בלאט 1 פון 1

מען גייט קעמפען

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 10:22 pm
דורך ידען
מע דארף יעצט אנהייבען משוגע מאכען א קאמפאני וואס וויל מאכען א סטאר לעבען וויליאמסבורג ווייל א פאר אידען ווילען עס נישט.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 10:51 pm
דורך גדעון
און דו ווילסט עס יא??? אנבעליוועבעל ווי ווייט די שנאה קעגן ערליכע אידן גייט. איך בין נישט באקאנט אין די איינצעלהייטן פונעם געשעפט אבער דאס איז זיכער אז א באר האט די מעגליכקייט צו שטערן אידן וואס האבן ליב דעם אייבערשטער (לאו דוקא גאר פארפרומטע) און ווילן מחנך זיין די קינדער ווי עהרליכע אידן.

איעדע געגענט קעמפט פאר אירע ספעציפישע אינטערעסן, איעדע געמיינדע שתדל'ט פאר אירע אייגענארטיגע געברויכן. וואס איז שלעכט אז "א פאר אידן" טוען דאס וואס איז זייער רעכט צו טון - דאס וואס די די ליקאר אוטארעטי גיבט זיי די געלעגנהייט צו טון??

דער האט מער מורא פון "מעשוגע מאכן א קאמפעני" וואס ער קען אפילו נישט ווי דאס אז זיינע ברודער וואס מוטשען זיך שוין אזוי אויך מיטן אלטן נער וועלן האבן אביסל מער שמירת עינים.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 11:14 pm
דורך ידען
קים צוריק גדעון אפי' אויב דו שרייסט מיך אהן..

איך מיין אז מירטעל האט א סאך אזעלעכע בארס. אפשר איז אויס געמעקט עפעס א ווארט וואס איז בעסער ווי א פלענע באר.. פארוואס זאל מען זיך נאריש מאכען.

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 11:16 pm
דורך ידען
כאב יעצט נאך אמאל געלייענט און איך כאפ מיך אז סע טאקע מער אין די היימישע מירטעל. איך צי צוריק. סע אנדערש. איך האב נישט באמערקט ספענסער פריער.

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 12:31 pm
דורך דענקער
ווילאנג עס איז אין דעם נארמאלן סדר פון מענטשליכקייט, האט יעדער (אפילו) מעשוגענער א רעכט צו זאגן זיין מיינונג.
אויב די רעגירונג גיט די מעגליכקייט צו שיקן בריוו, איז דאס א טייל פון פראצעדור און דא פראסעסס. איך האב א רעכט צו שרייבן אז איך גלייך נישט די דיזיין פון דעם טויער.
משא"כ זיך שטעלן שרייען ווי וואנזיניגע, מאכן טעלעפאן קאלס צו די אייגנטימער (שיין פרעגן, היתכן...) און אנדערע ווילדע טאליבאנישע טאטן.

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 2:02 pm
דורך קאווע טרינקער
גערעכט, אז מ'פרעגט פון פאראויס, פארוואס נישט ענטעפרען "ניין"?

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 5:21 pm
דורך Espresso
וואס איז שלעכט מיט א קרעטשמע לעבען ווילי-טאון? ווי דען גייט מען קענען זען פויערען וואס טאנצן און שיכערען און זאגען איינער פארען צווייטען "אז די ווייסט נישט וואס מיר פעלט האסטו מיר נישט עכט ליב"?

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 9:32 pm
דורך יואליש
ווי געזאגט, דאס איז גענוי פארוואס די פראצעדור עפענט די אפליקאציע פאר פאבליק קאמענטארן. ס'איז לעגעטים פאר שכינים צו טוהן מה שביכלתם אין די ראמען פון געזעץ און ציוויל אויפירונג צו פארמיידן דאס טוישונג פון די כאראקטער פון א געגענט. ס'איז אן אנגענימענע קאמפלעינט ביי זאונינג און און פלאנינג באורדס.

ס'איז אבער אויך א לעגעטימע קאמפלעינט פאר ווען מיר שפרייטן זיך אויס, אריין אין געגענטער וואס האבן זיך זייער אייגענע כאראקטער, און מיר שטויסן זיך אן צו א ווידערשטאנד צו דאס אריינשטיפן בתי מדרשים אויף אן אויסגעקארגטע שטח, שטיבלעך אין רעזידענטול הייזער, מקואות, חדרים, חתונה זאלן, מצה בעקערייען, שעכט הייזער, אין יעדן לעכעל, אן געניג פארקינג אן איבערלאזן אפענע ספעיס אדער פארקס און אן דורכפירן אויפריכטיגע טראפיק סורוועיס. די אלע זאכן שטערן באמת די מנוחה פון שכינים, פארט ווערן זיי פארשריגן פאר פאלנע אנטיסעמיטן. נאכמער, פיל מאל שטערן מיר האוזינג פראיעקטן בלויז ווייל מיר ווילן נישט דעם "באהימיען" גוי נעבן אונז צוליב זייער לעבענסשטייגער און וואס דאס ברענגט מיט זיך מיט ארום און ארום, פארוואס פארשטייען מיר נישט פארקערט, אז יענער דארף נישט אונז מיטן גאנצן ארום און ארום? מיז מען טאקע זיין אן אנטיסעמיט כדי נישט צו גלייכן א רוישיגע גאס מיט די שמעק פון א מקוה און די געדרענג פון א חתונה זאל און אנלויפעניש פון קינדער כפליים כיוצא מצרים מיט ביגווילס אויף ג' על ג' אן א ביסל גרינע גראז, ביימער און פלאץ צו אטעמען?

דאבאל סטאנדארד?

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 11:08 pm
דורך smart
יואליש טייערע זייער זיס ארויסגעברענגט אבער ווייל יענער האט מיך אויף נישט ליב מיינט אז איך טאר אים נישט פרובירין צו פארשיקען??

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 12:58 am
דורך יואליש
smart האט געשריבן:יואליש טייערע זייער זיס ארויסגעברענגט אבער ווייל יענער האט מיך אויף נישט ליב מיינט אז איך טאר אים נישט פרובירין צו פארשיקען??

בכלל נישט דאס געזאגט. אדרבא, ביידע האבן די רעכט צו טוהן דאס זייעריגע אין די ראם פונעם געזעץ. אבער פארשטיי אז ס'האט נישט מיט אנטיסעמיטיזם. נישט אז זיי האבן דוקא "דיך" נישט ליעב, נאר זיי האבן ליעב צו פרעזערווירן זייער וועי אוו לייף, אזוי ווי מיר האבן ליעב אונזער וועי אוו לייף.