פלארייד אין די סינק וואסער: א סכנה'דיגע סם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

פלארייד אין די סינק וואסער: א סכנה'דיגע סם

שליחה דורך חזקיהו המלך »

לאמיר גיין צעביסלעך און געבן א טיפערע בליק אין דעם וויכטיגן נושא.

אנגעהויבן האט זיך עס אין נאצי דייטשלאנד, וואס איז געווען א מאדערנע דיקטאטורשאפט באנוצענדיג זיך מיט סייענס צו באווירקן די מאסן צו זייער אידאעלאגיע.

די מאדערנע פראפעגאנדע איז בעיקר געשטאנען אויף צוויי זאכן, איינס איז פשוטע נאכאנאנדע מאסן פראפעגאנדע, וואס איז ערמעגליכט געווארען דורך דעם ראדיא וואס איז שוין דאן געווען אין באנוץ, און צווייטענס אפשוואכען דעם מענטש אינערליך כדי ער זאל נישט זיין אומשטאנד צו אפווארפן די דרויסענדיגע פראפעגאנדע פין איבערנעמען זיינע געפילן און געדאנקען, אין אנדערע ווערטער צי אפשוואכן די מענטשליכע ווידערשטאנד כח, און כח הבחירה, און מאכן דעם מענטש ענדלען אין א בהמה.

יעצט לאמיר איבערגעבן דאס ווארט פאר מר. טשארלס עליאט פערקינס, א פראמינענטע אינדוסטרואלע קעמיסט פין די פאראייניגטע שטאטען וואס די אמעריקאנע רעגירונג האט אים געשיקט נאכען קריג צי איבערבויען די ריזיגע I.G. FARBEN דייטשע קעמיקאלע קאמפאני, אין יאר 1954 האט ער געשיקט א בריוו צי דעם "לי פאנדעישען פאר נוטרישענעל ריסערטש", צווישען אנדערע שרייבט ער אזוי: (איבערגעזעצט)

מר. טשארלס עליאט פערקינס האט געשריבן:די ריכטיגע סיבה אינטער פלארייד אין די וואסער איז נישט צי בענעפיטירען די קינדער'ס ציינער, די ריכטיגע סיבה אינטער פלארייד אין די וואסער איז צו רעדוצירן די רעזיסטענס פין די מאסן צי דאמינאציע אין קאנטראל און צו פארלירן פרייהייטן, נאכאנאנדע דאזעס פון קליינע סומעס פין פראולין וועט מיט די צייט צעביסלעך רעדוצירן דעם אינדיווידיאלע כח צי רעזיסטען דאמינאציע דורך צוביסלעך פאר'סמ'ען און פאר'שיכור'ן געוויסע חלקים פון די מח אין אים מאכען סאבמיסיוו צו די ווילן פון די וואס ווילן הערשן איבער אים.

איך זאג דאס מיט די גאנצע ערנסטקייט און אפען-הארציגקייט פון א סייענטיסט וואס האט פארברענגט כמעט 20 יאר ריסערטש אין די קעמיסטרי, בייאו-קעמיסטרי, פיזיאולאדזשי, און פאטאולאדזשי פין פלאורין, עני מענטש וואס וועט טרינקען פלארידעיטעד וואסער פאר א צייט פון איין יאר אדער מער וועט שוין קיינמאל נישט זיין דער זעלבער מענטש, מענטעלי און פיזיקלי.


אסאך מענטשן כאפן זיך נישט אז פלארייד איז די שליסל אינגרידיענט אין פראוזעק [PROZAC] און אסאך אנדערע פסייקאו דראגס פראוזעק וואס איר סייענטיפישע נאמען איז fluoxetine איז 94 % פלארייד, יעצט איז שוין זייער גרינג צו פארשטיין וויזוי ריטעלין העלפט צו קאנטראלירן קינדער מיט אזוי-גערופענע ADHD נישט ווייל עס היילט זיי נאר ווייל עס הארגעט זיי די ווילנקראפט, און זיי ווערן ווי בהמות זיך גרינג צו לאזן דאמינירן, ס'טאקע גרינגער פאר די ארומיגע אבער ס'הארגעט נעבעך די קינדערלאך, אנשטאט זיי צו היילן און זיי העלפן בויען א לעבן. און די זעלבע ביי אנדערע פסייקאו דראגס, ס'היילט נישט, ס'צוברעכט, אפילו אמאל קוקט עס אויבן אויף ווי פאזיטיווע רעזולטאטן.

פלארייד איז שוין געווארען גע'אסר'ט אין אסאך אייראפעאישע לענדער ווי שוועדן, נארוועגיען, דענמארק, דייטשלאנד, איטאליע, בעלגיע, עסטרייך, פראנקרייך, אין נידערלאנד. אבער אין אמעריקע גייט עס דערווייל ווייטער אן, אנגעבליך צוליב ספעציעלע אינטערעסן, איינס ווייל פראפעגאנדע און אדווערטייזינג ארבעט אזוי אסאך בעסער, און צוויי ווייל נאכן באקומען א פלאטשיגע שכל, קענען מענטשן נישט טראכטן צו טיף און כאפן זיך נישט אויף די עוולות פין די עליטע.

אבער א חוץ פון אפשוואכן די מענטשליכע שכל און ווילענסקראפט, ברענגט עס אויך צו אנדערע פראבלעמען און מחלות. לאמיר געבן דאס ווארט פאר דר. דיען בורק, דער טשיף קעמיסט פין די יו. עס. נאציאנאלע קענסער אינסטיטוט:

דר. דיען בורק האט געשריבן:פאקטיש טוט פלארייד גורם זיין מער יומען קענסער טויט-פאלן, און איז עס גורם שנעלער פון סיי-וועלכע אנדערע קעמיקאל


עכ"פ די אונטערשטע שורה איז, אז פלארייד איז א סם וואס עפעקטירט דעם מח און בעסיקלי שוואכט אפ די כח הבחירה פון דעם מענטש, און די מענטשליכע ווילענסקראפט. ס'גענוצט געווארן דורך נאצי דייטשלאנד, ס'גענוצט געווארן דורך סטאלין אין די גולאג'ס, און ס'ווערט אויך גענוצט אין די ניו יארקער וואסער.....

כ'האב פונקט לעצטע שמחת תורה געזעהן פון איינע פון די גדולים פון דעם פריערדיגען דור ווי ער וויינט הושענא רבה אז דער כח הבחירה איז אפגעשוואכט אינעם דור, מענטשן האבען זיך פשוט נישט אין די הענט, און ער איז גערעכט, אבער ער האט נישט געוואוסט פון וואס עס קומט, פאר כלל ישראל איז עס א בראך, די גאנצע תורה איז דאך געבויעט אויף די כח הבחירה.

עכ"פ די גאנצע זאך איז א אומגעהויערע קריים אקעגן די מענטשהייט, און ס'צייט אז מען זאל אויפהערן פאר'סמ'ען די קינדער (און די גרויסע), און ווער עס וואוינט אין אזא פלאץ וואו מען לייגט דעם אומגליקליכע סם אין די וואסער זאל עס פילטערן מיט א ספעציעלע פילטער וואס איז געמאכט דערפאר (סתם א פילטער העלפט נישט דערפאר), און אוודאי זאל מען שטיין ווייט פון ריטעלין און אנדערע פסייקאו דראגס, און מען זאל וויסן אז רוב גאווערמענט איז אין טַאש פאר די ספעציעלע אינטערעסן און מען קען זיי נישט טראסטן מיט גארנישט,

זאל גא-ט העלפן אז אידן זאלן שוין אויפגעראכטן ווערן, אמן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום חזקיהו המלך, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט

דער אשכול פארמאגט 39 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר