ידען האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב UJO קומט ביי די אשכול, אבער איך בין זייער אויפגערעגט אויף זיי.

כאב געהאט צוויי קארטלעך אויף צו פיקען די גרעיפ זשוס פון זיי און זיי האבען נאר געהאט פאפוילטע פאטעטעס און גארבעזש צוויבעל.

איך האב מיך נישט געשעמט צו גיין נעמען פון זיי ווייל יעדער נעמט פון זיי און איך מיין אז סע יא שטאטישע פראגרעםס, אבער וועלעכע נארמאלע מענטש דארף פאפוילטע גארבעזש?
מע קומט פאר די גרעיפ זשוס און מן הסתם האבען זיי געהאט איין סקיט און ווען איך בין געקומען האבען זיי מער נישט געהאט.

פיקטשערס וועט מען לייגען איבעראל אבער די פאליטישענס ווייסען נישט אז נאר 10 משפחות האבען באקומען גוטע זאכן און די אנדערע האט מען געשלעפט פאר די פיקטשערס און זיי האבען גארנישט באקומען נאר געדארפט צאלען געז פאר א פאר שעה ווארטען.

די וועזשטעבל אין פרוכט קומען פין food bank (איך ווייס אויך נישט פינקטליך וואס דאס איז) אבער די גרעיפ זשוס איז יא געשנארט לכאורה פין מעט קאנסול, גראדע האבען זיי איינמאל יא געהאט א גיטע חלוקה עס איז געווען א יאר נאכדעם וואס די ארונים האבען געטיילט

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 8:14 pm
דורך איחוד פעלד
ווען איינער דארף באמת, באקומט ער פין תומכי שבת, אדער פין די אנדערע ארגענעזאציעס וואס געבען בדרך כבוד, די טייליכצער זענען פאר אסאך מענטשען וואס קענען באשטיין צו נעמען, נישט אייביג איז עס באמת פאר נצרכים. באיזה אופן, וויפיל מען באקומט שוין דארט, לאמיר זאגען מען באקומט א קעסטעל גרעיפדזשוס א קעסטעל פאטעטעס און א קעסטעל ציבעל האט מען פארדינט דארט זעכציג זיביציג דאלאר, לוינט עס פאר דעם שטיין מיט דער קאר אין די שורה פאר ווייס איך ווי לאנג?

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 8:34 pm
דורך ידען
ווענצעך ווי לאנג מע ווארט.

יעצט האצעך מיך זיכער נישט געלוינט ווייל כאב נאר באקומען אפפאל און אפי' נישט גרעיפ זשוס.

פארוואס האבען די ארונים אויפגעהערט צו טיילען?

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 8:38 pm
דורך חשבון
מ'קען דארט באקומען א פאר קעסטלעך גרעיפ דזשוס א באקס עפל אפאר קעיסעס אייער א זאך צוויבל א באקס מאראנצן א באקס קארטאפל די טאטאל איז א שיינע פאר מאות. כל הכבוד פאר משפחת לויפער. ווער עס גייט צו די שטאטישע חלוקות איז א מאבד עצמו יעדער ווייסט אז חוץ פאר די בילדער גייט גארנישט אן דארט. די סחורה וואס ליגט דארט ליגט נאך פון פאראיאר

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 3:20 pm
דורך קרעקער
וואס בושה ווען בושה קיקט ווי מכאפט קארטאפעלעך אין גרויסען

http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=52502

סהאט איינער אמאל געזאגט אז אין ירושלים פירט מען זיך צו עסן די סדר פסח ביינאכט אין קאך
ווייל די דיינענג רום איז אנגעפילט מיט באקסעס פון אלע קימחי דפסחי 'ס פון די שטאט

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 12:32 am
דורך diff
signout האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב UJO קומט ביי די אשכול, אבער איך בין זייער אויפגערעגט אויף זיי.

כאב געהאט צוויי קארטלעך אויף צו פיקען די גרעיפ זשוס פון זיי און זיי האבען נאר געהאט פאפוילטע פאטעטעס און גארבעזש צוויבעל.

איך האב מיך נישט געשעמט צו גיין נעמען פון זיי ווייל יעדער נעמט פון זיי און איך מיין אז סע יא שטאטישע פראגרעםס, אבער וועלעכע נארמאלע מענטש דארף פאפוילטע גארבעזש?
מע קומט פאר די גרעיפ זשוס און מן הסתם האבען זיי געהאט איין סקיט און ווען איך בין געקומען האבען זיי מער נישט געהאט.

פיקטשערס וועט מען לייגען איבעראל אבער די פאליטישענס ווייסען נישט אז נאר 10 משפחות האבען באקומען גוטע זאכן און די אנדערע האט מען געשלעפט פאר די פיקטשערס און זיי האבען גארנישט באקומען נאר געדארפט צאלען געז פאר א פאר שעה ווארטען.

די וועזשטעבל אין פרוכט קומען פין food bank (איך ווייס אויך נישט פינקטליך וואס דאס איז) אבער די גרעיפ זשוס איז יא געשנארט לכאורה פין מעט קאנסול, גראדע האבען זיי איינמאל יא געהאט א גיטע חלוקה עס איז געווען א יאר נאכדעם וואס די ארונים האבען געטיילט


Kedem gets big tax credits for this. Wonder how much they collect for one skid that was distributed.

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 12:38 am
דורך אבי גערעדט
קרעקער האט געשריבן:וואס בושה ווען בושה קיקט ווי מכאפט קארטאפעלעך אין גרויסען

http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=52502

סהאט איינער אמאל געזאגט אז אין ירושלים פירט מען זיך צו עסן די סדר פסח ביינאכט אין קאך
ווייל די דיינענג רום איז אנגעפילט מיט באקסעס פון אלע קימחי דפסחי 'ס פון די שטאט


דשאוק גייט אז פסח פארט מען צו לוקסיריעזע האטעלן, צוליב וואס די בית איז מלא וגדוש מיט מצה פאטעיטא אייער ועוד

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 1:41 am
דורך berlbalaguleh
ידען האט געשריבן:ווענצעך ווי לאנג מע ווארט.

יעצט האצעך מיך זיכער נישט געלוינט ווייל כאב נאר באקומען אפפאל און אפי' נישט גרעיפ זשוס.

פארוואס האבען די ארונים אויפגעהערט צו טיילען?

ווייל זיי זעען אז ביי די חלוקה איז (כמעט) א יעדער א חסיד. און ביי די טישן (פון מרא דאתרא אב"ד וויליאמסבורג שליט"א איז ליידיג.(