בלאט 1 פון 1
שטאט אדער שטייט?
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 2:58 pm
דורך שמעקעדיג
שוין לאנג עגבערט מיר די פראגע. ווען איך וויל שרייבן אז עפעס ארבעט זייער "שטאט" (פאמעליך / לאנגזאם), שרייבט מען עס "שטאט"? אבער עס קען זיך ליינען ווי "א שטאט" (מיט א קמץ)?
שרייבט מען עס "שטייט"? (אזוי ווי מערערע ניקס דא זענען זיך נוהג)? אבער עס קען זיך ליינען ווי "עס שטייט אין פסוק"?
זאל מען שרייבן שטאאט? מיט צוויי אלף'ס? ס'דאך נישט דא אזא ווארט!
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 3:02 pm
דורך זר זהב
אין א פאל וואו מ'קען זיך ממש טועה זיין פארוואס טאקע נישט שרייבן "פאמעלעך" אדער "לאנגזאם", ס'אפשר מיחזו כיוהרא נישט געפערליך ודו"ק.
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 5:14 pm
דורך שמעקעדיג
אבער פארוואס? "שטייט" לייענט זיך מיט א צירי, און מיר זאגן עס מיט א (לאנגע) פת"ח?
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 5:44 pm
דורך שמעקעדיג
יישר כח פארן מסביר זיין. קיינמאל נישט פארשטאנען.
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 8:26 pm
דורך שמעקעדיג
וואס איז טאקע פשט פון די אויבנדערמאנטע ווערטער אז אפילו עס האט צוויי יידעלעך ליינט מען עס מיט א פתח? הלא דבר הוא!
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 8:39 pm
דורך זר זהב
דו ליינסט עס מיט א פתח, די עלטערע אידן וואס רעדן נאך אריגינעל זאגן עס מיט א צירי
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 8:41 pm
דורך ידען
איך האלט אז מע דארף טאקע שראבען שטאט אדער שטאאט.
וועלעכע אלטע אידען זאגען שטייט?
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 8:44 pm
דורך זר זהב
הער וויזוי די ירושלימע אידן רעדן, יעדעס ווארט ווי משרייבט עס. גיט (נישט געט) גיב (נישט געב). ס'קען זיין אז ס'איז א ירושלימ'ע זאך , דא אין אמעריקע האט מען פארדרייט. אפשר ווייסט איינער
נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 3:58 pm
דורך שמעקעדיג
אינטרעסאנט, אז כאטש איך שרייב (שראאב?) שוין יארן האב איך נישט געמערקט דעם קאנצעפט.
איך וויל מאכן א ליסטע פון ווערטער וועלכע ווערט געשריבן מיט 2 יוד"ין, אבער עס לייענט זיך ווי א פתח.
איך וועל שרייבן וואס פאלט מיר יעצט איין, און ביטע לייגט צו נאך:
שרייב
זייט
צייט
בייט
היינט
טרייב
שנייד
שטייט
לייט
פארמייד
נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 5:52 pm
דורך זר זהב
נאכאמאל, ס'דא טויזענטער אידן וואס זאגן עס אווי ס'געשריבן. דו ביזט נישט דער ארגינעלער
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 5:14 pm
דורך קרעמער1
די ליטווישע דיאלעקט איז עס צו זאגן מיט צוויי יודעלעך ווי א צירי, אבער די אונגארישע זאגן עס מיט א פתח אל"ף.
ביז כ'האב באגעגנט ווי באשעוויס שרייבט "שטאט", האב איך אפי' נישט געקלערט פון עס נוצן אזוי - כאטש איך גלייך אז מען זאל עס קענען אונטערשיידן פון שטייט = עומד.
אבער מיט דעם אלעם, טרוי איך זיך נישט צו זיין פון די ערשטע עס (צוריק) איינצופירן. ס'וועט זיין צו מאדנע און שטעכן אין די אויגן.
עמיצער וויל מיר העלפן?
יעדנפאלס, "שטאאט" קומט נישט אין באטראכט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 5:25 pm
דורך איחוד פעלד
עס איז אינטרעסאנט צו וויסען פין ווי דער ווארט שטאט אלץ פאמעליך קומט. איך מיין עס איז נישט אריגינעל אידיש.
די אלע ווערטער וואס שמעקעדיג ברענגט זאגט מען אין דייטש מיט א צירי.
חוץ "היינט" וואס מען זאגט עס אינגאנצען אנדרעש אין דייטש. מער "הויטע". מיט א נון אזוי ווי אין יעקב.
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 5:31 pm
דורך קרעמער1
מיינט דאס אז "היינט" איז ארגינעל יודיש.
אז מ'רעדט שוין פון שטאט: פאוואליע מיט פאמעליך האבן א שייכות?
נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 4:03 am
דורך דייטל
פונקט ווי וויין (בכיה) און וויין (יין), גארנישט אנדערש.
שטייט און וויין ודומיהן ווערט גערופן בלשון הפוסקים פתח חריף, פאר מער, קוקט אין די ספרים אויף שמות גיטין ביי א שטייגער נאמען ווי בריינא, וידוע המחלוקת בענין חי העולמים.
נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 7:55 am
דורך פרישער
און פרידיש זאגט מען שטאט
און מען פאפט (פייפט בלע"ז) אויף דע וועלט
נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 8:09 am
דורך איחוד פעלד
דייטל האט געשריבן:פונקט ווי וויין (בכיה) און וויין (יין), גארנישט אנדערש.
שטייט און וויין ודומיהן ווערט גערופן בלשון הפוסקים פתח חריף, פאר מער, קוקט אין די ספרים אויף שמות גיטין ביי א שטייגער נאמען ווי בריינא, וידוע המחלוקת בענין חי העולמים.
וואס איז ווי וויין און וויין?
אז די שרייבסט בריינא שרייב שוין טריינא.
נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 6:40 pm
דורך דייטל
איחוד פעלד האט געשריבן:דייטל האט געשריבן:פונקט ווי וויין (בכיה) און וויין (יין), גארנישט אנדערש.
שטייט און וויין ודומיהן ווערט גערופן בלשון הפוסקים פתח חריף, פאר מער, קוקט אין די ספרים אויף שמות גיטין ביי א שטייגער נאמען ווי בריינא, וידוע המחלוקת בענין חי העולמים.
וואס איז ווי וויין און וויין?
אז די שרייבסט בריינא שרייב שוין טריינא.
שטייט (עומד) און שטייט (לאט) איז פונקט ווי וויין (בוכה) און וויין (יין).
אין אנדערע ווערטער. אז דו דולדסט דארט די זעלבע וואקאלן דולדזשע דא אויך.
און א דאנק פארן צולייגן "טריינא" א גוטע צושטעל!
נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 6:57 pm
דורך פרישער
עס איז דאך באוויסט דעיס ווערטעל
עס ווענט זיך ווי דו חמר שטייט איין