בלאט 1 פון 1

מה נשתנה הלילה הזה...(פאעזיע)

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 11:28 am
דורך לעמאן דזשוס
געקומען צום סדר טיש
געגרייט אליין,
עבדות און חירות א געמיש
ווער קען דען דאס פארשטיין.

חמץ ארויסגעפירט, פארברענט
בלויז אור לי"ד נישט פארדעם,
נישט געוואשן אלע ווענט
אז נישט קיין פרוי, איז קיין פראבלעם.

פארקויפט דעם חמץ פארן גוי
דער רב פרעגט איבער קאסמעטיק,
געענטפערט קורץ גענוי
אז נישט קיין פרוי, איז נישט נייטיג.

ערב פסח אזוי לאנג
ער איז בכלל נישט פאריאגט,
עס טוט אים אזוי באנג
וועלט'ס צייט ער פארמאגט.

גרייט זיך צום קידוש צו
זאגט "קדש" און האפט,
איינער זאל אפענטפערן דערצו
ער האט זיך אבער געפאפט.

"ווען דער טאטע קומט אהיים פון שול"
זיין יונגעלע אין די פרעמד, זאגט,
ביי אים איז אבער שא שטיל
אוי, ביים הארץ עס נאגט.

פאלט אונמאכט אויפ'ן היסב בעט
וויל יא שנעל איינשלאפן,
די הגדה-סייווי אבי גערעדט
הלואי, שוין דורכגעלאפן.

ער זיצט און טראכט אצינדער
כאפט אין "מה נשתנה" א פשט א נייע,
דאס לערנט מען נישט די קינדער
ער שרייט אויס-"טאטע געטרייע".

איך וויל דיך איין קושיא פרעגן
ענטפער מיר-זיי מוחל,
איך וויל פארשטיין די וועגן דיינע
עס זעצט זיך נישט אין מיין מח'ל.

"מה נשתנה" וואס איז פארענדערט
"הלילה הזה"-מיין סדר נאכט,
איך זיץ דא אזוי אפגעזונדערט
דאס עבדות, ממש א פראכט!

ואם אין לו בן, אשתו שואלת לו
אזוי פסק'נסטו אין דיין תורה
איך האב יא א זוהן, נישט קיין פרוי
ביי מיר איז דאך פארקערט לכאורה.

כתבת בתורתיך-לא תקח אם על בנים
איך בין געשלאגן בשנים,
אין קושן איך שטעק מיין פנים
באשעפער! למה לי חיים...

"שבכל הלילות" אנו אוכלין פארשידענע גרינצייגן
א גאנץ יאר פאריאגט, פארפלאגט, איך פארגעס,
היינט זעה איך די חורבן, עס איז מיין אייגן
"כולו מרור" אה, איך פרעס...

איך טונק מיין מצה אין זאלצוואסער
על מצות ומרורים אזוי פארדינט,
מיין פנים אינגאנצן באדעקט א נאסער
זאלציגע טרערן אין מצה, עס רינט!!!

השביענו במרורים, איך בין שוין זאט
גיב מיר אביסעל עמלינו-הבנים צוריק,
איינזאם אליין, שוין גענוג געהאט
איך בעט זיי אלס אפיקומן צוריק...

"והגדת לבנך"- מיין קינות
איך וויין ביי יעדן זאץ
א שבר כלי, איך בין עס
צו מיין צער, איז נישטא קיין שאץ.

דעם לאנגגן שיר השירים ליד
וועל איך דערציילן דיינע ליידן,
דו זוכסט דיין כלה, דעם איד
אבער דו קענסט דאס אלעס פארמיידן.

דו בענקסט דיך אזוי צו אונז
אבער דו קענסט דאך גלות אויף גאולה בייטן,
דו קענסט דאך יא באווייזן דעם קונץ
איך קען אבער נישט אויפבינדן מיינע קייטן.

באשעפער! ווער נאך ווי דו פארשטייסט
דעם "אוי לו לאב שהגלה את בניו"
לאמיר צוזאמען געפונען א טרייסט
בקרוב ממש איך האף...

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 4:13 pm
דורך משה געציל
אויסנאם הערליך און פאסיג!

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 4:14 pm
דורך זר זהב
הארציג און מייסטעריש!

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 4:29 pm
דורך שמעקעדיג
משה געציל האט געשריבן:אויסנאם הערליך און פאסיג!


זר זהב האט געשריבן:הארציג און מייסטעריש!


מורא'דיג, הארצרייסענד!
מיר אלע וועלכע האבן נישט דעם פראבלעם, לאמיר זאגן אפאר קאפיטלעך תהלים פאר די וועלכע ליידן, אז זיי זאלן זוכה זיין צו זייער אייגענע פריוואטע גאולה, מאבל ליום טוב, בקרוב ממש.

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 5:31 pm
דורך געפילטע פיש
לעמאן, אויב ביסטו נישט אליין א גרוש, און איך האפ אז דו ביסט נישט, קאנגראטוליר איך דיר אויף די מורא'דיגע מאס מיטגעפיעל וואס דו האסט מיט איינער אין די מצב, זיך אריינלייגן אין יענעמ'ס מצב, פילען יענעמ'ס געפיעלען, ס'ווייזט אז ביסט א פיינע מענטש מיט א ברייט הארץ, זיך אריינצולייגן אין יענעמ'ס עמו אנוכי בצרה, ווי אויך נישט קיין שוואכע כח הדמיון, נישט יעדער קען דאס באווייזן.

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 7:40 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:....קאנגראטוליר איך דיר אויף די מורא'דיגע מאס מיטגעפיעל וואס דו האסט מיט איינער אין די מצב, פילען יענעמ'ס געפילען


פילן, געפילן און מיטגעפיעל, צוזאמען מיט "געפילטע", איז איין גרויסע שטיק געפיהלעכץ.

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 7:42 pm
דורך זר זהב
און יעצט קומט 8 טעג אן 'געפילטע'

:x

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 7:43 pm
דורך קאווע טרינקער
Wow

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 8:04 pm
דורך שמעקעדיג
פארוואס זאגסטו אזוי? דו עסט נישט קיין פיש? איך עס קארפ פיש, און איך גלייך די קארפ געפילטע.
שוין, צוריק צום ענין.

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 8:09 pm
דורך יאיר
"שבכל הלילות" אנו אוכלין פארשידענע גרינצייגן
א גאנץ יאר פאריאגט, פארפלאגט, איך פארגעס,
היינט זעה איך די חורבן, עס איז מיין אייגן
"כולו מרור" אה, איך פרעס...

איך טונק מיין מצה אין זאלצוואסער
על מצות ומרורים אזוי פארדינט,
מיין פנים אינגאנצן באדעקט א נאסער
זאלציגע טרערן אין מצה, עס רינט!!!

השביענו במרורים, איך בין שוין זאט
גיב מיר אביסעל עמלינו-הבנים צוריק,
איינזאם אליין, שוין גענוג געהאט
איך בעט זיי אלס אפיקומן צוריק...

די פאראגראפן האבן געברענגט טרערן אין מיינע אויגן. זאלן אלע מיטגעמאכטע אויפגעראכטן ווערן אין דעם זמן חירותינו.
א מייסטערהאפטיגע ארבעט, לעמאן.

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 8:35 pm
דורך חשבון
גראדע נישט געכאפט אויפן מאמענט אז מ'רעדט פון א גרוש. יעצט איבערליינענדיג קומט טאקע צו וויינען

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 11:28 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:און יעצט קומט 8 טעג אן 'געפילטע'

:x

קענסט עסן געפילטע פאלשע פיש אנשטאט.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 9:29 am
דורך איציק
א וואונדערבאר שטיקל פאעזיע וואו סיי דער משל און דער נמשל זענען וואר!
הערליך, ציענד, שטורמיש און הארצ-רייסענד...
דאס מוז געפּאָבליש'ט ווערן!