בלאט 1 פון 4
וואס וועט זיין צו ליינען דעם יו"ט פסח?
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 4:27 pm
דורך מיין מיינונג
אין די ארץ ישראל'דיגע מידיא גרייט מען זיך שוין וואכן און חדשים אויף די "עיתוני החג", ווען יעדער צייטונג עקסטער געט ארויס א ש"ס השלם ממש צו ליינען אויף יו"ט. ביי די אמעריקאנע ווידעראום פאלט אויך אמאל אמאל אריין עפעס גוטס צו ליינען, אבער בעיקר איז דאס דיק מיט עדווערטייזמענטס...
די ישראל'דיגע צייטונגן הייבן צוביסלעך אן ארויסגעבן דעם חומר וואס איז אונז ערווארטעט אויף יו"ט.
משפחה:
א פרופייל אויפן בויאנער רבי'ן און די חסידות זיינער.
בקהילה:
ווי די לעצטע פאר ימים טובים, א באזונדערע ביילאגע פון דעם גרעסטן חרדי'שן אנאליזירער יעקב ריבלין מיט אינטערעסאנטע פאליטישע ארטיקלען.
שעה טובה:
באשרייבונגן אויף ביידע וויזניצער רביים
קען איינער ברענגן פרטים פון די אמעריקאנער צייטונגן? איד, בלאט, די וואך, א בליק, שטערן, מצליח?
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 6:09 pm
דורך שמעקעדיג
קיינער האט נישט דא קיין רוח הקודש, אבער אויב זענען די לעצטערע יארן א אנווייז, פארמאגן רובא דרובא אויסגאבעס א פעטן "פסח ביילאגע", וואו עס קומט נישט אריין קיין חזיר'יי, בלויז עניני יו"ט.
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 6:49 pm
דורך אבי גערעדט
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 7:10 pm
דורך [NAMELESS]
איך קען קוים ווארטן צו ליינען דער גרעסטע חרדישע פרשן, יעקב ריבלין
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 7:11 pm
דורך ידען
ממי_שאמרו האט געשריבן:איך קען קוים ווארטן צו ליינען דער גרעסטע חרדישע פרשן, יעקב ריבלין
?
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 7:13 pm
דורך מיין מיינונג
זיינע לעצטע צוויי זענען געווען עפעס אוט אוו דיס ווארלד. יעדע בלאט א שיעור עיון פאר זיך. (הגם ס'האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז ער האט ביי געוויסע פעלער געטוישט היסטאריע לויט זיין געשמאק, אבער זיין פעדער'ל קען קיינער נישט ביעטן)
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 7:17 pm
דורך [NAMELESS]
זיין שארפע פעדער, ריזיגע ידיעות, עפעס נישט משיג זיין.
משפחה האט אים אמאל געוואלט נעמען (און בקהילה פארמאכט זיך א וואך שפעטער, אשר מדינה מיט זיין לך תבנה מדינה יעדע וואך איז שוין נישט דא-המבשר. יעקב רייניץ איז שוין ביי המודיע), אבער ער האט זיך אויסגענומען אז ער מעג שרייבן וואס ער וויל קעגן וועם ער וויל, זיי האבן נישט געקענט מסכים זיין. איך ליין שוין יארן זיינע ארטיקלן, ער איז מיין רבי אין פרשנות.
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 10:46 pm
דורך ממרום שלח אש
ווי שרייבט ער?
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 10:58 pm
דורך מאראנצןזאפט
און איך קען קוים ווארטן פאר'ן מצליח... נאך אלעמען בין איך דאך דער איינציגסטער רעדאקטער דארט\דא, כ'האף אז ס'איז געווען דברי נשמעין, העמער זען!
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 11:03 pm
דורך [NAMELESS]
@ממרום- בקהילה
@מאראנצן- זייער נייגעריג אויב עס וועט בכלל ארויסקומען די חודש
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 11:38 pm
דורך ממרום שלח אש
א דאנק ממי
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:00 am
דורך נולד מאוחר
מגייט ליינען א פסח בלעטל?
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 6:55 am
דורך ברעט מענינג
איך מיין אז תהילים כולל גייט ארויס געבן א קאלום ווי איינער איז געהאלפן געווארען, שוין, האט מען שוין נאך עפעס צו ליינען!
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 2:28 pm
דורך שמעקעדיג
בין איך דער איינציגסטער וואס האט פסח נישט קיין צייט צו ליינען?
די ערשטע 2 סדרים נעכט איז דאך אויסגעשלאסן, קוים וואס איך קען האלטן אפן מיין אויגן ביז ובשעריך; צופרי דאווענט מען דאך שפעט, און מיט הלל, יוצרות, 2 ספרי תורות, ברכת כהנים, קומט מען אהיים שפעט, און מען גרייט זיך צום צווייטן סדר,
חול המועד איז מען ביזי מיט די קינדער, בלייבט מיר איבער א קליין ביסעלע צייט...
ווען לייענט איר אזויפיל?
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 3:12 pm
דורך לעמאן דזשוס
ממי_שאמרו האט געשריבן:זיין שארפע פעדער, ריזיגע ידיעות, עפעס נישט משיג זיין.
משפחה האט אים אמאל געוואלט נעמען (און בקהילה פארמאכט זיך א וואך שפעטער, אשר מדינה מיט זיין לך תבנה מדינה יעדע וואך איז שוין נישט דא-המבשר. יעקב רייניץ איז שוין ביי המודיע), אבער ער האט זיך אויסגענומען אז ער מעג שרייבן וואס ער וויל קעגן וועם ער וויל, זיי האבן נישט געקענט מסכים זיין. איך ליין שוין יארן זיינע ארטיקלן, ער איז מיין רבי אין פרשנות.
א רבי טשורטשיל, און א רבי ריבלין...גיב ארויס אלע רבי'ס!!
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 3:15 pm
דורך [NAMELESS]
אסאך רבי'ס, יעדער פאר אן אנדערע נושא
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 5:35 pm
דורך מיין מיינונג
אויפן משפחה דעקל זע איך אז ס'דא א באשרייבונג פון משה גבאי.
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 6:14 pm
דורך אבי גערעדט
משפחה
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 4:12 am
דורך טעפל
אבי גערעדט האט געשריבן:משפחה
אינעם ווינקל זעהט מען משה (רבי) גבאי מיט מהרז"ל, וואס איז דאס?
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 11:58 am
דורך יאסעלע וואסער טרעגער
א רבי אויף פשרות מיינסטו צו זאגן?
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 5:32 pm
דורך יתרו
ניין ער מיינט פרשנות!
עס מיינט ווי אזוי אפצולערנען פאליטיק
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 9:44 am
דורך קרעקער
כאב שוין געקויפט די ענגלישע זמן דיק ווי א מנחם מענדעל בוק עלמיר האבען וואס צו ליינען דע יו"ט
נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 12:00 pm
דורך זר זהב
ס'לוינט נישט צו פארטייוולען דעם הייליגן יו"ט מיט פארגויאישטע ליין מאטריעל. טו עס נישט